בלאט 1 פון 1

האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:00 pm
דורך שעפטאל
די מנוחה ושלוה פון טינקל'קייט.
די בהלה וריצה פון לעכטיג'קייט. (בשם וואלווי)

די שיינע קול פון שטילקייט.
די נערווירענדיג'קייט פון הויכע גרידער.

די שטארקייט פון זיך אינטערגעבן (לטבע, ללא נודע, לרצון העליון)
די שוואכקייט פון זיך נישט לאזן.

די שלוה פון זיין צוזאמען מיט'ן באליבטן.
אבער די הנאה פון די געגועים פון דערווייטן'ס.

די גוטע הרגשה פון שפירן די אייגענע צער מיט מיטלייד.
די גרויסע צער פון איגנארירן צער.

די ליבשאפט (צו זיך) וואס הערט זיך אמאל ארויס אינעם קול פון א געוויין.
די אכזריות (- פרעמד צו זיך) וואס הערט זיך אמאל ארויס אינעם קול פון א ליצנות'דיגע לאך.

דעם דראנג פונעם הארץ אויסצופלאצן די געפיהלן וואס זענען פארשפארט אונטער די גראטעס ארום איר.
די שמחה און ישוב הדעת וואס מ'קען נאר דערגרייכן נאכן עפענען די גראטעס.

דעם מדה פון טוהן אלעס דורך'ן נישט געבן א דעקל אויף גארנישט.
דעם מדה פון זיך פרעשור'ן אויף אלעס און טוהן גארנישט.

די זיכערקייט וואס קומט פון די הכרה אז גארנישט (און קיינער) קען אנרירן די נשמה.
די פארלוירנהייט פון זיך אנקוקן לויט די מצב אויף דעי וועלט.


---

ונא להוסיף..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:42 pm
דורך שעפטאל
.

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:44 pm
דורך פונדאַמענטאַל
The sound of silence

Sent from my Pixel 6a using Tapatalk

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:48 am
דורך [NAMELESS]
Wow גאר שטארק @שעפטאל, אויב דאס זענען די גילוים צו וואס מ׳איז זוכה נאכן נעמען די הייליגע צמחים, דארף מען עס טאקע גיין אויסטרייען…..

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:39 am
דורך פאליטיקאנט
-די זיכערקייט פון ארויסווייזן שוואכקייט (vulnerable)
-די פחד פון ווייזן גבורה.
-די אומשולד פון נעמען אחריות (נישט אויסמישן אחריות / רעספאנסעביליטי מיט guilt, fault, or blame).
-די גוטסקייט פון [צומאל] זיין שלעכט (וכן להיפך).
-די נידעריגקייט פון פרובירן זיין הויעך.
-די געוויין אינעם געלעכטער.

The perfection of imperfection

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:36 pm
דורך פאליטיקאנט
די שמיציגקייט פון א ריינעם search history...

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:44 pm
דורך פאליטיקאנט
די ביסל אמת אין יעדע ליגנט

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:28 pm
דורך צוזאמגעדרייט
"אראפ פון וועג" איז זיין וועג ארויף

דאס ווייסע קיטל איז א שווארצע קלייד

דאס ביטערקייט אין א ספעציעלע באטל וויין

מיט א קלארע קאפ קען מען שווינדלען

קעמפן פאר שלום

א טאג קען זיין מער טונקל ווי דאס נאכט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 12:15 am
דורך שפילער
שרייט אויף א מענטש קולות און זאגט עים "דו ביסט א שלעכטער מענטש"

האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:57 am
דורך שעפטאל
גוטע חבירים ברענגן ארויס די סוד פון..

זיין יונג אבער גאר אלט.

זיין צובראכן אבער גאר פריילעך.

וויסן גארנישט אבער אלעס.

אויפגעבן דעם אויפגעבן.
--

און בעיקר.. די עקסעפטענס.

קאננעקטן מיט אנדערע אהן דארפן אויפגעבן די עכטע זיך!!

לאוו יא אלל! ❤️

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:17 am
דורך אלע צוזאמען
די ווייעכקייט פון די טאטנ'ס שטרענגע רייד.

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:00 am
דורך דיכטער
דער געווינס פון פארלירן און דער פארלוסט פון געווינען.
דער פארלוירנקייט פון געפונען און דער געפינס פון בלאנדזשען.
דער גליקליכקייט פון אויפגעבן און דער אומגליק פון איינגעבן.
דער דרוק פון פרייהייט און דער פרייהייט פון דרוק.
דער קלאהרקייט פון צעמישעניש און דער קאמפלעקציטעט פון פשטות...

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:16 am
דורך שעפטאל
ווי נארמאל ס'איז צו זיין משוגע, און ווי משוגע ס'איז צו זיין נארמאל

נישט יעדער ווערט געבוירן צו זיינע עלטערן. (ביאור: א נשמה וואס זיינע עלטערן זענען נישט דא בעוה"ז ווערט געבוירן ביי אנדערע עלטערן, ער ווערט אדאפטירט ביי זיי. ס'דא דיינע קינדער, און ס'דא קינדער)

דעם שטילען פראגע וואס ווערט נישט פארענטפערט: פארוואס בין איך דא? וואס טוה איך דא? ווי בין איך אין דעם וועלט?
און אז די איינציגסטע תשובה אנשטאט אן ענטפער איז טראסט אין זיין פלאן, ליבשאפט, און השגחה.

אמאל די איינציגסטע וועג פון עפענען דאס הארץ איז דורך עס צוברעכן (יסורים ממרקים)

אמאל איז מען מיטן באשעפער אליין דורך שראום'ס, און אז דעם תגובה איז געשריבן אויף שראום'ס..

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 11:22 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
:דאבללייק:


שעפטאל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:16 am
נישט יעדער ווערט געבוירן צו זיינע עלטערן. (ביאור: א נשמה וואס זיינע עלטערן זענען נישט דא בעוה"ז ווערט געבוירן ביי אנדערע עלטערן, ער ווערט אדאפטירט ביי זיי. ס'דא דיינע קינדער, און ס'דא קינדער)
וואס-דו-זאגסט? כ׳ברויך א ביאור אויפן ביאור...

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:02 pm
דורך שעפטאל
בתוך עמי: מן הסתם יש מקורות. אויפן מינוט געדענק איך נאר די מימרא פון צדיקים: מ'ווארפט די איבריגע נשמות, דער וואס כאפט (זיי) כאפט.

אור החיים הקדוש מסביר עפ"ז הפסוק: יש אח רחוק - ס'דא ברידער'ס בנפש ולא בגוף, וכן להיפך.

איינער האט נאך א מקור?
---

כ'זעה האסט פארפאסט די לעצטע שורה אז דעי השגות האבעך געזעהן אין די עולם הנשמות.. ס'דארף נישט קיין מקור.. ;)

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:20 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:02 pm בתוך עמי: מן הסתם יש מקורות. אויפן מינוט געדענק איך נאר די מימרא פון צדיקים: מ'ווארפט די איבריגע נשמות, דער וואס כאפט (זיי) כאפט.

אור החיים הקדוש מסביר עפ"ז הפסוק: יש אח רחוק - ס'דא ברידער'ס בנפש ולא בגוף, וכן להיפך.

איינער האט נאך א מקור?
---

כ'זעה האסט פארפאסט די לעצטע שורה אז דעי השגות האבעך געזעהן אין די עולם הנשמות.. ס'דארף נישט קיין מקור.. ;)
און דו האסט פארפאסט מדייק צו זיין אין מיינע ווערטער... ;) :)

כ׳האב נישט געבעטן קיין ׳מקור׳, כ׳האב געבעטן א ׳ביאור׳, כ׳האב פשוט נישט פארשטאנען דעם ענין.

