בלאט 1 פון 2
אטד קינדער - לרחק או לקרב?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:51 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך וויל אביסל אויסשמועסן וויאזוי מ'דארף באהאנדלען קינדער וואס שפילן נישט מיט די חסידישע/חרדישע געים. איך האב מיך שוין אסאך מאל אנגעשטויסן אין אזא שיטה אז מ'טאר נישט ארויסווארפן אזעלכע קינדער פון שטוב, בעיקר הער איך דאס פון באקאנטע וואס האלטן זיך יא פאר פולשטענדיגע חסידים נאר זיי האלטן זיך א שטיקל אויפגעקלערט. איך טענה אבער אלץ אז די ערגסטע זאך וואס מ'קען טוהן פאר א קינד וואס גליטשט איז איהם צו מאכן פילן באקוועם אין א געזעלשאפט וואס גיבט איהם נישט גארנישט, מ'קען זיך אזוי ארומדרייען צענדליגע יארן ארום און ארום דעם סיסטעם אן נישט אנקומען אין ערגעץ. איך קען רעדן פון מיין אייגענע עקספיריענס, כאטש וואס איך האב מיך שוין יא ארויסגעזעהן פון דארט פלעג איך האלטן אין איין צוריקגיין פאר שבתים/ימים טובים/שמחות און דאס איז וואס האט מיך געהאלטן סטאק אין לעבן, ס'דורכגעגאנגען איין יאר און נאך א יאר און מיין לעבן איז נישט געגאנגען אין ערגעץ, די מינוט וואס איך האב מיך אפגעשאקלט האבן זאכן זיך אנגעפאנגען צו רוקן.
איך האב באקאנטע אטדס סיי פון די וואס האבן געהויבן פיס און סיי פון די וואס קלעבן נאך צו זייער משפחה, און מיר זעהט אויס אז די וואס הייבן פיס און פעקלען זיך אפ קומען אן אסאך ווייטער אין לעבן ווי די וואס דרייען זיך האלבוועגס צו אינגאנצן אינעם געטאו. איך האב א קאזין וואס האט אנגעפאנגען גליטשן און ס'האט זיך געטוהן א מדובר צו מ'זאל איר ארויסווארפן פון שטוב אדער נישט, האב איך אנגערופן מיין פעטער און איהם געהייסן איר שוין ארויסצואווארפן. טוה איר נישט קיין טובות, זיי איר נישט מקרב, מאך איר נישט פילן comfortable אין דיין הויז, און פרוביר איר נישט צו ווייזן די "שיינקייט" פון "אידישקייט", זי דארף עס נישט האבן! אז זי האלט אז איר עתיד איז אין קאלעדש און טאנצן אין קלאבס לאז איר אהינגיין און דארט בלייבן, זי איז שוין אן עדאלט און זי מעג שוין אליין נעמען אחריות אויף איר לעבן.
בקיצור המעשה, איך האלט אז א מענטש דארף באשליסן מיט וועלכע מענטשן ער וויל זיך אידענטיפיצירן און צו זיי דארף ער זיך האלטן, די מענטשן וואס האלטן אין איין טאנצן צווישן צוויי אידענטיטיעס קומען אין ערגעץ נישט אן, און דאס האלטן א קינד אין שטוב ווען ער האט obviously נישט קיין שום עתיד דארט איז אין מיין מיינונג אן עוון בל יכופר, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אזוי? וואס האלט איר? לאמיר זיך ארומ'טענה'ן!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:08 pm
דורך קהל'ס נער
א טאטע טאר נישט ארויסווארפן קיין קינד פון שטוב.
(יא, איך ווייס אז הלכה׳דיג מעג מען ארויסווארפן די קינדער פונדערהיים ביי די זעקס, און טאקע דאס מיינט שהעמידו דבריהם על דברי תורה)
אבער א קינד דארף האבן שכל צו טרעפן א פלאץ וואס שטימט מיט זיינע ווירדן און נישט שימלען ביים טאטען ווי א זיידע אין א מושב זקנים.
און אויב האט דער קינד נישט די שכל העלף עים דעמאלטס ארויס באקומען שכל, שטופ עים צי גיין אין קאלעדזש אדער וואס, שטופ עים צי ווערן א בעל בעמיו א לאנדסלייט, אויף די אייגענע פיס מיט זיין אייגענע קאמיוניטי ווי ער פילט יא באקוועם.
Re: אטד קינדער - לרחק או לקרב?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:23 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ברוך; ביסט קלאר נישט גערעכט. ווען מ'רעדט פון נישט ארויסווארפן קינדער וואס גליטשן אדער וואטעווער נאמען דו ווילסט זיי רופן, איז די גאנצע איידיע זיי באמת ליב האבן און ווייזן ליבשאפט אן קיין שום תנאי, און "נישט" זיי ווייזן ווי שיין אידישקייט, נישט דאס איז די כוונה, בכלל נישט. ווייל אויב האט עס יא איינער אינזינען און דערפאר האלט ער/זי קשר מיט'ן קינד, וועלן די קינדער ממש רוב מאל באקומען די ראנג מעסעדזש און וועלן גליטשען אסאך מער. די הויפט איידיע איז, נישט צו ווייזן ליבשאפט, נאר דייקא צו טאקע ליב האבן אהנע תנאים. דאס איז איינע פון די שווערסטע, אויב נישט די שווערסטע עבודות פון עלטערן פונעם היינטיגן דור. און דאס איז צוליב סיסטעם, פעיר פרעשור וכו' פון אלעס ארום. און דאס איז נישט נאר אין די חרדי קאמיוניטיס, נאר אפילו ביי די מער מאדערנע קאמיוניטיס איז עס נאך אסאך א גרעסערער פראבלעם, דארט איז די אקצעפטירונגס ראטע אסאך ווינציגער ווי ביי די חסידים/ליטאים. און די גרעסטע טובה סיי פונעם קינד וואס גליטשט און סיי פאר די קינדער וואס זענען אינדערהיים איז יא ארויסצוווייזן אמת'דיגע ליבשאפט פאר'ן קינד וואס גליטשט און עם יא האלטן אינדערהיים.
כ'האב געזעהן פון הרב ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל טאקע אזא שאלה, און ר' גרשון פסקנט אז אויב ארויסשיקן, זאל מען ענדערש ארויסשיקן די קינדער וועלכע גליטשן נישט.
(אויב איז איינער אינטערעסירט קען איך מארגן אריין סקענען אזא קונטרס ווי ר' גרשון רעדט אסאך ארום אין דעם סוגיא)
יעצט נחזור לענינינו, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן און געטענה'ט אז ברוך שפינוזה איז קלאר נישט גערעכט, לעבן באשטייט סך הכל פון קאנעקשן, קאנעקשן איז לעבן, און לעבן איז קאנעקשן, די ערשטע קאנעקשן וואס אלע מענטשן צוגלייך אלע היומען ביאינגס זוכן איז פאמיליע און נאכדעם קומען פרענדס, פרעמדע, אאו"ו, די מינוט וואס מ'טרייבט אוועק קינדער פון עלטערן אדער פארקערט, הרגעט דאס אוועק דעם מענטש, נישט קיין חילוק רעליגיעז צו נישט, איד צו גוי. סיי דער וואס טרייבט אוועק און סיי דער ארויסגעטריבענער, ס'פאר קיינעם נישט קיין טובה צו ווערן פארשניטן פון פאמיליע. די גרעסטע רשעות וואס קען געטוהן ווערן די מענטשהייט איז אפצושניידן און צו צוטיילן שטיקער פאמיליעס און נאך מיט'ן תירץ אז דאס איז טובה פאר'ן קינדס עתיד. קען אמאל זיין אז מענטש רעדט זיך איין אויף די מינוט קוקט עס און שפירט גוט אבער די קאנסקעווענצן זענען ביטער.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:48 pm
דורך ברוך שפינוזה
און איך זאג פארקערט, מאכן אן אטד קינד פילן קאמפארטעבל אינעם סיסטעם שפירט זיך טאקע זייער גוט, סיי פאר די עלטערן און סיי פאר'ן קינד, אבער די קאנסנקווענצן דערפון זענען ביטער, איך קען דיר ווייזן אפאר לעבעדיגע עדות דערויף.
ר' גרשון איידלשטיין איז איררעלעוואנט כמובן.
נאר וואס דען, קהל'ס נאר זאגט אז מ'זאל ארויסשטופן דאס קינד בדרכי נועם, דאס איז מיין איך די בעסטע מהלך, קען זיין דאס איז פשט אין שמאל דוחה וימין מקרבת
Re: אטד קינדער - לרחק או לקרב?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:און איך זאג פארקערט, מאכן אן אטד קינד פילן קאמפארטעבל אינעם סיסטעם שפירט זיך טאקע זייער גוט, סיי פאר די עלטערן און סיי פאר'ן קינד, אבער די קאנסנקווענצן דערפון זענען ביטער, איך קען דיר ווייזן אפאר לעבעדיגע עדות דערויף.
ר' גרשון איידלשטיין איז איררעלעוואנט כמובן.
נאר וואס דען, קהל'ס נאר זאגט אז מ'זאל ארויסשטופן דאס קינד בדרכי נועם, דאס איז מיין איך די בעסטע מהלך.
I respectfully totally disagree with both of you!
ווען עלטערן ווייזן ארויס עכטע ליבשאפט פאר א קינד, אפילו די קינד בלייבט ווייטער אינדערהיים, קען אזא קינד אנקומען אסאך מער אין אלע הינזיכטן ווי א קינד וואס האט זיך אפגעזענגט פונעם עלטערן'ס שטוב אפילו מיט גוטן. קאנעקשן איז לעבן, און לעבן איז קאנעקשן!
און די מציאות איז מעיד דערויף
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנטע קאווער היינט אין דער בלאט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:09 pm
דורך שעפטאל
כ'נעם נישט קיין צדדים.
זייטיגע הערה: אויב דו ביסט טאקע מחליט אז א קינד איז א סכנה און מ'דארף עם אינדערויסען פון שטיב. איז עס א גט?!
אפשר זיצט מען מיט'ן קינד, מ'רעדט אפען און וואנערבול, אפשר לייגסטו צו: כ'האב דיך די זעלבע ליב, כ'וועל דיך צושטעלן ווי צו זיין, אונז וועלען דיך וויזיט'ן דארטן, פליז רוף אונז ווייטער, אונז בלייבן דא פולי פאר דיך!
דאס איז נאך אסאך בעסער ווי נישט ארויסווארפן מיט'ן מויל נאר צעקלאפן, פייניגען ביז ער גייט אליין, און בלייבט אלעמאל אליין וויסענדיג אז ער האט נישט קיין עלטערן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:11 pm
דורך ברוך שפינוזה
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:קאנעקשן איז לעבן, און לעבן איז קאנעקשן!
אין דיזע ווערטער שטעקט טאקע די נקודת המחלוקת אונזערע: איך האלט קלאר נישט אזוי, איך האלט אז די ציהל פון לעבן איז self actualization. פארקערט, מיין גאנצע ציהל פון קאננעקטן מיט מענטשן איז נאר צו צוזאמען עקספלארירן אונזער inner self, פון מענטשן וואס האלטן נישט דערביי בין איך אלץ געשטאנען ווייט. איך האב געקענט זיין טויט איינגעקלאפט מיט איינעם ווילאנג ער האט מיך געהאלפן גיין אין יענעם דירעקציע, די מינוט וואס ער איז אנגעקומען צו זיין מעקס האב איך איהם אין א זייט געלייגט, און ווען איך האב איינגעזעהן אז מיין פאמיליע איז אויך א שטער פאר די actualization of my inner self בין איך מער קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען צו זיי. און איך האב ח"ו גארנישט קעגן זיי, אדרבה, אויב ווילן זיי קומען צו מיר זענען זיי העפליך געלאדענט צו קומען און זיך דרייען רינגס און ארום
מיין סיסטעם, אבער איך גיי נישט גיין זיין א מוציא ארנגיה לבטלה אין א פלאץ וואס איז נישט קיין הילף מיין פערזענליכע וואוקס.
דאס וואס מיר ביידע טענה'ן אז די מציאות איז מעיד אויף אונזער זייט איז טאקע א גרויסע פראבלעם, וועט מען מוזן זאגן אוקי תרי לבהדי תרי ואוקי שיטה בחזקת מריה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
להיכן הגענו! די פרומער האלטן אז מ׳דארף עקסעפטן אנקאנדישענעל און די פארקערטע האלטן אז נישט …
איך האב משפחה וואס האט געהאלטן נאנט און די אנדערע קינדער אין שטוב האבן זיך מיטגעשלעפט
אזוי אויכעט האביך אנדערע משפחה וואס מ׳האט שטארק מרחק געווען (אפילו געפייט אין קאורט) און די געשוויסטער איז געבליבן פרום אבער די גילט פון די עלטערן איז permanent damage און דאס קינד סועסיידעל..
אי אפשר לדון, מ׳זאל נישט נישט וויסן דערפון
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:24 pm
דורך ברוך שפינוזה
חתם סופר האט געשריבן:אינטערסאנטע קאווער היינט אין דער בלאט
דאס ברענגט טאקע זייער גוט ארויס מיין אישו, וואס האקסטו אין טשייניק וועגן פארלוירן די לבוש, די אידישע צורה, ווטף איז דאס emotional manipulation. דו ליעבסט דיין קינד לאז איהם פליען פונעם נעסט, שנאמר love is letting go, מיט די patronizing שפראך מאכסטו איהם סתם חרוב.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:32 pm
דורך ברוך שפינוזה
פאעזיע האט געשריבן:להיכן הגענו! די פרומער האלטן אז מ׳דארף עקסעפטן אנקאנדישענעל און די פארקערטע האלטן אז נישט …
איינער וואס עקסעפט ווען זיין קינד טוט עפעס וואס איז לדעתו אומריכטיג לעבט א פאלשע לעבן, איך קען דיר זאגן איין זאך, אויב מיין קינד ווערט frummed up און קומט צו מיר אין שטוב מיט זיינע חרדישע משוגעת'ן ווייז איך איהם די טיהר. אוודאי גיי איך ערשט פרובירן איהם אויפצואווייזן אז ער גייט אין א שלעכטע דירעקציע, אבער אויב קלעבט ער ווייטער צו זיינע שלעכטע וועגן האט ער נישט וואס צו זוכן ביי מיר. ביי מיר וועט ער נישט קענען קיין שידוך טוהן, ביי מיר וועט ער נישט טרעפן מענטשן וואס פארשטייען איהם און זענען מיט איהם אויף איין פעידש, ער האט נישט קיין שום עתיד ביי מיר! זילטש! נאדא! וואס איז דאס גיין אהין און צוריק ככלב השב אל קיאו? גיי דיר וואו דו באלאנגסט, האסט גענוג קאזינס אין וויליאמסבורג וואס וועלן זיך פרייען דיר צו העלפן, גיי ענדשוי זיך מיט זיי און לאז אונז לעבן.
Re: אטד קינדער - לרחק או לקרב?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פאעזיע האט געשריבן:להיכן הגענו! די פרומער האלטן אז מ׳דארף עקסעפטן אנקאנדישענעל און די פארקערטע האלטן אז נישט …
איך האב משפחה וואס האט געהאלטן נאנט און די אנדערע קינדער אין שטוב האבן זיך מיטגעשלעפט
אזוי אויכעט האביך אנדערע משפחה וואס מ׳האט שטארק מרחק געווען (אפילו געפייט אין קאורט) און די געשוויסטער איז געבליבן פרום אבער די גילט פון די עלטערן איז permanent damage און דאס קינד סועסיידעל..
אי אפשר לדון, מ׳זאל נישט נישט וויסן דערפון
לגבי די ערשטע נקודה וואס דו שרייבסט, ס'האט לגמרי נישט צוטוהן מיט פרומקייט, ס'האט צוטוהן מיט אינערליכע געזונטקייט, ווי געזונטער עלטערן זענען אלץ ענדערשער וועלן זיי וועלן ערנערן און שעצן זייערע קינדער, און זייערע קינדער'ס דיסיזשאנס, אפגעזעהן וויאזוי זייערע קינדער פירן זיך, גייען אנגעטוהן. צו וועלן זיין געזונט איז נישט קיין גרינגע זאך, ספעציעל מיט אלע פיער פרעשור ארום און ארום, אבער אויב האלט מען דערביי איז פארהאן גענוג און נאך הילף און אפילו אומזיסטיגע הילף, גענוג ארגענעזאציעס זענען פארהאן וואס געבן זיך אפ דערמיט.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:24 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פונעם תוכן השמועס דא זעט מיר אויס אז מער ווייניגער דיסקאסט מען און מפסקנ׳ט לפי דעם אייגענעם תכונת הנפש (ווי אויך די אייגענע סארט משפחה וואס מ׳פארמאגט), וכשם שפרצופיהן אינם שוות....
איך דריי זיך שוין דא היפש א וויילע, בינעך געקומען צו די מסקנה אז דאס גאנצע ווארט ״סיסטעם״ וואס יעדער דא זיכט אראפצורייסן פארמאגט אסאך קאלירן און ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש, יעדער דא וואס רעדט פונעם סיסטעם רעדט בעיקר פון זיין מאמע, ווייב, קהילה וכו׳ און ס׳דא אסאאאאאך סארט סיסטעמס ולא הרי זה כהרי זה.
נאך מער, ס׳קען זיין איינער וואס ווערט אטד און טרעפט נישט די [אזויגערופענע] גליקן. ומאידך גיסא איז דא אסאך וואס זענען טיף אינעם סיסטעם און האבענעס מיטן עולם הזה אינאיינעם - איינער וואס איך ווייס פון גייט כסדר ארויס אויף דעיטס מיט היימישע און נישט אידן׳עס און ווערט אפילו אויפגענומען [בחינם] ביי רייכע חולם ג׳טעס אזוי ווי ער איז מיט די גאנצע טראגע און לבוש.
השם הטוב ירחם עלינו, אמן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:55 pm
דורך ברוך שפינוזה
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ומאידך גיסא איז דא אסאך וואס זענען טיף אינעם סיסטעם און האבענעס מיטן עולם הזה אינאיינעם - איינער וואס איך ווייס פון גייט כסדר ארויס אויף דעיטס מיט היימישע און נישט אידן׳עס און ווערט אפילו אויפגענומען [בחינם] ביי רייכע חולם ג׳טעס
דאס איז וואס הייסט ביי דיר גליקן? זאלסטו מיר זיין געזונט און שטארק. איך זאג נישט, ס'קען זיין געשמאק ווען מ'האט דאס
אויך, פארוואס דען נישט, אבער דאס איז דאס גליק?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:45 am
דורך די אנדערע זייט
ס'איז זיכער אז ס'ווענט זיך אין די נאטור פון די מענטש, ס'איז דא אזעלעכע וואס ס'איז טאקע גוט פאר זיי אז זיי האקען אפ פון משפחה ווען זיי גייען אויף זייער אייגענעם וועג, אבער ס'איז דא אזעלעכע וואס מיזען האבען משפחה, וועלן אייביג ווילן האלטן א קשר מיט די משפחה און דאס איז ממש א חלק פון זייער לעבן.
Re: אטד קינדער - לרחק או לקרב?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:10 pm
דורך שאלתיאל
אין מאסלאו'ס
hierarchy of needs איז self actualization need די העכסטע לעוועל פון דער מענטשליכע אנטויקלונג. דאס קען נאר קומען אויב די באדערפענישן פון די פריערדיגע לעוועלס זענען פולפילד. ס'איז א סטעידזש אנטוויקלונג: אונטן אין די הירארכיע איז די מער פיזישע טעכנישע באדערפענישן ווי עסן און טרינקן, שפעטער זיכערקייט, און שפעטער לאוו און בעלאנגינג און שפעטער זעלבסט זיכערקייט און אנערקענונג, און נאר אויב די אלע זענען פארזיכערט קומט דער מענטש אן צו די העכסטע באדערפעניש פון self actualization.
כ'פארשטיי אז דו האלטסט ביי די העכסטע לעוועל און פילסט אז די וויכטיגסטע באדערפעניש און מטרה איז self actualization, ביזט גערעכט, און כ'מיין אז ס'ווייזט אויף א געזונטע אנטוויקלונג אבער נישט יעדער האלט דארט, זיכער נישט אין די יונגע יארן ( מסמתא רוב נישט) און מען דארף אכטונג געבן נישט איבערשפרינגען פריערדיגע מער וויכטיגע באדערפענישן ווי בעלאנגינג אן קאנעקשן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:16 pm
דורך ערנסטגערעדט
אזוי ווי אנדערע האבן געשריבן איז ארויסשיקן נישט קיין מהלך בכלל
וואס איז העכסט וויכטיג אנצומערקן איז אז רוב OTD האבן באמת נישט קיין מוראדיגע אמונה קשיות, סאיז געווענליך אנגעלייגטע פעין וואס מדארף פונקטליך טרעפן די מקור דערפון, וועגן דעם זאגט יעדער אז זיי ווייזן ליבשאפט איז די איינציגסטע מהלך, דאס מיינט נישט זיי האלטן אין די סיסטעם נאר באמת ווייזן ליבע, כהאב געהערט איינער פרעגן דאכצעך ר׳ מאניס פרידמאן אויב איר טאכטער עקשנ׳ט זיך צו עסן טריפה פשוטו כמשמעו און זי בעט איר מאמע פאר געלט, און די מאמע ווייסט קלאר זי גייט קויפן בעיקאן און טשיז זאל זי איר געבן די געלט? זיין ענטפער איז געווען אז יא.
זי וויל אריינברענגען איר בויפרענד דוקא אינדערהיים זיין ענטפער איז געווען יא, ווייל די קינדער טוען בסך הכל טעסטן די עלטערן ווי ווייט זיי קענען גיין
והרבה שיטות יש בדבר, אבער אויף צו ארויסווארפן בדווקא על סמך ער גייט טרעפן בעסערע ווארעמערע חברים און א געזעלשאפט, איז בערך ווי די רביס פלעגן אונז זאגן ״ווען וועסט ווערן עלטער וועסטו פארשטיין״, אדער ״גלייב מיר סטוט מיר מער וויי״ צד השוה שבהן דכו״ע מודים בולתא דשיטא
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:26 pm
דורך ברוך שפינוזה
שאלתיאל האט געשריבן:אין מאסלאו'ס
hierarchy of needs איז self actualization need די העכסטע לעוועל פון דער מענטשליכע אנטויקלונג. דאס קען נאר קומען אויב די באדערפענישן פון די פריערדיגע לעוועלס זענען פולפילד. ס'איז א סטעידזש אנטוויקלונג: אונטן אין די הירארכיע איז די מער פיזישע טעכנישע באדערפענישן ווי עסן און טרינקן, שפעטער זיכערקייט, און שפעטער לאוו און בעלאנגינג און שפעטער זעלבסט זיכערקייט און אנערקענונג, און נאר אויב די אלע זענען פארזיכערט קומט דער מענטש אן צו די העכסטע באדערפעניש פון self actualization.
כ'פארשטיי אז דו האלטסט ביי די העכסטע לעוועל און פילסט אז די וויכטיגסטע באדערפעניש און מטרה איז self actualization, ביזט גערעכט, און כ'מיין אז ס'ווייזט אויף א געזונטע אנטוויקלונג אבער נישט יעדער האלט דארט, זיכער נישט אין די יונגע יארן ( מסמתא רוב נישט) און מען דארף אכטונג געבן נישט איבערשפרינגען פריערדיגע מער וויכטיגע באדערפענישן ווי בעלאנגינג אן קאנעקשן
דו ברענגסט ארויס א גוטע פוינט, דארפסט אבער געדענקען אז מ'קען נישט טאנצן אויף דריי חתונות, נעמען עסן און shelter פון איין געזעלשאפט, ליעבע און קאננעקשן פון א צווייטע געזעלשאפט, און זיך רוקן פאראויס אין א דריטע געזעלשאפט, דאס איז א רעסעפי צו בלייבן א פארלוירענע נשמה אויף שטענדיג. א מענטש דארף זיכער מאכן צו באקומען זיין ערשטע לעוועל באדערפענישן פון א געזעלשאפט וואו ער וואלט געקענט ביישטיין צו באקומען זיינע העכערע באדערפענישן אויך ווייל דארט וואו מ'פאנגט אן דארט ענדיגט מען, אויב אינמיטן וועג באשליסטסטו אז לא בא לי דאן דארפסטו אנפאנגען פון פריש פון אונטן אין אן אנדערע פלאץ שכן בא לך.
