געשעפט אייגענטומער/ארבעטער, גיסט אויס אייער פארביטערטקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פרוקער טראק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:25 am
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

געשעפט אייגענטומער/ארבעטער, גיסט אויס אייער פארביטערטקייט

שליחה דורך פרוקער טראק »

עס איז מן הסתם דא אזעלכע דא וואס ארבעטן אין געשעפטן צו אין ענליכע פלעצער און באגעגענען זיך טאג טעגליך מיט אלע סארטן מענטשן, אנגעהויבן ביי גאר איידעלע און געענדיגט ביי פגעים רעים פון די ערגעסטע סארטן אריינגערעכנט. מוטשעניאקעס, דערקוטשערער, פייניגער, פעיגערער, רודפים, עגאאיסטן, לאצי'ס, אומבאהאלפענע, אנלייגער, קריכער, אויסנוצער, נודזשעניאקעס, פוילע רוחות.
דא איז די ארט זיך אויסצופאקן די אויפרעגעניש, ווייל אך און וויי אויב אין געשעפט וועט מען ארויסלאזן דעם גאנצן שיטלאוד אויפן קאסטומער, מער וועט יענער נישט איבערטרעטן דעם שוועל פון טיר, פון די אנדערע זייט אבער ברויך מען דאך דעם בהמה'לע לערנען א לעססאן, און אויסגלייכן זיין פארקרומטן קעפל ער זאל זיך נישט וואגן זיך ווידער אויפצופירן אזוי חמוריש, און מיט אזא פערדעריי.

במילא איז דא דער פלאץ ארפצוברענגען טאג טעגליך סיפורים וואס מ'האט מיט די אלע סארטן לאסטן, און אפשר אזוי וועט זיך עפעס טוישן, איז זייט אזוי גוט, און אויב זענט איר א געליטענער פון אזעלכע סארט, געב אהער דיינע שוה פרוטות און לאז דעם ציבור מיטפילן דיין גרויס צער.
אויב ביסטו אויך א פעיגער, דאן זיי נישט בייז, און צעפראקסע דיינע באקן מיט א רעפלעכטער און א קאנטשיק, און נעם דיך פאר אז ביז די הונדערט אין איין און צוואנציג וועסטו זיך ווידער נישט אזוי אויף פירן. גיידיר די הונט...

און דא וועל איך אנהויבן. איך שטיי מיר היינט און מיין סטאר, קומט איינער צום באצאלן, זאגט ער געב מיר א דיסקאונט פיר דאלער. (איך בין א חזיר, איך מוז אייביג מיינען אז איך קויף א מציאה)

איך קען נישט! איך בין נישט דער בעל הבית.
(ביסט א חזיר טאקע, און אויב האסטו נישט קיין געלט, איז ווער בעט דיך קויפן? פוץ דיך אפ!)

וואס הייסט? דער באסס דיינער געט מיר אלס
(ווייל ער קען זיך נעבעך נישט קעגנשטעלן דיינע חזרישע בעטנדיגע אויגן, ער וויל דיך נישט פארלירן, ער וואלט דיך צעריסן ביידע נאז לעכער און פאר איינס געמאכט)

ער קען! איך נישט!
(איך קען אויך, אבער די וועג וויאזוי דו האסט געבעטן האט מיר אויפגעבראכט, יעצט העסטע באצאלן ווי א טאָטעלע)

יע, ס'איז גארנישט, דו באצאל עס פון דיין טאש.
(איך וועל ענדישער פארלירן דאס געלט אין א פובליק פאן ווי איידער דיר עס אהין צוגעבן)

אויב וועל איך אזוי יעדעם מאכן, וועל איך בלייבן אהנע וועידזשעס סוף וואך,
(אהה, ווען איך וועל נעמען די וועידזשעס די וואך, וועל איך טיף אריינשמעקן די דאלארן מיט געשמאק וויסענדיג אז דארט ליגן דיינע פיר דאלאר)

נו נאר פאר מיר בעט איך דאך, נישט פאר יעדעם!
(פיפל איינער! אבער דאס טוסטו ביי צוואנציג געשעפטן אין שטאט, און אזוי ציהסטו אויך אויף א דור פון קארגע פיגיס)

קוק אהער, דו מיינסט אז דו ביסט דער איינציגער וואס בעט?
(אזעלכע פרעכע ווי דיר מאכט זיך מיר טאקע ווייניג)

נו נו, איז קאל אן דיין באסס
איך קען נישט ער דאוונט אדער לערנט איך קען אים נישט שטערן
(איך קאל עם פופצן טויזנט מאל א טאג, ער לערנט נישט קיין אידיש ווארט, אבער פאר דיר וועל איך נישט שפארן חלילה קיין ליגנטס ווילאנג איך לעבן)

זארג דיך נישט ער קען מיר גוט.
(נאך בעסער קען ער דיין שלעכטע עריטאט, און דיין גראבע געשוואלענע בערזל, גלייב מיר דעי אייטעם וואס דו קויפסט איז נישט ווערט אפ' האלב די פרייז)

אבער איך קען נישט. און פאר א סיבה האט ער מיר געשטעלט דא, כדי אז אין זיינע פריוואטע צייטן זאל ער נישט ווערן געשטערט.
און יעצט ציהט מען ארויף אזא איידעלע שמייכל, און תוך כדי דיבור סווייפט מען דעם קארטל פון דעם אנגעבלאזענעם דבר אחר.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר