בלאט 1 פון 1

יום כיפור - מֶלֶךְ עוֹזֵר וּמוֹשִׁיעַ!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:06 pm
דורך א שעפעלע
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג אין די גרויסע און הייליגע טעג פון "עשרת ימי תשובה" די צען טעג וואס זענען געאייגנט פאר תשובה און תיקון המעשים, און ווי חז"ל זאגן אונז אז 'בינונים תלויים ועומדים' די אידן וואס האבן נאכנישט קיין תשובה געטוהן און זיי ווערן גערעכנט ווי בינוניים האבן נאך א געלעגנהייט צו פאררעכטן זייערע מעשים און תשובה טוהן און דורכדעם זוכה זיין צו ווערן גע'משפט צום גוטן.

און די עשרת ימי תשובה זענען טאקע די פאסיגע הכנה און אריינפיר צום הייליגן און לעכטיגן טאג פון יום כיפור הבא עלינו לטובה, וואס דעמאלטס איז דער קלימאקס, דער הויכפונקט פון תשובה און כפרת עוונות, כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ, אין דעם טאג איז דער אייבישטער מוחל די עבירות און איז מטהר אידישע קינדער פון אלע זייערע זינד.

איז לאמיר טאקע פראבירן צו מאכן א שטיקל הכנה און התבוננות און דערהערן וואס עס ליגט באהאלטן אין אט די גרויסע טעג און אינעם הייליגן טאג פון יום כיפור וואס קומט צו גיין.

"עוזר ומושיע" איז מרמז אויף עשרת ימי תשובה און יו"כ
עס איז באקאנט וואס חכמינו ז"ל זאגן אין מדרש (ויק"ר כ"א ד') אויף די ווערטער פונעם פסוק לְדָוִד ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי וואס מיר זאגן אין די טעג, אז "אורי" גייט ארויף אויף ראש השנה, "וישעי" איז מרמז אויף יום כיפור וואס אין דעם טאג העלפט דער אייבישטער כלל ישראל.

לויט דעם ווערט געברענגט אין ספרים א רמז אין די ווערטער פון שמונה עשרה "מֶלֶךְ עוֹזֵר וּמוֹשִׁיעַ וּמָגֵן" אז דאס גייט ארויף אויף די דערהויבענע זמנים וואס מיר פארמאגן אין חודש תשרי. "מלך" איז מרמז אויף ראש השנה ווען מ'איז ממליך דעם אייבישטער, "עוזר" דאס זענען די טעג פון עשרת ימי תשובה אין וועלכע השי"ת העלפט אונז, "ומושיע" דאס איז יום כיפור ווי חז"ל זאגן אז וישעי איז מרמז אויף יוה"כ, "ומגן" איז די יום טוב סוכות ווען מיר ווערן באשיצט און ארומגענומען מיט די ווענט פון די סוכה וואס זענען ווי די ענני הכבוד וואס האבן מֵגִין געווען אויף כלל ישראל.

און באמת איז טאקע נישט דא קיין בעסערע ווערטער אפצוטייטשן די מהות און די מציאות פון עשרת ימי תשובה און יום כיפור, ווי די ווערטער "עוֹזֵר וּמוֹשִׁיעַ!" דאס זענען טעג וואס אויב מ'לערנט עס אפ ריכטיג ווערט מען געוואר ווי שטארק דער רבונו של עולם העלפט אונז און איז אונז געטריי מיט זיין געוואלדיגע מדת הרחמים.

אין די טעג איז השי"ת נאנט צו אונז
און אזוי געפונען מיר טאקע מבואר אין חז"ל און אין ספרים הקדושים, אז די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען טעג אין וועלכע השי"ת העלפט אונז, ער שטרעקט אויס א האנט און בייגט זיך אראפ צו אונז כביכול אז מיר זאלן זיך גרינגערהייט קענען דערנענטערן צו איהם. און ווי חז"ל זאגן אונז אז די פסוק פון (ישעי' נ"ה ו') "דִרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב" איז געזאגט געווארן אויף עשרת ימי תשובה, אז אין די טעג דארפן מיר זוכן דעם אייבישטער וואס איז 'בְּהִמָּצְאוֹ' ער געפונט זיך צוזאמען מיט אונז, ער איז דא פאר אונז, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב, יעצט דארפן מיר איהם רופן ווען ער איז נאנט צו אונז.

און די זעלבע זאגן מיר אין די הפטורה פון שבת שובה (הושע י"ד ט') אז דער אייבישטער זאגט צו כלל ישראל "אֲנִי כִּבְרוֹשׁ רַעֲנָן מִמֶּנִּי פֶּרְיְךָ נִמְצָא" וואס דער בְּרוֹשׁ איז א געוויסע סארט בוים מיט לאנגע צווייגן וואס בייגן זיך אראפ ביז צו די ערד, און ווי רש"י ערקלערט דארט די ווערטער פון השי"ת "אני לו נכפף להיות אוחז ידו בי כברוש רענן הנכפף לארץ שאדם אוחז בענפיו, כלומר אהיה מצוי לו" איך בייג זיך צו צו די אידישע קינדער ווי א פרישע בְּרוֹשׁ בוים וואס מ'קען עס גרינגערהייט אנכאפן, די זעלבע זאך בין איך זיך מַמְצִיא צו די אידן אין די טעג, איך גיב זיי א האנט אז זיי זאלן זיך תיכף קענען אנכאפן אין מיר און תשובה טוהן.

אין די טעג ווערט נתעורר אונזער הרגשה
און דער אמת איז, די גמרא זאגט אין מסכת סוכה (דף נ"ב:) יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ומבקש להמיתו וכו' ואלמלא הקדוש ברוך הוא שעוזר לו אינו יכול לו שנאמר ה' לא יעזבנו בידו וגו', דער אייבישטער שטייט אלעמאל גרייט אונז צו העלפן, און אָן זיין הילף וואלטן מיר קיינמאל נישט געקענט זיך שטארקן אויפן יצר הרע. אבער נישט אלעמאל דערהערן מיר דאס, און נישט אלעמאל ווייסט א איד ווי ווייט דער אייבישטער העלפט איהם.
ו
וי עס מאכט זיך אסאך מאל אויך בגשמיות אין אונזער וועלט, אז אמאל קען זיין איינער וואס האט א שווער הארץ אויף זיין חבר אדער זיין קרוב, וכדומה, צוליב געוויסע חשבונות און איינרעדענישן אז יענער האט איהם נישט געוואלט העלפן ווען ער האט געדארפט א טובה, און אויף דעם בויען זיך שוין גאנצע בערג און בנינים פון שווערע געפילן, אלעס אויף די איינע הנחה אז יענער האלט מיך נישט ביים העלפן... אבער צומאל כאפט נישט דער מענטש אז 'ער' אליינס איז דער פראבלעם, ער דארף נאר עפענען זיינע אויגן, ער דארף נאר טוישן זיינע אייגענע פאלשע מיינונגען און אומריכטיגע חשבונות וועט ער שוין איינזעהן אז באמת וויל מען איהם יא העלפן, יעדער איז איהם געטריי, ער האט סתם געלעבט אין א דמיון און זיך איינגערעדט אז מ'האט איהם נישט געוואלט העלפן.

די זעלבע דארפן מיר וויסן אז השי"ת איז דא פאר אונז אייביג, דער אייבישטער העלפט א איד אין יעדע זמן און אין יעדע מצב, און ער וואַרט בלויז אז מיר זאלן זיך ווענדן צו איהם, מיר זאלן תשובה טוהן און זיך צוריק קערן צו איהם. נאר נישט אלעמאל געדענקן מיר עס און נישט אלעמאל באמערקן מיר עס, צומאל לעבן מיר אין אונזער אייגענע דמיון אז אונזערע נסיונות זענען ענדלאז און אז מיר זענען אליינס אויפן וואסער אָן קיין הילף פון השי"ת ח"ו, מיר שפירן זיך עלנד און פארלאזט, און עס פעלט אונז די הרגשה פון נאנטקייט, מיר פילן נישט ווי נאנט דער באשעפער איז מיט אונז און שטארקט אונז און העלפט אונז אין אט די שווערע מצבים, אבער די חסרון איז פון אונזער זייט, ווייל 'מיר' שפירן עס נישט.

אבער אצינד אין די טעג וואס זענען מיוחד פאר תשובה, יעצט איז די צייט ווען א איד דארף אריינקלערן און זיך מתבונן זיין, און טאקע צוקומען צו די הכרה אז דער אייבישטער איז אונזער "עוֹזֵר וּמוֹשִׁיעַ" ער העלפט אונז און שטרעקט אויס א האנט אונז צוריק מקרב צו זיין צו זיך.

יום כיפור קומט די גאנצע ישועה
און איבערהויפט ווען עס קומט יום כיפור, וואס דעמאלטס איז די שפיץ און די הויכפונקט פון די ישועת השם, דעמאלטס איז א זמן ווען דער אייבישטער איז זיך מרחם אויף אונז אינגאנצן און הייבט אונז אויף הויעך און וואשט אונז אפ פון אונזערע עבירות מיט מחילה סליחה און כפרה.

וואס עס איז טאקע מדוייק אין די טייטש פון די ווערטער "עוֹזֵר וּמוֹשִׁיעַ"; עזרה איז טייטש הילף, ווען א מענטש דארף אז מ'זאל איהם העלפן, מ'זאל צולייגן א האנט אדער א פלייצע ווייל ער שלעפט א שווערע לאַסט, און דאס איז טאקע אין די עשרת ימי תשובה ווען דער אייבישטער העלפט אונז ארויס כביכול און ער לייגט צו א האנט צו אונזער תשובה. אבער דערנאך איז דא די בחינה פון 'ישועה' וואס דאס איז ווען דער מענטש איז אינגאנצן פארלוירן, ער איז בשפל המצב, און ער דארף א גרויסע ישועה ארויסצוקריכן פון דארט, דאס איז טאקע די מהות פון יום כיפור, און ווי די מדרש זאגט אז "וישעי" איז מרמז אויף יום כיפור, ווייל דעמאלטס זענען מיר זוכה צו א געוואלדיגע ישועה ברוחניות, דער אייבישטער קומט אונז אנקעגן און העלפט אונז ארויס אפילו ווען א איד איז חלילה פארזינקן אין שאול תחתית רח"ל, און דער אייבישטער איז מוחל פאר יעדעם איינעם.

און אפילו אויב אונזער תשובה איז נישט בשלימות, אפילו אויב א איד הייבט נאר אָן און טוט אביסל, ער וויל פארבעסערן זיינע וועגן, און ער ווענדט זיך צום אייבישטער, דאס אליינס איז חשוב און טייער אין הימל און פון דארט און ווייטער וועט איהם השי"ת שוין העלפן און אויפהייבן העכער און איהם אינגאנצן מטהר זיין, ווי מיר וועלן ווייטער ערקלערן בסייעתא דשמיא.

די דיוקים אין די משנה פון אמר רבי עקיבא
מיר אלע קענען גוט די לעצטע משנה אין מסכת יומא, די באקאנטע הייליגע ווערטער וואס מען זינגט מיט גרויס התעוררות: אָמַר רַבִּי עֲקִיבָא אַשְׁרֵיכֶם יִשְׂרָאֵל, לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם, אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, שֶׁנֶּאֱמַר (יחזקאל ל"ו) וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם, וְאוֹמֵר (ירמיה י"ז) מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה', מַה מִּקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל.

רבי עקיבא זאגט אונז, וואויל איז אייך אידישע קינדער, זייט זיך מתבונן פאר וועמען האט עטס די זכיה זיך צו רייניגן, און ווער איז דער וואס רייניגט אייך? דאס איז דאָך "אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם!" ענקער טאטע אין הימל, ער איז דער וואס קומט און רייניגט אייך אפ פון די עבירות, און ער ברענגט אויף דעם צוויי פסוקים, די ערשטע וואו עס שטייט "וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם" אז לעתיד לבוא וועט דער אייבישטער מטהר זיין כלל ישראל דורכ'ן שפריצן אויף זיי פון די אֵפֶר פרה, [אין רד"ק שטייט בשם תרגום יונתן אז דאס איז בלויז א משל, און עס מיינט אז הקב"ה וועט מטהר זיין כלל ישראל ברוחניות אזויווי מען איז מטהר א טמא'נע מענטש דורך שפריצן פון די אַש פון פרה אדומה]. און די צווייטע פסוק איז "מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה'" אז דער אייבישטער ווערט צוגעגליכן צו א מקוה, פונקט ווי א מקוה איז מטהר טמא'נע מענטשן, די זעלבע טוט השי"ת מיט אונז און איז אונז מטהר אזויווי א מקוה.

אבער באמת אז מען לערנט אפ די ווערטער פון די משנה ווי עס דארף צו זיין, ווערט דא שווער עטליכע דִיוקים. פון די אויספיר פון זיינע ווערטער זעען מיר אז רבי עקיבא וויל דא צוקומען צו די נקודה ווי וואויל און ווי גוט איז פאר אונז כלל ישראל אז דער אייבישטער קומט און רייניגט אונז, און אויף דעם ברענגט ער זיינע ראיות פון די פסוקים, אויב אזוי וואס זענען די צוויי באזונדערע שאלות וואס ער פרעגט אין אנהייב "לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין, וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם", לכאורה איז די כוונה איינס, אז מיר האבן די זכיה צו שטיין און ווערן גערייניגט דורך אבינו שבשמים.

און בכלל, פארוואס דארף מען טאקע צוויי באזונדערע פסוקים דאס צו לערנען, ווי מיר געפונען כסדר אין ש"ס אז די גמרא פרעגט "מאי ואומר" פארוואס פעלט אויס נאך א ראיה, פארוואס איז נישט גענוג די ערשטע פסוק. און איבערהויפט ווען די צווייטע פסוק מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה' רעדט זיך בכלל נישט פון דעם ענין, ווייל די באדייט פון מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה' איז אז די האפענונג פון כלל ישראל איז דער אייבישטער, מקוה איז א לשון פון קיווי און תקוה; קומט אויס אז רבי עקיבא נעמט דא ארויס דעם פסוק פון איר פשוט'ן פשט און ער מאכט א רמז אויף א מקוה וואס איז מטהר, אויב אזוי פארוואס האט טאקע אויסגעפעלט אזוי צו לערנען אין דעם פסוק.
י
ום כיפור איז חשוב אפילו א ברעקל התעוררות פון א איד
א דבר נפלא ווערט נאכגעזאגט בשם הגה"צ רבי יהודה לייב פיין אבד"ק סלאנים זצ"ל, דער לעצטער רב אין די שטאט סלאנים וועלכער איז אומגעקומען על קידוש השם ביי די צווייטע וועלט מלחמה הי"ד, אז רבי עקיבא קומט אונז דא מחדש זיין א געוואלדיגע חידוש. מיר ווייסן אז עס זענען פארהאן צוויי סארטן אויפנים פון 'טהרה' אין די תורה. ווען א מענטש איז טמא געווארן מיט טומאת מת האט ער געדארפט צוקומען צו די אַש פון די פרה אדומה, מען דארף שפריצן אויף איהם א קליינע ברעקל פון די וואסער וואס האט געהאט אין זיך די אַש, און דאס האט איהם מטהר געווען. נאכדעם איז דא די סדר הטהרה וואס מ'דארף טוהן ביי רוב אנדערע טומאות, און דאס איז זיך טובל'ן דעם גוף אין א מקוה פון וואסער.

עס איז אבער דא א געוואלדיגע חילוק צווישן די צוויי סארטן טהרות, די טהרה פון אפר פרה איז גאר א קליינע און לייכטע טהרה, ווייל נישט מער ווי א קליינע טראפ פון די מי חטאת דארף צורירן דעם מענטש און ער ווערט טהור, דאגעגן די טהרה פון מקוה, דארט דארף דער מענטש גיין צום וואסער, און ער דארף זיך איינבייגן און איינטינקן זיין גאנצע גוף, יעדע איינציגסטע אבר דארף זיין אונטער די וואסער און עס טאר זיך נישט ארויסשטעקן אפילו א האר, אזוי אויך טאר ער נישט האבן קיין שום חציצה אויף זיין גוף, און אזוי ווייטער.

זאגט רבי עקיבא פאר א איד, ווען עס קומט יום כיפור איז דער אייבישטער מטהר א איד מיט די קלענסטע תשובה, השי"ת וויל פון אונז בלויז איין בייג פון חרטה און תשובה, ער וויל פון אונז די מינדנסטע התעוררות! און אפילו אויב א איד טוט בלויז א קליינע ברעקל פון טהרה, א מַשֶׁהוּ, אזויווי די שפריץ פון אפר פרה, דאן וועט שוין השי"ת קומען פון זיין זייט און איהם מטהר זיין מיט א פולשטענדיגע טהרה, דער אייבישטער וועט איהם ארומנעמען און רייניגן אזויווי א מקוה.

דאס איז אונזער האפענונג און התחזקות
און דערמיט ערקלערט ער להפליא, אז דערפאר זאגט רבי עקיבא צוויי באזונדערע זאכן, "לִפְנֵי מִי אַתֶּם מִטַּהֲרִין" עס איז דא א חלק וואס איר דארפט טוהן, איר דארפט בלויז אנהייבן מיט א התעוררות פון ענקער זייט, אפילו א קליין ביסל, און נאכדעם וועט איר זוכה זיין צו "וּמִי מְטַהֵר אֶתְכֶם, אֲבִיכֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", אויב מיר אידן הייבן אָן תשובה צו טוהן דעמאלטס קומט אבינו שבשמים און ער איז מַשלים און ענדיגט צו אונזער טהרה. און ווי עס איז טאקע הערליך מרומז אין די צוויי פסוקים, אין די ערשטע פסוק שטייט "וְזָרַקְתִּי עֲלֵיכֶם מַיִם טְהוֹרִים וּטְהַרְתֶּם" וואס דאס גייט ארויף אויף די אפר פרה וואס מ'שפריצט אויף א טמא מת, מרמז צו זיין אז אונזער עבודה איז חשוב אין הימל אפילו אויב מיר טוען ווייניג אזווי די קליינע שפריץ פון די אַש, און נאכדעם קומט די גרויסע טהרה פון "מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה', מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְמֵאִים אַף הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל" דער אייבישטער איז אונז מטהר אזויווי א מקוה וואס נעמט אונז ארום אינגאנצן און בשלימות און רייניגט אונז אויס מיט די שטערקסטע טהרה וואס איז נאר פארהאנען.

און דאס איז די גרעסטע "מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה' - די האפענונג פון כלל ישראל איז דער אייבישטער" ווי מיר האבן פריער דערמאנט, ווייל אט די גרויסע טהרה וואס השי"ת שענקט אונז יום כיפור איז ווי א מקוה טראצדעם וואס אונזער אייגענע התעוררות און טהרה וואס מיר טוען איז ווייט נישט בשלימות, דאס איז אונזערע גרעסטע חיזוק און האפענונג! מיט דעם כוח קומען מיר צו גיין תשובה טוהן אין יום כיפור, וויסענדיג ווי שטארק השי"ת האט אונז ליב און וואַרט אויף אונזער תשובה, און וועט צוענדיגן און ארויסהעלפן אונזער תשובה אז עס זאל זיין בשלימות.

קומט אויס אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן צוזאמען, סיי די "מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה'" אז דער אייבישטער איז אונזער תקוה און האפענונג, און סיי אז דער אייבישטער איז אונזער 'מקוה' וואס איז מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל, ווייל דאס גיבט אונז האפענונג און שטארקייט ווען מיר ווייסן אז השי"ת איז זיך מרחם אויף אונז און וואשט אונז אויס און רייניגט אונז כרחם אב על בנים אפילו מיר האבן נישט גענונג געטוהן פון אונזער זייט, עד כאן דבריו הקדושים.

א מקוה איז א פלאץ וואס נעמט אָן יעדעם
און אויב מיר מעגן צולייגן א שטיקל מחשבה'דיגע נקודה צו זיינע הייליגע ווערטער: רבי עקיבא נוצט אין זיין משל דער ענין פון א מקוה, מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל, פונקט ווי א מקוה איז מטהר א טמא'נע מענטש, די זעלבע איז הקב"ה מטהר כלל ישראל, וואס איז דער משל מרמז און וואס גיבט דאס צו צום ענין פון יום כיפור?.

נאר אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן א דבר נפלא, אויב מ'זאל אמאל פראבירן מקרב צו זיין א איד וואס איז ליידער דערווייטערט פון תורה ומצוות, און איהם בעטן אז ער זאל קומען אין שוהל אריין, אדער אריינקומען צו אַן ערליכער איד נעמען א ברכה, אדער אפילו נאר גיין צו א קבר פון א צדיק, וכדומה, מאכט זיך אפט אז עס וועט איהם זיין שווער, ער וועט נישט זיין באקוועם דערמיט און האבן א הרגשה אז ער איז דערווייטערט דערפון. לויט זיין התנהגות און לויט זיין מצב אין לעבן קען ער זיך שווער ברענגן דערצו אריינצוגיין אין א מקום קדוש אדער טוהן א געוויסע דבר שבקדושה, ער שפירט פרעמד און א ווידערשטאנד דערצו ח"ו.

