דער דיין שרייט: שוין פארברענען דעם טמא'נעם ויואל משה!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8773 מאל

דער דיין שרייט: שוין פארברענען דעם טמא'נעם ויואל משה!

שליחה דורך שמן למאור »

א מתנחל פון קרית ארבע האט פארוויילט אין ניו יארק מחמת א משפחה שמחה. זייענדיג דא צום ערשטן מאל, איז ער אביסל ארומגעגאנגען קוקן די אידישע געגנטער צו כאפן א בליק וויאזוי די חוץ לארץ'דיגע אידן לעבן ליידער אינעם טמאת העמים, צווישן די גויים רח"ל.

איינע פון די פלעצער וואס ער האט געהאט אויף זיין ליסטע צו באזיכן איז געווען די שטאט וויליאמסבורג. די שטאט איז באקאנט אלס אן ארט פאר גאר פרומע ערליכע אידן, און אז מען קומט באזיכן די ארטאדאקסישע אידן פון אמעריקע איז וויליאמסבורג איינע פון די סטאנציעס.

ער שפאנט אזוי אויף די גאסן, ער זעט טאקע ווי די ערליכע אידן וואוינען נעבעך אינעם ערות הארץ, ממש 15 מינוט צו פארן פון טיימס סקווער אין מאנהעטן. מחנות פון אויסגעלאסענע גויים פארפלייצן די גאסן... "פארוואס הייבן זיי זיך נישט אויף אין קומען וואוינען אינעם הייליגן לאנד?" וואונדערט ער זיך... וואס האבן זיי דא פארלוירן דא אין אמעריקע? ווייסן זיי דען נישט אז אידן קענען היינט וואוינען אין א"י אומגעשטערט? עס געהערט דאך שוין צו אונז!

אזוי גייענדיג אויף ראדני סטריט, זעט ער א שיינע ביהמ"ד, קהל יטל לב ד'סאטמאר, נו, ער דארף ממילא כאפן א מנחה, איז לאמיר שוין איינוועגס אויסטשעקן א היימישע וויליאמסבורגע שול.

אומר ועושה, ער שפאנט אריין אין ראדני ס'מעדריש, און גלייך זעט ער טאקע אז אידן גרייטן זיך צו דאווענען מנחה. ער כאפט א סידור, און גרייט זיך צום דאווענען. ער קוקט אזוי ארום, די עולם גייט דא אביסל מאדנע אנגעטון, אלע גייען מיט שווארצע קאפלעך, נישטא די געהעריגע כיפה סרוגה פאר א מכה צו טערפן דא. אויך גייען זיי אלע מיט שווארצע פארמאכטע שוויציגע שיך... פארוואס שעמען זיי זיך פון זייער פינגערס פון די פיס?

שוין, מען שטעלט זיך שמו"ע, ער דאוונט ערליך, טרעט אויס, און ווארט פארן בעל תפילה. ער גייט צו צום ספרים שאפע און זיכט אזוי פאר עפעס אן אינטערסאנטע ספר צו קענען אריינבליקן ביז ווילאנג דער בעל תפילה הייבט אן חזרת הש"ץ.

אזוי קוקנדיג פאלן זיינע אויגן אויף א מאדנע ספר וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געהערט פון דעם, די ספר הייסט "ויואל משה". אינטערסאנט; איז דאס פון א ראשון אדער אחרון? ער געדענקט נישט אז מוסד הרב קוק זאל דאס ארויסגעבן...

ער נעמט ארויס דעם ספר פון שאפע, הייבט אן בלעטערן, און ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעען! ממש שטיקער כפירה גיסט זיך אויף יעדן בלאט אן קיין בושה! דער מחבר - עפעס איינער מיטן נאמען "ר' יואל טייטלבוים"- שרייבט ממש קעגן כל הקדוש לנו!

דער רעדט קעגן די הייליגע מצוה פון ישוב ארץ ישראל, ער רעדט קעגן די הייליגע מצוה פון רעדן לשון קודש, ער האט עפעס מאנדע הסברים אין די שלש שבועות, ממש שרעקליכע השכלה און כפירה אויף יעדן בלאט!

דער מתנחל איז געווען אן עכטע ערליכע איד, און די כבוד שמים האט אנגעפאנגען ברענען אין אים! ס'טייטש! אין א היימישע ביהמ"ד פון אזוי געריפענע ערליכע אידן, דרייעט זיך ארום אזא טמא'נע ספר?! דאס איז דאך ממש א חילול השם!

אויפן רגע האט ער אנגעקלינגען זיין דיין אין די מדינה, און לייגט אים פאר די מעשה! ער זאגט אים די נאמען פונעם ספר און הייבט אן צו ליינען שטיקער דערפון פארן דיין.

די מורה צדק ווערט נישט פארלוירן. "יא, כ'האב שוין געהערט פון דעם יואליש'ן, ער איז געווען א גרויסע תלמוד חכם, אבער איז ליידער פארקראכן מיט נישט ערליכע השקפות. ער איז געווען א דעת יחידאה און אלע ערליכע רבנים פון זיין צייט האבן געהאלטן אז ער איז זיך טועה, היינט האט ער געציילטע נאכפאלגערס אין חוץ לארץ וואס גייען נעבעך נאך זיינע וועגן, זיי זענען גרויסע בעלי מחלוקת און עקסטרעמע מענטשן, זיי זאגן אפילו תחנון אינעם הייליגן יו"ט ה' אייר. די ספר האט א דין פון ספרי מינות, און מען טאר חלילה נישט אריינקוקן דערין, פארמאך עס שוין די רגע!

פיין, אבער וואס זאל איך טון מיט די ספר? זאל איך עס דא לאזן?

ניין! איז געקומען א קלארע פסק פונעם דיין! מען טאר נישט לאזן קיין ספרי מינות וכפירה אין א שול, זאלסט עס ארויסדערווישן פון דארטן, און פארברענען!

"אבער"... זאגט די מתנחל, "איך זע דא אז די ספר איז פונעם ערשטן דריק און עס איז אריינגעשריבן מיטן האנטשריפט פון דער מחבר אליינס, איז מסתמה איז עס ווערט אסאך געלט! נו איז דאך עס א חשש גניבה פון אסאך געלט"?!

אדרבה! האט דער דיין געליאמערט! אז עס איז ווערט אסאך איז דאך עס א גרעסערע מצוה צו מבער זיין! ביסט מבער א טייערע אפיקורסישע ספר וואס איז אסור בהנאה!!!

עד כאן המעשה!

האלט איר אז דער דיין האט ריכטיג גע'פסק'נט?

איך וואלט געזאגט אז נישט! עס איז פארהאנען אלע סארטן שיכטן אין קרייזן ביי כלל ישראל, און אז דו קומסט מיר דא אריין אין מיין ביהמ"ד מיט אנדערע שיטות, דאן קענסטו אדער שלום מאכן מיטן מצב, אדער ארויסגיין!

ווער גיבט דיר רעכט צו גנב'נען ספרים? וואלסטו געוואלט אז מיר זאלן אריינקומען צו דיר אין קיבוץ און צורייסן ענקערע ספרים וואס מיר זענען דערקעגן?

דו האלסט אז ויואל משה איז כפירה? פיין! קויף עס נישט! לאז עס נישט אריין אין "דיין" ביהמ"ד. אבער וואס איז די חוצפה פון ארויסכאפן יענעמס א חפץ?

מילא עס גליטשט זיך בטעות אריין א ספר וואס איז כפירה לדברי הכל, איז איין זאך. אבער דו ווייסט דאך אז דא איז דאס נישט אנגענומען אלס א פראבלעם, טא ווער געבט דיר רעכט צו טון אזא זאך? זיי האבן רבנים וואס האלטן אנדערש, וואספארא חוצפה איז דאס אריינצוקומען ביי יענעם אין ביהמ"ד און זאגן אז "ענקערע" רבנים טויגן נישט?!

שוין, דער אמת איז אז די מעשה איז שוין פארגעקומען פאר בערך צוויי יאר צוריק, איז פארוואס האב איך מיר יעצט אויפגעוועקט? פשוט ווייל כ'האב בלויז יעצט געהערט פון די מעשה!

אט ליינט עס דא מיט אביסל אנדערע פרטים...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=51885
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר