בלאט 1 פון 1

אימפיטשמענט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:08 pm
דורך אלע צוזאמען
נעקסטע פרעזידענט, זעלבע שמוץ.

'קאנגרעס ספיקער מעקארטי' האט עטליכע מינוט צוריק אנאנסירט אז ער שטיצט ארטיקלען פון אימפיטשמענט קעגן 'דזשאו ביידען'. וואס גייט יעצט געשעהן איז, אז מ'גייט ארויפברענגען א וואוט אין די 'האוז' צו מ'זאל עפענען אזא פראצעס.

כ'מיין אז ס'נישט שווער צו פאראויסזאגן די ענדע פון די שאו, מ'גייט אים אימפיטשן אינעם נידריגן טשעמבער, און דערנאך ריינוואשן אין סענאט.

דעמאקראטן האבן עס געעפענט ביי 'טראמפ', און יעצט זעצן די 'רעפובליקאנער' פאר מיט די שמוץ, פון 'טראמפ' און ווייטער, גייט יעדע אמעריקאנע פרעזידענט ווערן אימפיטשט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:27 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
עכט האבן עס די רעפאבליקאנער געעפענט קעגן פרעזידענט קלינטאן, און אזוי איז ממשיך די הייליגע מסורה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 2:26 pm
דורך אלע צוזאמען
קענסטו צוריקגיין צו 'ניקסאן'.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 2:44 pm
דורך אלע צוזאמען
ס'האט גענומען 186 יאר, פון December 16, 1773 באסטאן טיי פארטי, ביז August 21, 1959 ווען 'האוואי' איז געווען די לעצטע טערעטאריע צו ווערן א שטאט צו אויפבויען די מאכטפולסטע לאנד אין די וועלט'ס היסטאריע.
אבער ס'האט גענומען פאר פאליטישענס בלויז עטליכע יאר עס צו חרוב מאכן.