שוין גרייט צו תשליך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:14 pm
דער הייליגער נביא ישעיה שרייט און מאנט: דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב – נישט בלויז הערט אויף צו זינדיגן נאר אויכעט פארשט דעם באשעפער, און לויפט אים נאך אזוי לאנג איר קענט אים נאך טרעפן. רופט צו אים ווען ער ער איז נאך אין די געגענט - און ער האט זיך נאך נישט גענצליך דערווייטערט פון אונז, צוליב אונזער פילע זינד.
ס'איז דורכגעגאנגען א גאנץ יאר, און דער עולם האט געהאקט א לעבן. מ'האט זיך געלאזט וואויל גיין אויף א מאסיווע פארנעם, און זיך געפלעגט דאס גוף מיט אלע סארט פארגעניגנס, אזש דער באשעפער ריקט זיך אלס ווייטער און ווייטער פון אונז... אט אט ווערט ער שוין גענצליך פארשוואונדן פון אונז אויף שטענדיג, מיר וועלן זיך שוין באלד קיינמאל מער נישט טרעפן מיט אים... מיר זענען אט אינגאנצן אין דער ערד... שרייט דער נביא: האלט! כאפט אים! ער איז נאך אלס דא אין געגענט, ער איז נאך נישט אינגאנצן פארשווינדן פון האריזאנט... דער באשפער האט אונז געגעבן צען הייליגע טעג, אז מיר זאלן זיך קומען צו די קלארע געדאנקען... און זיך צוריקכאפן צו אים ווי לאנג ער איז נאך נישט צו ווייט אפגעריקט פון אונז, צוליב אונזער זינד.
צווישן די פאַרזשאַווערטע מיליטערישע שיפן – איבערבלייבענישן פון די צווייטע וועלט קריג, אן ארט וואס דינט היינט אלס אינדוסטריעלע פארק אין אלט-שטאט וויליאמסבורג. ביי די ברעגעס פונעם מזרח טייך הארט לעבן דאס מיליטערישע פעסטונג פאָרט העמילטאָן – פארזאמלען זיך אין די דאזיגע טעג טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ברוקלין, מענער, פרויען, יונג און אלט. אלע מיט אויסגעוויינטע זאגער'לעך אונטערן ארעם, און איילן זיך מיט א געאיילעניש צום טייך אינדרויסן פון שטאט, צו זאגן די הייליגע פסוקים – מיט וואס דער געטליכע נביא מיכה המרשתי ענדיגט זיין מורא'דיגע נבואה איבער די לעצטע טעג פון גלות: מי א-ל כמוך נשא עון ועובר על פשע לשארית נחלתו לא החזיק לעד אפו כי חפץ חסד הוא: ישוב ירחמנו יכבוש עונותינו ותשליך במצלות ים כל חטאתם:
ווי הייליג זענען די דאזיגע ווערטער. אבער פארוואס הייבן מיר נישט דאס קאפיטל פון אנהייב? פאר עטוואס דריי טויזענט יאר צוריק איז אויפגעשטאנען א געטליכער נביא , און ער האט דייטליך געשילדערט מיט קאלירטע פארבן וויאזוי אונזערע גענאראציעס אין וועלכע מיר לעבן היינט גייען אויסזען, און מיר מאכן זיך גארנישט וויסנדיג....
מיכה קלאגט מיט ביטערניש: וויי איז מיר, איך בין ווי עמיצער וואס קלויבט אפ די לעצטע פארבליבענע זומער גערעטעניש, די לעצטע פארבליבענע טרויבן פונעם לעזונג, און ס'איז שוין נישט פארבליבן קיין געהענגל וואס צו עסן. און מיין נשמה גליסט צו א גוט געצייטיגטע פרוכט. די מענטשן וועלכע טוען מער ווי זייער פליכט צו השי''ת, און צו אנדערע מענטשן - זענען שוין פארשוואונדן געווארן. און אפילו די דאזיגע לייט וועלכע טוען נישט מער ווי בלויז זייער פליכט, זענען זענען אויך שוין אנטרינען. יעדער איז בלויז דא פאר בלוט, און אונטערצושטעלן בייזוויליגע אינטריגעס פאר א צווייטן.
נישט גענוג אז קיין שום רעכטדענקיגער מאן איז נישט צום געפונען, שילדערט דער נביא (נישט מ.ה.פ.), די האר אויפשטעלענדע קארופציע וואס ס'שפילט זיך אפ:
מענטשן וואס באגייען אומרעכטן ווערן גאר באלוינט, דער מיניסטער איז אונטערגעקויפט מיט כאַבאַר, און דער דיין איז קארופטירט, און דער רב שטעלט זיך אן א פנים ווי ער איז אינגאנצן מיט דעם צובראכענעם מענטש. אבער אין די געמיינע ווירקליכקייט וואס פאטשט אין פנים ווי הייסע שלייכעס, זענען אלע דריי – דער מיניסטער, דער דיין, און דער רב זעלבסט - טיף קארופטירט ביז צום גרונד. די גוטע צווישן זיי זענען ווי א שטעכעדיגע דארן, און די אנשטענדיגע לייט צווישן זיי זענען ווי א צוים פון ווילדע דערנער - וועלכע פארפּלאָנטערן זאכן נאך מער ווי דאס דארן זעלבסט. אינעם סאמען טאג וואס די פעלקער וועלכע קוקן ארויס צו דיין שלעכטס גייען געשטראפט ווערן, וועסטו אויך געשטראפט ווערן – און דיין סיטואציע וועט זיין זייער צומישעניש.
ווען ס'וועט האלטן אין די דאזיגע שאקירנדע סיטואציע, זאגט אונז מיכה דער נביא:
גלייב נישט אין דיינע פריינד, פארלאזט דיך נישט אויף די באהערנדע. און אפילו אויף דיין אייגענע ווייב זאלסטו דיך נישט געטרויען. היט דיך דאס מויל וואס דו רעדסט. ווארום א זון פאר'מיאוס'ט זיין פאטער און א טאכטער ווידערשפעניגט אין איר מוטער, און א שניר אין איר שוויגער. די פיינט פון א מענטש איז זיין אייגענע הויזגעזינט.
דער נביא שטארקט זיך:
איך קוק ארויס צו השי''ת און איך האף צו מיין ג-ט, מיין הילף - הער מיך צו מיין ג-ט. מיינע פיינט זאלן זיך נישט פרייען, ווארום טראץ איך האלט אין איין פאלן, הייב איך מיך שטענדיג צוריק אויף. טראץ איך זיץ אין די פינצטערנישן פון גלות, איז מיין אמונה אין השי''ת א לייכט טורעם פאר מיר.
דאס צארן פון השי''ת לייד איך דא אין גלות, צוליב דעם וואס איך האב צו אים געזינדיגט. ביז ס'וועט קומען די גאולה שלימה ווען מיר מיר וועלן זיך ענדליך אויסגלייכן. און ער וועט דאן מיין אומשולד אויפווייזן. דאן וועל איך זען זיין גערעכטיקייט איבער אלעם וואס איך האב מיטגעמאכט דא אין גלות. מיינע פיינט וועלן דאס צו זעען און א שאנדע וועט זיי באדעקן. דו האסט מיר נאכאנאנד סעקירט וואו איז דיין ג-ט? דיינע אויגן זעען אים איצט באשיינפערליך! איצט וועסטו זיין צו א צוטרעטעניש ווי בלאטע אין די גאסן. ס'איז א טאג פון ווידער אויפבויען דיינע רואינירטע שטעט, יענעם גרויסן טאג וואס האט נישט קיין נאכט. אפגעזען אז דאס טאג זעט זיך אינעם ווייטן האריזאנט, פארט וועט דאס ווירקליך אנקומען. פון די באפעסטיגסטע שטעט פון אשור און פון די שטעט פון מצרים - אזוי ווייט ביז צום טייך פרת אין מעסאפאטאמיע. פון די לענדער פון מערב און פון צפון, וועלן זיך די אידן אומקערן צוריק אהיים קיין ארץ ישראל. און די וועלט וועט דאן זיין פוסט פון אירע איינוואוינער - צוליב זייערע געמיינע טאהטן וואס זיי האבן געטאן פאר די אידן אין גלות.
דער הייליגער נביא הילט זיך איין אין זיין טלית'ל, און שפרייט אויס זיינע הענט צום הימל, און מיט פנים פארפלייצט פון טרערן, הייבט ער אן מיט א הארציגע געבעט צום טאטן אין הימל:
פאשע דיין פאלק מיט ווייכע רייד, די שאף פון דיין ארבטייל - טראץ דעם וואס זיי רוהען אפגעזונדערט פון די אנדערע פעלקער, געפונען זיי זיך נאך פארט אין א וואלד מיט פארציקענדע חיות. זאלן זיי ליבערשט פאשען אין בשן און אין גלעד – ווי אין די ליכטיגע אמאל. אזוי ווי אין מצרים זענען געווען מיר געווען אין די נידעריגסטע שטופעס, און דו האסט אונז ארויסגעצויגן פון דארטן. צייג אונז אויך אצינד דיין וואונדער. זאלן די פעלקער זען, און זיך שעמען מיט זייער גאנצע שטארקייט, זיי וועלן זיך האלטן דאס הענט צום מויל און זייערע אויערן וועלן פלאצן. זיי וועלן קומען צו קריכן ווי שלענג וואס לעקן די זאמדן און ווי קריכענדיגע אינסעקטן. זיי וועלן צערענען אויף זיך זעלבסט פארוואס זיי האבן פארשפארט די אידן אין די געטאס אין מיטל-אלטער, אין די אינקוויזיציע קעלערן אין שפאניע, אין די פארניכטונס לאגערן אין פוילן, און אין די גולאַגען אין סיביר. זיי וועלן נישט מורא האבן פאר די פיזישע נקמה פון די אידן, נאר ווייל זיי וועלן ציטערן פון השי''ת - און השי''ת וועט זיין מיט די אידן, פארדעם וועלן ציטערן פון דיר...
דער נביא ציעט אראפ דאס טלית ביז איבער די אויגן, און הייבט אן לויבן השי''ת מיט די דרייצן מידות פון רחמנות וואס השי''ת האט אנטפלעקט פאר משה רבינו אויפן בארג סיני, אויף דעם וואס השי''ת האט פארגעבן די זינד פון די אידן.
ווער איז א באשעפער ווי דו, פארטראגסט ווידערשפעניגע זינד, דו פארקוקסט בייזוויליגע זינד, פאר די איבערגעבליבענע פון די ארבטייל. דו האלסט נישט צארן אויף שטענדיג, ווייל דו גליסט צו טאן בלויז גענאדע. דערבארעם דיך נאכאמאל אויף אונז, און פיר דיך מיט איינגעהאלטנקייט אויף אונזער ווידערשפעניגע זינד, און ווארף אריין אין די טיפענישן פון ים זייערע לייכטזעליגע זינד... ס'זאל זיך ארויס שטעלן אלס אמת וואס דו האסט צוגעזאגט פאר יעקב, און דיין גענאדע צו אברהם, וואס דו האסט געשוואוירן פאר אונזערע עלטער, נאך פון די פריערדיגע טעג....
די דריי מידות נֹשֵׂא עָוֹן וָפֶשַׁע וְחַטָּאָה לויט משה און לויט מיכה:
די דרייצן מידות פון רחמנות פון מיכה איז עטוואס אנדערש ווי די אָריגינעלע מידות וואס השי''ת האט געוויזן פאר משה רבינו אויפן בארג סיני. דארט ביי בארג סיני האט השי''ת געזאגט פאר משה: איך פארטראג ווידערשפעניגע זינד, בייזוויליגע זינד, און לייכטזעליגע זינד. און מיכה זאגט אז השי''ת פארטראגט ווידערשפעניגע זינד – דאס באדייט נישט אבסעלוט, נעמליך, אין די ענדע - הוא נאמן להעניש את עוברי רצונו. אבער ער לייגט באלד צו, אבער נישט אויף שטענדיג! ווארום לא החזיק לעד אפו כי חפץ חסד הוא - דו האלטסט נישט צארן אויף שטענדיג ווייל דו גלוסט דאך צו טאן בלויז גענאדע. בייזוויליגע זינד איז דער באשעפער מוחל, ועובר על פשע, נישט ווי ביים בארג סיני וואס איז בלויז נושא פשע. און לייכטזעליגע זינד? דאס גייט באלד אין ים אריין! ותשליך במצלות ים כל חטאותם!
ווען די צייטונג מחזיקי הדת האט אנגעהויבן צו ערשיינען, זענען די בעלזא חסידים אריבערגעקומען צום מלכות'דיגן הויף קיין סאדיגורא, און זיי האבן פראבירט צו באיינפלוסן דער רבין רבי אברהם יעקב ז''ל – אז ער זאל שטיצן די צייטונג. דער סאדיגורער צדיק האט אבער נישט איינגעשטימט... ער האט אויך נישט געוואלט אנטפלעקן פארוואס. האבן די חסידים אין קלויז געשמועסט צווישן זיך – אז די אנגעבליכער אורזאך פארוואס דער רבי איז אויסגעשפראכן קעגן דעם צייטונג איז: ווייל דאס צייטונג איז דאך ווי באוויסט געווען געשריבן אויף לשון הקודש, און ס'האט אינהאלטן דברי תורה. און וואס וועלן די חסידים טוען אין דעם לאנגן ליל שישי? זיי וועלן דאך זיכער לייענען דעם צייטונג. אלזא? וואס איז דעם די פראבלעם? איז אזוי ווי באלד די גאנצע ציל פונעם צייטונג איז דאך געווען צו באקעמפן די משכילים – דערפאר האבן זיי דאך געמוזט אראפברענגן שטיקלעך פון די משכיל'ישע צייטונגען וו.צ.ב.ש. המגיד, המליץ, אד''ג. און אין די דאזיגע שטיקלעך האבן אין פילע פעלער אינהאלטן פסוקים פון תנ''ך. און דאס קען חלילה צוברענגען אז חסידים וועלן לערנען תנ''ך רח''ל מהאי דעתא... דאס איז ווארשיינליך פארוואס דער רבי איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן די מחזיקי הדת צייטונג – זענען די זקני חסידים געקומען צום אויספיר...
ס'געווען אמאל א איד וואס ס'האט אים ליידער באטראפן א שווערע טראגעדיע. זיין פאמיליע האט טאקע געוויסט, אבער ער זעלבסט האט פון גארנישט געוויסט. וואס האט די פאמיליע געטאן? מ'האט אים געזאגט, אז ס'גייט קומען אויף אים א שווערע טראגעדיע אבער אז דארף זיך גארנישט זארגן, ס'איז בלויז א דורכגאנג ס'איז צייטווייליג. ביי די ענדע וועט ווערן ליכטיג. נאך מער ער וועט דאן פארשטיין אז די טראגעדיע איז גאר געווען אן אן אינטאַגראַלער טייל פון זיין ישועה...
אזוי איז טאקע געווען די טראגעדיע איז ווירקליך אנגעקומען, ס'איז געווען זייער א שווערע דורכגאנג. אבער דער איד האט געוויסט ביי זיך אז ס'וועט אין די ענדע ליכטיג ווערן, און אז ס'איז גאר א טייל פון די בעפארשטייענדע גליק וואס ס'ווארט אים אפ אין נאנטן. ס'איז אים געווען פיל לייכטער דורכצוטראגן די פיין, וויסנדיג א די ליכטיקייט פונעם טונעל זעעט זיך שוין אט אט אויפן האריזאנט. זיין געוויסן האט נישט עקספלאדירט וויסנדיג אז אט וועלן די שווארצע כמארעס זיך פארשפרייטן און דאס העלישע זון וועט זיך ווידער באווייזן מיט איר גאנצע שטארקייט, און אירע ווארימע שטראלן וועלן ווידער אנווארעמען זיין פארקלעמט הארץ. דאס האט אים געגעבן דאס טרייב-קראפט ווייטער אנצוציען. און די ישועה איז טאקע אנגעקומען גענצליך אומגעראכטן...
דער נביא מיכה המרשתי זאגט אונז : רעכטדענקיגע באשעפענישן גייען פארשווינדן ווערן ווי אין ים אריין. די וועלט וועט באשטיין פון מענטשן וואס זיכן בלויז בלוט ביי א צווייטן, און שפעקולירן אינטריגעס צו באגראבן זייער ארומיגע. די עסקנים, דיינים, הנהלה, און אפילו רבנים וועלן זיין קארופטירט ביז צום גרונד. קינדער וועלן ווידערשפעניגן אין די עלטערן, מ'וועט נישט קענען געטרויערן אפילו דאס אייגענעם שאטן... זאכן וואס שפילן זיך אפ הארט פאר אונזער אויגן. מיר דארפן דאס נישט גלייבן, מיר זעען עס באשיינפערליך. אזוי ווי די ערשטע טייל פון זיין נבואה איז פארווירקליכט געווארן, האט ער נאך אויף אזויפיל קרעדיט אז די צווייטע טייל פון זיין נבואה וועט אויך פארווירקליכט ווערן אין גיכן...
מיר זעען שוין מיט די אויגן ווי די נאציס און די קאמוניסטן קומען צו קריכן צו אונז אויף די ערד ווי קריכענדיגע אינסעקטן, און מאכן איין פאר שרעק פון די כבוד פון השי''ת. מיר זעען ווי די אלע א.ט.ד. חברה וואס האבן אונז נאכאנאד סעקירט, זאג נאר דו פרימאק - וואו איז דיין ג-ט? אט שטייט ער דא פאר דיר! זייערע פרצופים וועלן פלאמען פאר שאנדע און אנטוישונג, זייערע ווייעדיגע געוויסנביסן וועלן זיי פאראורזאכן איין הארץ אטאקע נאך די צווייטע ביז אן קיין ענדע. און וואס וועלן מיר טוען? ואני בה' אעלוזה אגילה באלוקי ישעי...
וואס עגבערט בלויז איז. אז מיר האבן נישט געוויסט פון די ערשטע טייל פון די דאזיגע נבואה. וואלטן מיר ווען יא געוויסט, וואלט ווען געווען פיל לייכטער פאר אונז דורכצוטראגן די אלע שוועריקייטן אינעם לאנגן גלות. נעמליך, דאס איז גאר אן אינטאַגראַלער טייל פון די ענדגילטיגע ישועה... און פארוואס האבן מיר נישט געוויסט, ווייל דער רבי האט מורא געהאט אז מיר וועלן לערנע תנ''ך, און זעען אז מיכה שרייבט אז זיי זענען קארופטירט... א שאנדע...
אצינד וויסנדיג דאס, לאזן מיר זיך באלד צום טייך, און מיר גייען אויסשרייען פארן הייליגן באשעפער:
מי א-ל כמוך נשא עון ועבר על פשע לשארית נחלתו לא החזיק לעד אפו כי חפץ חסד הוא: ישוב ירחמנו יכבש עונתינו ותשליך במצלות ים כל חטאתם...
ס'איז דורכגעגאנגען א גאנץ יאר, און דער עולם האט געהאקט א לעבן. מ'האט זיך געלאזט וואויל גיין אויף א מאסיווע פארנעם, און זיך געפלעגט דאס גוף מיט אלע סארט פארגעניגנס, אזש דער באשעפער ריקט זיך אלס ווייטער און ווייטער פון אונז... אט אט ווערט ער שוין גענצליך פארשוואונדן פון אונז אויף שטענדיג, מיר וועלן זיך שוין באלד קיינמאל מער נישט טרעפן מיט אים... מיר זענען אט אינגאנצן אין דער ערד... שרייט דער נביא: האלט! כאפט אים! ער איז נאך אלס דא אין געגענט, ער איז נאך נישט אינגאנצן פארשווינדן פון האריזאנט... דער באשפער האט אונז געגעבן צען הייליגע טעג, אז מיר זאלן זיך קומען צו די קלארע געדאנקען... און זיך צוריקכאפן צו אים ווי לאנג ער איז נאך נישט צו ווייט אפגעריקט פון אונז, צוליב אונזער זינד.
צווישן די פאַרזשאַווערטע מיליטערישע שיפן – איבערבלייבענישן פון די צווייטע וועלט קריג, אן ארט וואס דינט היינט אלס אינדוסטריעלע פארק אין אלט-שטאט וויליאמסבורג. ביי די ברעגעס פונעם מזרח טייך הארט לעבן דאס מיליטערישע פעסטונג פאָרט העמילטאָן – פארזאמלען זיך אין די דאזיגע טעג טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ברוקלין, מענער, פרויען, יונג און אלט. אלע מיט אויסגעוויינטע זאגער'לעך אונטערן ארעם, און איילן זיך מיט א געאיילעניש צום טייך אינדרויסן פון שטאט, צו זאגן די הייליגע פסוקים – מיט וואס דער געטליכע נביא מיכה המרשתי ענדיגט זיין מורא'דיגע נבואה איבער די לעצטע טעג פון גלות: מי א-ל כמוך נשא עון ועובר על פשע לשארית נחלתו לא החזיק לעד אפו כי חפץ חסד הוא: ישוב ירחמנו יכבוש עונותינו ותשליך במצלות ים כל חטאתם:
ווי הייליג זענען די דאזיגע ווערטער. אבער פארוואס הייבן מיר נישט דאס קאפיטל פון אנהייב? פאר עטוואס דריי טויזענט יאר צוריק איז אויפגעשטאנען א געטליכער נביא , און ער האט דייטליך געשילדערט מיט קאלירטע פארבן וויאזוי אונזערע גענאראציעס אין וועלכע מיר לעבן היינט גייען אויסזען, און מיר מאכן זיך גארנישט וויסנדיג....
מיכה קלאגט מיט ביטערניש: וויי איז מיר, איך בין ווי עמיצער וואס קלויבט אפ די לעצטע פארבליבענע זומער גערעטעניש, די לעצטע פארבליבענע טרויבן פונעם לעזונג, און ס'איז שוין נישט פארבליבן קיין געהענגל וואס צו עסן. און מיין נשמה גליסט צו א גוט געצייטיגטע פרוכט. די מענטשן וועלכע טוען מער ווי זייער פליכט צו השי''ת, און צו אנדערע מענטשן - זענען שוין פארשוואונדן געווארן. און אפילו די דאזיגע לייט וועלכע טוען נישט מער ווי בלויז זייער פליכט, זענען זענען אויך שוין אנטרינען. יעדער איז בלויז דא פאר בלוט, און אונטערצושטעלן בייזוויליגע אינטריגעס פאר א צווייטן.
נישט גענוג אז קיין שום רעכטדענקיגער מאן איז נישט צום געפונען, שילדערט דער נביא (נישט מ.ה.פ.), די האר אויפשטעלענדע קארופציע וואס ס'שפילט זיך אפ:
מענטשן וואס באגייען אומרעכטן ווערן גאר באלוינט, דער מיניסטער איז אונטערגעקויפט מיט כאַבאַר, און דער דיין איז קארופטירט, און דער רב שטעלט זיך אן א פנים ווי ער איז אינגאנצן מיט דעם צובראכענעם מענטש. אבער אין די געמיינע ווירקליכקייט וואס פאטשט אין פנים ווי הייסע שלייכעס, זענען אלע דריי – דער מיניסטער, דער דיין, און דער רב זעלבסט - טיף קארופטירט ביז צום גרונד. די גוטע צווישן זיי זענען ווי א שטעכעדיגע דארן, און די אנשטענדיגע לייט צווישן זיי זענען ווי א צוים פון ווילדע דערנער - וועלכע פארפּלאָנטערן זאכן נאך מער ווי דאס דארן זעלבסט. אינעם סאמען טאג וואס די פעלקער וועלכע קוקן ארויס צו דיין שלעכטס גייען געשטראפט ווערן, וועסטו אויך געשטראפט ווערן – און דיין סיטואציע וועט זיין זייער צומישעניש.
ווען ס'וועט האלטן אין די דאזיגע שאקירנדע סיטואציע, זאגט אונז מיכה דער נביא:
גלייב נישט אין דיינע פריינד, פארלאזט דיך נישט אויף די באהערנדע. און אפילו אויף דיין אייגענע ווייב זאלסטו דיך נישט געטרויען. היט דיך דאס מויל וואס דו רעדסט. ווארום א זון פאר'מיאוס'ט זיין פאטער און א טאכטער ווידערשפעניגט אין איר מוטער, און א שניר אין איר שוויגער. די פיינט פון א מענטש איז זיין אייגענע הויזגעזינט.
דער נביא שטארקט זיך:
איך קוק ארויס צו השי''ת און איך האף צו מיין ג-ט, מיין הילף - הער מיך צו מיין ג-ט. מיינע פיינט זאלן זיך נישט פרייען, ווארום טראץ איך האלט אין איין פאלן, הייב איך מיך שטענדיג צוריק אויף. טראץ איך זיץ אין די פינצטערנישן פון גלות, איז מיין אמונה אין השי''ת א לייכט טורעם פאר מיר.
דאס צארן פון השי''ת לייד איך דא אין גלות, צוליב דעם וואס איך האב צו אים געזינדיגט. ביז ס'וועט קומען די גאולה שלימה ווען מיר מיר וועלן זיך ענדליך אויסגלייכן. און ער וועט דאן מיין אומשולד אויפווייזן. דאן וועל איך זען זיין גערעכטיקייט איבער אלעם וואס איך האב מיטגעמאכט דא אין גלות. מיינע פיינט וועלן דאס צו זעען און א שאנדע וועט זיי באדעקן. דו האסט מיר נאכאנאנד סעקירט וואו איז דיין ג-ט? דיינע אויגן זעען אים איצט באשיינפערליך! איצט וועסטו זיין צו א צוטרעטעניש ווי בלאטע אין די גאסן. ס'איז א טאג פון ווידער אויפבויען דיינע רואינירטע שטעט, יענעם גרויסן טאג וואס האט נישט קיין נאכט. אפגעזען אז דאס טאג זעט זיך אינעם ווייטן האריזאנט, פארט וועט דאס ווירקליך אנקומען. פון די באפעסטיגסטע שטעט פון אשור און פון די שטעט פון מצרים - אזוי ווייט ביז צום טייך פרת אין מעסאפאטאמיע. פון די לענדער פון מערב און פון צפון, וועלן זיך די אידן אומקערן צוריק אהיים קיין ארץ ישראל. און די וועלט וועט דאן זיין פוסט פון אירע איינוואוינער - צוליב זייערע געמיינע טאהטן וואס זיי האבן געטאן פאר די אידן אין גלות.
דער הייליגער נביא הילט זיך איין אין זיין טלית'ל, און שפרייט אויס זיינע הענט צום הימל, און מיט פנים פארפלייצט פון טרערן, הייבט ער אן מיט א הארציגע געבעט צום טאטן אין הימל:
פאשע דיין פאלק מיט ווייכע רייד, די שאף פון דיין ארבטייל - טראץ דעם וואס זיי רוהען אפגעזונדערט פון די אנדערע פעלקער, געפונען זיי זיך נאך פארט אין א וואלד מיט פארציקענדע חיות. זאלן זיי ליבערשט פאשען אין בשן און אין גלעד – ווי אין די ליכטיגע אמאל. אזוי ווי אין מצרים זענען געווען מיר געווען אין די נידעריגסטע שטופעס, און דו האסט אונז ארויסגעצויגן פון דארטן. צייג אונז אויך אצינד דיין וואונדער. זאלן די פעלקער זען, און זיך שעמען מיט זייער גאנצע שטארקייט, זיי וועלן זיך האלטן דאס הענט צום מויל און זייערע אויערן וועלן פלאצן. זיי וועלן קומען צו קריכן ווי שלענג וואס לעקן די זאמדן און ווי קריכענדיגע אינסעקטן. זיי וועלן צערענען אויף זיך זעלבסט פארוואס זיי האבן פארשפארט די אידן אין די געטאס אין מיטל-אלטער, אין די אינקוויזיציע קעלערן אין שפאניע, אין די פארניכטונס לאגערן אין פוילן, און אין די גולאַגען אין סיביר. זיי וועלן נישט מורא האבן פאר די פיזישע נקמה פון די אידן, נאר ווייל זיי וועלן ציטערן פון השי''ת - און השי''ת וועט זיין מיט די אידן, פארדעם וועלן ציטערן פון דיר...
דער נביא ציעט אראפ דאס טלית ביז איבער די אויגן, און הייבט אן לויבן השי''ת מיט די דרייצן מידות פון רחמנות וואס השי''ת האט אנטפלעקט פאר משה רבינו אויפן בארג סיני, אויף דעם וואס השי''ת האט פארגעבן די זינד פון די אידן.