עס איז אבער דא איין זאך וואס וועט קיינמאל נישט וויי טוהן אפילו פאר דער שוואכסטער איד, איין פלאץ וואו קיינער האט נישט קיין שום שווערע געפיל, איז א מקוה! אויב מ'זאל איבעררעדן סיי ווער אז ער זאל מסכים זיין און בלויז קומען כאפן א טבילה, וועט ער לכאורה נישט האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, און קיינער וועט נישט זאגן אז "ער איז נישט ראוי צו גיין אין מקוה".

און דער אמת איז אז דאס איז דאָך די גאנצע מהות פון א מקוה, פאר דעם איז עס געמאכט, א מקוה איז מטהר את הטמאים, עס איז געאייגנט פאר טמא'נע מענטשן אהינצוקומען און זיך טובל'ען דארט, מ'קומט אהין טאקע ווען מ'איז נישט ריין... און פונקט ווי א קינד קומט צו די מאמע ווען ער איז שמוציג, און דאס איז איינס פון די תפקידים פון א מאמע צו זארגן פאר איר קינד און איהם ארומוואשן און רייניגן, און עס איז נישט שייך ביי דעם קיין בושה, דער קינד קומט נאטורליך צו לויפן און די מאמע ווישט איהם אפ גערן, דאס איז די מציאות פון א מקוה וואס איז געמאכט צו רייניגן פון יעדע סארט טומאה און זוהמא, און יעדער מענטש בלי שום יוצא מן הכלל קען זיך געפונען דארט דאס פלאץ.

און דאס זאגט אונז רבי עקיבא, "מִקְוֵה יִשְׂרָאֵל ה'" אויף וועלכע אופן איז דער אייבישטער אונז מטהר אין יום כיפור, פונקט ווי א מקוה, מַה מִּקְוֶה מְטַהֵר 'אֶת הַטְּמֵאִים' די מקוה איז געאייגנט מטהר צו זיין טמא'נע מענטשן, און יעדער איד אין יעדע מצב איז ראוי צו גיין אין א מקוה זיך מטהר זיין, און די מקוה שפייט קיינעם נישט אויס און איז קיינעם נישט מרחק, "אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל" אויף דעם זעלבן אופן איז דער אייבישטער מטהר כלל ישראל אין דעם הייליגן טאג...

און דאס איז דער ענין פון 'ומושיע' וואס מיר האבן פריער דערמאנט וואס גייט ארויף אויף יום כיפור, אויב במשך די עשרת ימי תשובה העלפט דער אייבישטער צו און שטרעקט אויס א האנט פאר תשובה, ווען עס קומט יום כיפור דאַן קומט א גאנצע 'ישועה' ממש, יום כיפור איז די זמן ווען השי"ת נעמט אָן יעדעם איינעם אין סיי וועלכע מצב מ'געפונט זיך נאר, אויב דער איד וויל תשובה טוהן, ער פאנגט אָן אפילו מיט א קליין ברעקל התעוררות, ער עפנט א פתח כחודה של מחט ווי די שפיץ פון א נאדל, וועט דער רבוש"ע איהם אינגאנצן ארומנעמען און אפוואשן און רייניגן און אויסהיילן זיין נשמה, איהם מוחל זיין אויף זיינע עבירות, און איהם העלפן ארויסקריכן פון זיין מצב מאפילה לאור גדול.

לסיכום געדענק:
• די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען טעג פון התקרבות און הילף מצד אבינו שבשמים, טעג וואס 'מיר' קענען דאס מער שפירן.
• דער מקוה איז קיינעם נישט מרחק, "אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל" אויף דעם זעלבן אופן איז דער אייבישטער מטהר כלל ישראל אין דעם הייליגן טאג.
• יום כיפור איז א זמן וואס אויב א איד טוט תשובה, אפילו עס איז ווייט פון שלימות איז עס גאר חשוב אין הימל און דער רבוש"ע איז עס משלים און נעמט דאס אָן באהבה.

א לעכטיגע שבת קודש און א גמר חתימה טובה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:06 pm
דורך א שעפעלע