@ערנסטגערעדט: דו רעדסט פון minors וואס גייען סתם דורך א שווערע תקופה, דאס דארף באהאנדלונג פון א פסיכאלאג און האט נישט אהער קיין שייכות. כ'האף אז דו האסט נישט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז א 15 יעריגס וואס ס'גייט איהם איין טאג אריין א דשוק אין קאפ אז ער וויל עסן א טשיעזבורגער זאל מען איהם ארויסווארפן אין גאס, דאס איז אבסורד. איך רעד דא פון קינדער וואס זענען שוין העכער 18 צו אפילו העכער צוואנציג און זיי פאנגען אן נעמען אן אנדערע דירעקציע פון זייערע עלטערן, זיי זענען שוין גענוג אלט צו נעמען אחריות אויף זייער לעבן (אנדערע "קינדער" זייער יארגאנג האבן שוין אליין קינדער), און די איינציגסטע סיבה פארוואס מ'האלט זיי אין שטוב איז ווייל מ'האפט אז אויב וועלן זיי זיין גענוג באקוועם אינעם סיסטעם וועלן זיי קיינמאל נישט נעמען די initiative זיך ארויסצוזעהן פון דארט און נאכ'ן שימלען אזוי 5 צו 10 יאר וועלן זיי אויפגעבן און זיך אנפאנגען צוצושטעלן, דאס איז רשעות. יא, חושך שבטו שונא בנו מיינט אטע דאס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:41 pm
דורך ערנסטגערעדט
ר' ברוך אדרבה, אפשר געסטו א משל פון וואס מ'רעדט, ווייל לויט אלע רעספאנסעס האט יעדער פארשטאנען אז מ'רעדט פון אפילו א 18 אדער 20 יעריגס וואס גייט otd, לייג אונז אראפ וועלכע סארט בחור דו רעדסט וועגן ער גייט נאך מיט געקראזעלטע פאות? ער טוישט הוטן? ער גייט קאלירטע העמעדער? קום אריין קלאר.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:11 pm
דורך ברוך שפינוזה
די סארט בחור פון וואס איך רעד קען גיין געקרייזעלטע פאות אדער אן, קאלירטע העמדער אדער ווייסע, פינקע זאקן אדער שווארצע, נישט דארט שטעקט די זאך. מ'קען זעהן אויף א בחור אז ס'אינטערעסירט איהם נישט די גאנצע וויזויהייסטעס, ס'קען זיך ארויסווייזן מיט צענדליגע זאכן. האבן (באהאלטערנערהייט?) א סמארטפאון און עס אויך נוצן אום שבת (ווען קיינער באמערקט נישט?), גיין אין קלאבס יעדן מוצ"ש, ליינען קאוועשטיבל און נתן סליפקין, דאווענען נאר שבת, לייגן תפילין איין מאל א חודש, ווען א הלכה'דיגע אדער השקפה'דיגע שמועס ווערט צו ערנסט פארט עס אייביג צו כפירה ואפיקורסת און זילזול אינעם שולחן ערוך און הרב פאלק, זאגט אפ יעדע שידוך וואס מ'טראגט אן און יעדער ווייסט פונקטליך פארוואס הגם מ'שפילט די געים אז מ'ווייסט נישט, א.א.וו. אבער די עיקר מארקער איז אז זיין לעבן רוקט זיך נישט, אזא בחור קען שוין זיין 22 און דו קוקסט איהם אן וואס האט ער אויפגעטוהן אין די לעצטע 4 יאר? וויפיל קינדער האט ער געבארן? וויפיל געלט האט ער זיך אפגעשפארט? צו האט ער בכלל אן עתיד אין וויליאמסבורג? ניין! ער האט נישט קיין שום עתיד ווייל די עתיד וואס וויליאמסבורג קען איהם צושטעלן אינטערעסירט איהם נישט, אויב וועט ער ווייטער אזוי אנגיין וועט ער ענדיגן אן איינזאמער סינגל אין א מושב זקינים אן קיין יורש וגואל. זיין עתיד ליגט אין פארק סלאופ אדער די אפפער וועסט סייד, ווען ער ציהט זיך אהין ביי די 18 אדער סיי ווען ער האט באשלאסן צו נעמען אן אנדערע ריכטונג, דינגט א דירה דארט, נעמט דארט א דשאב, מאכט זיך חברים דארט, גייט ארויס מיט ארטיגע מיידלעך, א.א.וו. וואלט ער שוין היינט געקענט זיין א סוקסעספולער ביזנעסמאן מיט צוויי קינדער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:21 pm
דורך berlbalaguleh
שעפטאל האט געשריבן:כ'נעם נישט קיין צדדים.
זייטיגע הערה: אויב דו ביסט טאקע מחליט אז א קינד איז א סכנה און מ'דארף עם אינדערויסען פון שטיב. איז עס א גט?!
אפשר זיצט מען מיט'ן קינד, מ'רעדט אפען און וואנערבול, אפשר לייגסטו צו: כ'האב דיך די זעלבע ליב, כ'וועל דיך צושטעלן ווי צו זיין, אונז וועלען דיך וויזיט'ן דארטן, פליז רוף אונז ווייטער, אונז בלייבן דא פולי פאר דיך!
דאס איז נאך אסאך בעסער ווי נישט ארויסווארפן מיט'ן מויל נאר צעקלאפן, פייניגען ביז ער גייט אליין, און בלייבט אלעמאל אליין וויסענדיג אז ער האט נישט קיין עלטערן.
שעפטאל: דו און דער גאלדענער אדלער זענען גערעכט. ארויסווייזן די פארקערטע פון ליבשאפט קען ברענגען צו דעפרעסיע און יאוש. און צום סוף וועט אויך גורם זיין אז דער קינד זאל זיך נעמען דאס לעבן, (ח"ו). אויף דעים איז דא זייער א סאך ראיות פון לעבן. צענדליגער מעשיות האבן זיך אזוי אויסגעשפיעלט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:33 pm
דורך ערנסטגערעדט
ברוך שפינוזה האט געשריבן:די סארט בחור פון וואס איך רעד קען גיין געקרייזעלטע פאות אדער אן, קאלירטע העמדער אדער ווייסע, פינקע זאקן אדער שווארצע, נישט דארט שטעקט די זאך. מ'קען זעהן אויף א בחור אז ס'אינטערעסירט איהם נישט די גאנצע וויזויהייסטעס, ס'קען זיך ארויסווייזן מיט צענדליגע זאכן. האבן (באהאלטערנערהייט?) א סמארטפאון און עס אויך נוצן אום שבת (ווען קיינער באמערקט נישט?), גיין אין קלאבס יעדן מוצ"ש, ליינען קאוועשטיבל און נתן סליפקין, דאווענען נאר שבת, לייגן תפילין איין מאל א חודש, ווען א הלכה'דיגע אדער השקפה'דיגע שמועס ווערט צו ערנסט פארט עס אייביג צו כפירה ואפיקורסת און זילזול אינעם שולחן ערוך און הרב פאלק, זאגט אפ יעדע שידוך וואס מ'טראגט אן און יעדער ווייסט פונקטליך פארוואס הגם מ'שפילט די געים אז מ'ווייסט נישט, א.א.וו. אבער די עיקר מארקער איז אז זיין לעבן רוקט זיך נישט, אזא בחור קען שוין זיין 22 און דו קוקסט איהם אן וואס האט ער אויפגעטוהן אין די לעצטע 4 יאר? וויפיל קינדער האט ער געבארן? וויפיל געלט האט ער זיך אפגעשפארט? צו האט ער בכלל אן עתיד אין וויליאמסבורג? ניין! ער האט נישט קיין שום עתיד ווייל די עתיד וואס וויליאמסבורג קען איהם צושטעלן אינטערעסירט איהם נישט, אויב וועט ער ווייטער אזוי אנגיין וועט ער ענדיגן אן איינזאמער סינגל אין א מושב זקינים אן קיין יורש וגואל. זיין עתיד ליגט אין פארק סלאופ אדער די אפפער וועסט סייד, ווען ער ציהט זיך אהין ביי די 18 אדער סיי ווען ער האט באשלאסן צו נעמען אן אנדערע ריכטונג, דינגט א דירה דארט, נעמט דארט א דשאב, מאכט זיך חברים דארט, גייט ארויס מיט ארטיגע מיידלעך, א.א.וו. וואלט ער שוין היינט געקענט זיין א סוקסעספולער ביזנעסמאן מיט צוויי קינדער.
הרב שפינוזה איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן אבער דו רעדסט נישט פון קיין אפטע Otd ערשיינונג
וויפיל אזעלכע בחורים קענסטו? און ווי אזוי קענסטו זיין זיכער אז אויב מאכט מען אים ענג די פלאץ גייט עס גיין בעסער פאר אים? אויב איז ער טאקע אזא אדאלט וואס קען באשליסן צו ווערן א חלק פון א ֶצווייטע קאמיוניטי, פארוואס דארף איך אים בכלל שטופן אזוי צו אזוי? די עלטערן האבן איין דזשאב געבן ליבע פאר די קינד, און דאס איז וואס זיי זאלן טוהן,
סארי אויב די בחור האט נישט די גאָטס אנצוטון א קורצע רעקל און זיך שערן די פאות דארף איך אים נישט העלפן, אויב האט ער נישט די ביצים צו גיין אין קאלעדזש איז עס נישט די עלטערנס פראבלעם
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
ערנסטגערעדט: די אמביציע און דעם רצון. די נאטורליכע שטויס קראפט.