בלאט 1 פון 7

אינטערעסאנטע קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:22 pm
דורך ונבנתה העיר
איך וועל פראבירן - עד כמה שידי מגעת, און וויפיהל עס איז אוועיליבעל אויפ'ן נעט - ארויפצולייגן דא קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל שיש בהם משום חידוש צו אין תוכן אדער אין חיות וכו', וכל המוסיף משובח.

-----------

דער רבי מיט א משומד ביי דאלאר'ן.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yCp0aoaZpOE[/youtube]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:43 pm
דורך ונבנתה העיר
דער רבי גיבט א שטיקל קעיק פאר א אינגל וואס איז איינגעשלאפן נעבן איהם ביי א פארברענגן.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZtdfDL9BOa0[/youtube]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:06 pm
דורך we will
The boy dnot know what is going on

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:55 pm
דורך Shmilly
טויש די קעפעל צו מראות קודש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:24 pm
דורך ונבנתה העיר
איך גלייב אז סתם מראות קודש איז נישט צו אינטערעסאנט פאר'ן ברייט'ן ציבור.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:40 pm
דורך זר זהב
ישר כח "ונבנתה" איך האב געזען דיין ערשטן לינק שוין א צייט צוריק, איך בין צודרייט געווארן פון זיין פקחות נעמענדיג דעם ביכל כדי א צווייטער זאל עס נישט באקומען... איך האב אויך גזען עפעס אן איטערעסאנטער קליפ ווי איינער זאגט אים אז ער פארט אויף אומאן ר"ה און ער האט אים געענטפערט עפעס אינטערעסאנט. כעל עס פרובירן צו טרעפן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:58 pm
דורך ידען
די ערשטע קליפ זעהט אויס אז ער האט איהם אביסעל משכנע געווען אז ער איז זייער זייער קראנק מיט א טיעפע קרענק.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:17 pm
דורך זר זהב
איך האב עס געטראפן! און נאכאמאל הנאה געהאט!

א איד ביים נעמען דעם דאלאר פון רבי'ן (אין די אשכול איז עס א אויסנאם. ווען איך שרייב דעם "רבי'ן" מיינט עס נישט
הגה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע, מיר רעדן פונעם ליובאוויטשן רבי'ן זצ"ל)

יענער לוקח זאגט פאר'ן רבי'ן אז ער פירט אן די ברסלבע מוסדות אין ישראל, און ער באקומט דערפאר נאך א דאלאר. נאכער
זאגט ער אז ער פארט ר"ה אין אומאן, (ס'זעהט מיר אויס ווי ער וויל א דריטן דאלאר...) דער רבי פארשטייט נישט פונקטליך וואס ער זאגט.
ער זאגט איבער אז ער פארט אויף אומאן. זאגט אים דער רבי ער זאל האבן הצלחה און אז משיח זאל קומען פאר דעם וועט ער זיך איינשפארן
די הוצאות... און יענער מאכט עפעס אזוי מיט די הענט (איך האב עס נישט דייקא באמערקט) ווי איינער זאגט: מאך דיר נישט נאריש... צו וואס דער רבי געט זיך אזא ברום אונטער: "וואס מאכסטע מיט די האנט אזוי?"... איך האב עס איבערגעקוקט 20 מאל נאר פאר די פאר ווערטער... און די TUNE וויאזוי ער זאגט עס, צוקער!
!!SO CUTE AND INFORMAL

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qo-jLw2UeAk[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:07 am
דורך ונבנתה העיר
זיך מתווכח מיט א ליטוואק ווען יענער קומט פרעגן וואס מען קען ענטפערן די 'בנעי טעירע' פארוואס אין ליובאוויטש שלאפט מען נישט אין די סוכה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=st3VZKCMRI8[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:44 am
דורך געפילטע פיש
מתווכח? דער איד שטייט דארט באמאכט, איינגעמיירעט פארנט פון זיין ווייב און טאכטער, און ער באוואשט עם בעקיפין פון קאפ ביז פוס.
א רחמנות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:51 am
דורך ונבנתה העיר
געפילטע פיש האט געשריבן:מתווכח? דער איד שטייט דארט באמאכט, איינגעמיירעט פארנט פון זיין ווייב און טאכטער, און ער באוואשט עם בעקיפין פון קאפ ביז פוס.
א רחמנות.

נעקסט טיים זאל ער זיך צובייגן צום רבי'ן ווען דער רבי הערט נישט וואס ער זאגט, זאגן אז ער וויל וויסן - נישט 'וואס קען מען ענטפערן פאר די בנעי טעירע', און ווען ער זאגט אז 'ער' איז געפארן מיט ר' חיים מעג ער זאגן ווי אזוי ר' חיים האט געהייסן אויפן משפחה נאמען...

ליטוואק וואס ער איז...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:53 am
דורך ונבנתה העיר
'ופרצת' תשל"ה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UnlwV9wPbK4[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:19 am
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:און ווען ער זאגט אז 'ער' איז געפארן מיט ר' חיים מעג ער זאגן ווי אזוי ר' חיים האט געהייסן אויפן משפחה נאמען...

ליטוואק וואס ער איז...

אי משום הא, ער מעג זאגן ר' חיים פונקט ווי דער סאטמערער (אדער לובאוויטשער) מעג זאגן דער רבי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:59 pm
דורך ונבנתה העיר
ביי כוס של ברכה האט דער רבי באמערקט אז א מיידל האט אנגעהויבן צו זינגן, האט דער רבי געהייסן איהר זאגן שיינערהייט אז זי זאל זינגן מיט די ליפן, למעשה האט איהר איינער געהייסן מיטקלאפן מיט די הענט, דער רבי האט חושש געווען אז זי איז נפגע געווארן האט ער אנגעהויבן צו קלאפן צוזאמען מיט איהר.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3z1QMvDfdAQ[/youtube]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:45 am
דורך סמעטענע
זר זהב האט געשריבן:איך האב עס געטראפן! און נאכאמאל הנאה געהאט!

א איד ביים נעמען דעם דאלאר פון רבי'ן (אין די אשכול איז עס א אויסנאם. ווען איך שרייב דעם "רבי'ן" מיינט עס נישט
הגה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע, מיר רעדן פונעם ליובאוויטשן רבי'ן זצ"ל)

יענער לוקח זאגט פאר'ן רבי'ן אז ער פירט אן די ברסלבע מוסדות אין ישראל, און ער באקומט דערפאר נאך א דאלאר. נאכער
זאגט ער אז ער פארט ר"ה אין אומאן, (ס'זעהט מיר אויס ווי ער וויל א דריטן דאלאר...) דער רבי פארשטייט נישט פונקטליך וואס ער זאגט.
ער זאגט איבער אז ער פארט אויף אומאן. זאגט אים דער רבי ער זאל האבן הצלחה און אז משיח זאל קומען פאר דעם וועט ער זיך איינשפארן
די הוצאות... און יענער מאכט עפעס אזוי מיט די הענט (איך האב עס נישט דייקא באמערקט) ווי איינער זאגט: מאך דיר נישט נאריש... צו וואס דער רבי געט זיך אזא ברום אונטער: "וואס מאכסטע מיט די האנט אזוי?"... איך האב עס איבערגעקוקט 20 מאל נאר פאר די פאר ווערטער... און די TUNE וויאזוי ער זאגט עס, צוקער!
!!SO CUTE AND INFORMAL

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qo-jLw2UeAk[/youtube]


ס'האט מיר דערמאנט פון דער דאזיגער קליפ
http://www.chabadworld.org/newvideo/video.php?id=1464

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:17 am
דורך זר זהב
LOL :lol:
HE MAKES ME LOL

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:46 pm
דורך ונבנתה העיר
הגרי"ד סאלאווייציק [בלשון חיבה: JB] ביי א פארברענגן, זיי האבן זיך געקענט פון בערלין.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tXlawTAJDRM[/youtube]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 5:15 pm
דורך ונבנתה העיר
דער רבי וויינט ביים מסביר זיין פארוואס דער ענין הגלות דארף זיין למעלה מהשגה - חוה"מ סוכות תשמ"ד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=nWwtqDsNsPI[/youtube]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 2:30 pm
דורך דולה ומשקה
ונבנתה העיר האט געשריבן:הגרי"ד סאלאווייציק [בלשון חיבה: JB] ביי א פארברענגן, זיי האבן זיך געקענט פון בערלין.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tXlawTAJDRM[/youtube]


כדאי צו באמערקן אז הגרי"ד סאלאווייטשיק האט געזאגט: "כ'האב איהם נאך געקענט פאר מתן תורה..."

ער איז קיינמאהל נישט געוועהן ביים רבי'ן, נאר דער איינע מאהל, און אפילו אויף דער איינע מאהל האט ער געזאגט "האט ער חרטה..."

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:48 pm
דורך we will
I like the Rabbi and his answers

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:01 am
דורך ונבנתה העיר
דאס איז מיין טבע.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Y8ENvR44LwI[/youtube]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:19 am
דורך טעפל
שכוח ונבנתה איך בין זיך ממש מחיה...ברענג נאך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:17 pm
דורך ונבנתה העיר
אפשר זאלן די רוסישע זינגען א שטורעמ'דיגן ניגון, דערנאך וועט מען טראכטן פון קריאת שמע שעל המטה.

דער רבי הייסט פייפן.

http://www.youtube.com/watch?v=epQNOaS49Kc&t=7m30s