ווער איז א באשעפער ווי דו, פארטראגסט ווידערשפעניגע זינד, דו פארקוקסט בייזוויליגע זינד, פאר די איבערגעבליבענע פון די ארבטייל. דו האלסט נישט צארן אויף שטענדיג, ווייל דו גליסט צו טאן בלויז גענאדע. דערבארעם דיך נאכאמאל אויף אונז, און פיר דיך מיט איינגעהאלטנקייט אויף אונזער ווידערשפעניגע זינד, און ווארף אריין אין די טיפענישן פון ים זייערע לייכטזעליגע זינד... ס'זאל זיך ארויס שטעלן אלס אמת וואס דו האסט צוגעזאגט פאר יעקב, און דיין גענאדע צו אברהם, וואס דו האסט געשוואוירן פאר אונזערע עלטער, נאך פון די פריערדיגע טעג....
די דריי מידות נֹשֵׂא עָוֹן וָפֶשַׁע וְחַטָּאָה לויט משה און לויט מיכה:
די דרייצן מידות פון רחמנות פון מיכה איז עטוואס אנדערש ווי די אָריגינעלע מידות וואס השי''ת האט געוויזן פאר משה רבינו אויפן בארג סיני. דארט ביי בארג סיני האט השי''ת געזאגט פאר משה: איך פארטראג ווידערשפעניגע זינד, בייזוויליגע זינד, און לייכטזעליגע זינד. און מיכה זאגט אז השי''ת פארטראגט ווידערשפעניגע זינד – דאס באדייט נישט אבסעלוט, נעמליך, אין די ענדע - הוא נאמן להעניש את עוברי רצונו. אבער ער לייגט באלד צו, אבער נישט אויף שטענדיג! ווארום לא החזיק לעד אפו כי חפץ חסד הוא - דו האלטסט נישט צארן אויף שטענדיג ווייל דו גלוסט דאך צו טאן בלויז גענאדע. בייזוויליגע זינד איז דער באשעפער מוחל, ועובר על פשע, נישט ווי ביים בארג סיני וואס איז בלויז נושא פשע. און לייכטזעליגע זינד? דאס גייט באלד אין ים אריין! ותשליך במצלות ים כל חטאותם!
***
פארציילט יצחק אבן אזא געשיכטע:ווען די צייטונג מחזיקי הדת האט אנגעהויבן צו ערשיינען, זענען די בעלזא חסידים אריבערגעקומען צום מלכות'דיגן הויף קיין סאדיגורא, און זיי האבן פראבירט צו באיינפלוסן דער רבין רבי אברהם יעקב ז''ל – אז ער זאל שטיצן די צייטונג. דער סאדיגורער צדיק האט אבער נישט איינגעשטימט... ער האט אויך נישט געוואלט אנטפלעקן פארוואס. האבן די חסידים אין קלויז געשמועסט צווישן זיך – אז די אנגעבליכער אורזאך פארוואס דער רבי איז אויסגעשפראכן קעגן דעם צייטונג איז: ווייל דאס צייטונג איז דאך ווי באוויסט געווען געשריבן אויף לשון הקודש, און ס'האט אינהאלטן דברי תורה. און וואס וועלן די חסידים טוען אין דעם לאנגן ליל שישי? זיי וועלן דאך זיכער לייענען דעם צייטונג. אלזא? וואס איז דעם די פראבלעם? איז אזוי ווי באלד די גאנצע ציל פונעם צייטונג איז דאך געווען צו באקעמפן די משכילים – דערפאר האבן זיי דאך געמוזט אראפברענגן שטיקלעך פון די משכיל'ישע צייטונגען וו.צ.ב.ש. המגיד, המליץ, אד''ג. און אין די דאזיגע שטיקלעך האבן אין פילע פעלער אינהאלטן פסוקים פון תנ''ך. און דאס קען חלילה צוברענגען אז חסידים וועלן לערנען תנ''ך רח''ל מהאי דעתא... דאס איז ווארשיינליך פארוואס דער רבי איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן די מחזיקי הדת צייטונג – זענען די זקני חסידים געקומען צום אויספיר...