בלאט 1 פון 1
צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:01 am
דורך הבחור_הזעצער
זינט איך בין א קליין קינד, איז ביי מיר אין מוח איינגעקריצט די סצענע וואס שפילט זיך אפ אין די בתי מדרשים יעדן עריוה"ק ווי זילבערנע בעקעלעך פון אלע סאָרטן און מאָסן זענען אויסגעשפרייט אויף די טישן, מיט מאדנע צעטלעך צוגעקלעבט דערויף מיט פארשידענע צדקה-צוועקן. תמיד האב איך דעם נייגער צו וויסן ווער עס שטייט דערונטער; ווען ווערט דאס אויסגעשפרייט; איז דאס אן אינדיווידואל, אדער מערערע נצרכים; און נאך מער נאגט דער נייגער צו וויסן ווען ווערט דאס צונויפגענומען?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 12:05 am
דורך אנאנים
ווער שטייט דערונטער? יעדער וואס וויל געלט.
ווען לייגט מען עס אויס? פאר דו קומסט אן.
ווען נעמט מען עס צאם? נאך דו גייסט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:45 am
דורך כף הקלע
ביי אונז אין סמעדריש לייגט ארויס די שאמעס אלע בעקערליך. אלס דייט צו איין קאסע, פאר'ן שול, אבער אויפ'ן בעקעליך איז ארופגעשריבען, תלמוד תורה, קנין ספרים, הכנסת כלה, פדיון שבויים, און צדקה תציל ממוות.
כעין זה איז דא פלעצער ווי אויף די וואנט הענגט א שיינע גרוסע צדקה פישקע מיט 5 אדער 6 פלעצער אריינצולייגען געלט, אבער אינעווייניגאיז איין גרויסע באקס.
Re: צדקה בּעקעלעך עריוה״ק ביי מנחה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 10:01 pm
דורך טמיר
כף הקלע האט געשריבן:ביי אונז אין סמעדריש לייגט ארויס די שאמעס אלע בעקערליך. אלס דייט צו איין קאסע, פאר'ן שול, אבער אויפ'ן בעקעליך איז ארופגעשריבען, תלמוד תורה, קנין ספרים, הכנסת כלה, פדיון שבויים, און צדקה תציל ממוות.
כעין זה איז דא פלעצער ווי אויף די וואנט הענגט א שיינע גרוסע צדקה פישקע מיט 5 אדער 6 פלעצער אריינצולייגען געלט, אבער אינעווייניגאיז איין גרויסע באקס.
פשש, א חידוש פון א גנב. באגאנווענען מאסן יודן אין סאמע ערב יו"כ ביפאר כל נדרי. מען דארף האבן ביצים פאר דעם
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:19 pm
דורך מן הסתם
און ווער לייגט אן די בתי אבלים מיט בעקעלעך?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:34 pm
דורך הבחור_הזעצער
מן הסתם האט געשריבן:און ווער לייגט אן די בתי אבלים מיט בעקעלעך?
לכאורה די זעלבע פון עריוה"ק.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:36 pm
דורך שעפטאל
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:41 am
דורך שמעקעדיג
אנאנים האט געשריבן:ווער שטייט דערונטער? יעדער וואס וויל געלט.
ווען לייגט מען עס אויס? פאר דו קומסט אן.
ווען נעמט מען עס צאם? נאך דו גייסט.
געענטפערט צום זאך, אן די אלע ליצנות.
צרכי עמך ישראל מרובים. די אלע וואס גייען יעדן טאג אין די שולן נאך געלט, מסתמא זיי לייגן אויס די בעקעלעך.
אז מען פרעגט מיר, איך וואלט ענדערש געקענט באשטיין עס זאל יעדן טאג זיין בעקעלעך אין שול, ווי איידער מען זאל ארומגיין נאך געלט יעדע רגע.
דערפאר וועל איך ענדערש אריינווארפן אפאר פרוטות אין וואנט פושקע, ווייל דארטן קען איך (יא אדער נישט) געבן ווען און וויפיל איך וויל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:16 am
דורך שעפטאל
יעך בין שוין עקספיריענסט, פאר יעדע צוועק לייגעך א באזינדערע בעקעלע, מיט א הארציגע תחינה, טייערע רחמנים בני רחמניות, יעדער איד האט א גרויסע צדיק.
ראטעוועט א
ציצית קניפער, טבק שמעקער, לולב שלייפער, כפרות אינטער'ווישער. מילה אויסטשעק'ער.
דשאב געווארפן'נער, אין חובות דערטראנקן'ער, פון בריק געטאנצן'נער, אויפ'ן שיף געפאלן'נער, מיט ניסים געראטע'ווער, אין ריהעב געהיילט'ער, פון בושות בעמאכט'ער, פון דיפּרעשן פארשלאפן'ער, פון לעבן פארעקל'טער.
ווארפט'ס אריין אין אלע מיינע פושקעס ביטע
זאלסט עטץ האבן א יאהר א גוטע!
במילים אחרות: אונז זאלן קיינמאל נישט עקספיריענסן דעם חרפת העניות!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 7:46 pm
דורך מרדכי מרדכי
טמיר האט געשריבן:כף הקלע האט געשריבן:ביי אונז אין סמעדריש לייגט ארויס די שאמעס אלע בעקערליך. אלס דייט צו איין קאסע, פאר'ן שול, אבער אויפ'ן בעקעליך איז ארופגעשריבען, תלמוד תורה, קנין ספרים, הכנסת כלה, פדיון שבויים, און צדקה תציל ממוות.
כעין זה איז דא פלעצער ווי אויף די וואנט הענגט א שיינע גרוסע צדקה פישקע מיט 5 אדער 6 פלעצער אריינצולייגען געלט, אבער אינעווייניגאיז איין גרויסע באקס.
פשש, א חידוש פון א גנב. באגאנווענען מאסן יודן אין סאמע ערב יו"כ ביפאר כל נדרי. מען דארף האבן ביצים פאר דעם
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
ממש אן עבירה הבאה במצווה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
ווי די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער. מס' סוכה?) גדול עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה... אז אן עבירה ועלכע ווערט געטון מיט גוטע כונות איז מער חשוב (אין הימל) ווי א מצוה וואס ווערט געטון אן כוונה. אדער מיט פניות.