בלאט 1 פון 1

עמירם בן אוליאל - שולדיג אדער נישט שולדיג?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:29 pm
דורך חתם סופר
עמירם בן אוליאל איז געטראפען געווארן שולדיג אין געריכט פאר'ן פארברענען און הרג'ענען דריי מענטשן פון איין אראבישע משפחה, טאטע, מאמע און זייער קינד פון 1.5 יאר, נאכדעם ואוס ער האט מודה געוועהן און לויט די פארשערס האט ער דערציילט פרטים וואס נאר דער מערדער אליין האט געקענט וויסן.

ס'איז אבער דא א גרויסע קאמפיין ביי די מתנחלים אים צו באפרייען און זיי טענה'ן אז ער איז אומשולדיג. די וואך איז געוועהן א קאמפיין לטובתו ווי מ'האט צאמגעשטעלט א מיליאן שקל אים צו העלפן באפרייען.

איז עס ווייל זיי האלטען טאקע אז ער איז אומשולדיג, אדער ווייל זיי האלטען אז ס'איז גארנישט אזוי שלעכט אז ער האט גע'הרג'עט אפאר אומשולדיגע אראבערס?