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:45 pm
דורך שעפטאל
:D נכון
--
די מדרש זאגט, די אייבישטער שיקט אראפ אגודות אגודות אויף דעם וועלט. געוויסע מענטשן וואס אונז טרעפן זענען שוין געוועהן גאר גוטע פריינט, ברידער'ס, און שכנים, דארטן.

והנה. יעדע נשמה האט פירות וואס ברענגן ארויס געוויסע חלקי הנפש און פארשפרייטען עס מער, ברא כרעא דאביה.

מ'וועט מען אמאל שענקן נאך קינדער וואס זייערע נשמות זענען נישט זיינע.

איינע פון די רוזין'נע צדיקים האט עס גע'משל'ט: די האן איז געזעצן אויף אן איי פון א קאטשקע מיינענדיג ס'איז איר'ס. גייענדיג נעבן א וואסערל האט די קאטשקע אריינגעשפרינגן און אנגעהויבן שווימען. נעמט זיך די מאמע האן שרייען "אוי וויי דו ווערסט דערטראנקן!", ענטפערט די קינד "מאמע, כ'בין אן אנדערע מין"!

(לדאבוננו ס'דא עלטערן וואס פון גרויס טראומע פון די וואסער הארגענען זיי די קאטשקע קינד, כדי ער זאל זיך נישט דערטרענקן)

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:08 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
שעפטאל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:45 pm :D נכון
--
די מדרש זאגט, די אייבישטער שיקט אראפ אגודות אגודות אויף דעם וועלט. געוויסע מענטשן וואס אונז טרעפן זענען שוין געוועהן גאר גוטע פריינט, ברידער'ס, און שכנים, דארטן.

והנה. יעדע נשמה האט פירות וואס ברענגן ארויס געוויסע חלקי הנפש און פארשפרייטען עס מער, ברא כרעא דאביה.

מ'וועט מען אמאל שענעקן נאך קינדער וואס זייערע נשמות זענען נישט זיינע.

איינע פון די רוזין'נע צדיקים האט עס גע'משל'ט: די האן איז געזעצן אויף אן איי פון א קאטשקע מיינענדיג ס'איז איר'ס. גייענדיג נעבן א וואסערל האט די קאטשקע אריינגעשפרינגן און אנגעהויבן שווימען. נעמט זיך די מאמע האן שרייען "אוי וויי דו ווערסט דערטראנקן!", ענטפערט די קינד "מאמע, כ'בין אן אנדערע מין"!

(לדאבוננו ס'דא עלטערן וואס פון גרויס טראומע פון די וואסער הארגענען זיי די קאטשקע קינד, כדי ער זאל זיך נישט דערטרענקן)
אההההה..... :like

דער עיקר נקודה שפאַרסטו איין אין גראטעס, אזוי? לאזעס ארויס!
אויב האסטו מורא דערפון, נו, אפשר איזעס נישט דיינע... ;)

Re: האסטו אפשר באמערקט?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2023 9:11 pm
דורך Simplesimon
די יונגע אדערלעך און אן אלטן הארץ
דעהם אלטן אויסגעטריקנטע קוואל אונעם יונגן זעהל

די ברייטקייט פונעם צוקוועטשן
דעהם שמאלקייט פונעם ברייטן

דעהם שטילן געבעהט וואס איז בוקע רקיעים
דעהם געשריי און בהלה וואס בלייבט שטעקן אונעם האלז

דער לאנגן צינג וואס דערגרייכט נישט
דעהם כבד לשון וואס שלינגט א וועלט

דעהם טיפן קעשענע אהן אן עפענונג
דעהם ענגן קניפעלע וואס האלט אונטער אלעמען

דעהם מחבר ספרים ג' כרכים שלשול
דער כובש נביאתו א מעיין המתגבר

דער וויכטיג מאכער קשקוש קריא
דער הרוצה בעילם אבער בונה ומקים

דער צדיק כתמר ואוי לסביבו
דער געקלאפטן הושענה וואס אשרי ילדתו