בלאט 1 פון 1

רעגיסטראציע בויגן איבערגעפרישט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:43 pm
דורך מנהל
אזוי ווי אין די לעצטע חדשים איז דא א איבערפלוס פון רעגיסטראציעס, האבן מיר איבערגעפרישט די רעגיסטראציע בויגן אז ס'זאל זיין מער רעלעוואנט פאר תשפ"ג.

צו ערשט האבן מיר געמאכט א נייע תקנה אז א נייע ניק קען נאר זיין מיט אידישע אותיות, אן קיין נומערן, און דארף קענען גרינג ארויסגעזאגט ווערן. (אלטע ניקס קענען בלייבן כמו שהם)

אזוי אויך די אינטראדאקשען (באקאנט אלץ "פערציג ווערטער") מוז פון היינט און ווייטער געשריבן ווערן נאר אויף אידיש און מיט אידישע אותיות.

מיר האבן עלימינירט עטליכע אלטע פראגעס, און צוגעלייגט א פראגע איבער וואס מ'פלאנט צו טוהן אויף קאווע שטיבל.