בלאט 1 פון 1
Re: הכזו-נה יעשה את אחותינו?!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:59 am
דורך טמיר
ווער איז שולדיג אין דעם וואס פרויען קענען נישט דרייווען? די מנהלי המוסדות וואס ניצן די קינדער אלס א שטעקן. אלזא, ווער עס האט די קאנטעקט נומערן פון די מנהלים זאלן טון א מצוה און מפרסם זיין און דאס איבריגע וועט דער עולם טון. יעדער ריפט אריין פראטעסטירן!
איך מיין אז דאס וועט העלפן
Re: הכזו-נה יעשה את אחותינו?!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:01 am
דורך טמיר
און טאמער קומען זיי מיט א תירוץ אז דער אדער יענער רב/רבי האט באפוילן, מוז ער זאגן ווער, און מען וועט זיך נעמען צי יענעמס ביינער.
כח הרבים איז זייער שטארק, אבער סתם שרייבן אויף ק"ש קען נישט האבן קיין עכטע אפעקט. מען דארף אויפהייבן א טעלעפאן
Re: הכזו-נה יעשה את אחותינו?!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:13 am
דורך דער גאלדענער אדלער
טמיר האט געשריבן:ווער איז שולדיג אין דעם וואס פרויען קענען נישט דרייווען? די מנהלי המוסדות וואס ניצן די קינדער אלס א שטעקן. אלזא, ווער עס האט די קאנטעקט נומערן פון די מנהלים זאלן טון א מצוה און מפרסם זיין און דאס איבריגע וועט דער עולם טון. יעדער ריפט אריין פראטעסטירן!
איך מיין אז דאס וועט העלפן
ראנג! די מנהלי המוסדות זענען נאר די שליחים אויסצופירן די שליחות פון זייערע משלחים, די כ"ק אדמורי"ם מיט די עקסטראמיסטן, יעדע קהילה איז היינצוטאגס געבענטשט מיט כל מיני עקסטראמיסטן וואס שרייען הויך, מאכן אסאך גערודער און פרובירן איבערשטייגן איינעם דעם צווייטן מיט ווי מער עקסטרעמיזם, און אסאך פון זיי זענען נאך געבענטשט מיט געלט אויך און דאס מאכט נאך אזא שמור לי ואשמור לך בונד צווישן זיי און די כ"ק אדמו"רים.
די מנהלים זענען פשוט'ע וואוילע אידן וואס ארבייטן שווער און ליידער ווערן זיי נאך ארויסגעשטעלט אויסצופירן די מענגעליסטישע שליחות פון זייערע משלחים
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:48 am
דורך פונדאַמענטאַל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די מנהלים זענען פשוט'ע וואוילע אידן וואס ארבייטן שווער און ליידער ווערן זיי נאך ארויסגעשטעלט אויסצופירן די מענגעליסטישע שליחות פון זייערע משלחים
די מנהלי המוסדות זענען שליחים פונעם רבי'ן, און די רבי פאלגט נאך די אנווייזונגען פון די פאר עקסטרעמיסטן וועלכע טערארעזירן זיי, אויס מורא אז מען וועט זאגן אז זיין מוסד איז נישט אזוי פרום. און אויף דעם אופן ווערט אוועקגעשטעלט די סטאטוס קווא אין אלע אנגעלעגנהייטן אין אונזער קאמיוניטי.
Re: הכזו-נה יעשה את אחותינו?!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:41 pm
דורך ואם תאמר
עס איז ענדליך צו סאדיא ערעביע וואו די מלכות געט איבער די פרומקייט ענינים צו די עקסטרעמיסטען. און אזוי לאזט מען אפ די מלכות. אבער נאך לאנגע יארן מעגן פרויען דריווען.
די וועג ארויס איז אויך די זעלבע. עס דארף זאן אפאר מחוצפים וואס גייען לאדן אסאך רדיפות. אבער מיט צייט קען עס זיך אפשר טוישן.
עס דארף אויך זיין אן איטרעסע ביי די אדמורי״ם מתיר צו זיין.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 2:29 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך האב געהערט אז אין לינדען האבן א גרופע פון פרויען זיך געלערנט דרייווען אין די רבנים האבן גארנישט געקענט טוהן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:40 pm
דורך ערנסטגערעדט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ראנג! די מנהלי המוסדות זענען נאר די שליחים אויסצופירן די שליחות פון זייערע משלחים, די כ"ק אדמורי"ם מיט די עקסטראמיסטן, יעדע קהילה איז היינצוטאגס געבענטשט מיט כל מיני עקסטראמיסטן וואס שרייען הויך, מאכן אסאך גערודער און פרובירן איבערשטייגן איינעם דעם צווייטן מיט ווי מער עקסטרעמיזם, און אסאך פון זיי זענען נאך געבענטשט מיט געלט אויך און דאס מאכט נאך אזא שמור לי ואשמור לך בונד צווישן זיי און די כ"ק אדמו"רים.
די מנהלים זענען פשוט'ע וואוילע אידן וואס ארבייטן שווער און ליידער ווערן זיי נאך ארויסגעשטעלט אויסצופירן די מענגעליסטישע שליחות פון זייערע משלחים
די תירוץ וואס זיי נוצן אלץ איז אז נישט זיי באדערט עס, אבער די עקסטרעמיסטן וואס שיקן אין יענע מוסד באפאלן זיי היתכן מ'לאזט אריין אזא קינד אין מוסד פון אזא שטוב ווי די מאמע דרייווט וכו', און ס'איז טאקע קראנט ביי געוויסע פעלער.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:21 pm
דורך ואם תאמר
דער נושא דערמאנט מיר פון דער מדרש
יוונים.jpg
מען דארף נאר טוישען די "יוונים" מיט די קנאים.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:44 pm
דורך שערי יושר
רבותי עטץ מאכט א גרויסער טעות, ענק קומען מיט די אלטע אויסגעדראשענע קשיות, ווי שטייט עס אין די תורה? ווי שטייט עס אין שלחן ערוך? אין וועלכע ספר שטייט אז ס'איז אסור?
די מציאות איז, אונז פירן זיך נישט לויט די תורה, אונז פירן זיך נישט לויט הלכה, אונז פירן זיך נישט לויט סברא, אונזער רעליגיע איז נישט יהדות, און נישט תורה, אונזער רעליגיע איז, "מסורה", א נייע אולטרה עקסטרעמיסטישע רעליגיע באזירט אביסל אויף די אידישע תורה.
און דעי רעליגיע איז מען כסדר מחדש נייע געזעצן, פאר פערציג יאר צוריק האבן סאטמאר מאנסי מאמעס געדרייווט און סאיז נישט געווען אסור, היינט איז עס יא אסור. איי וואס האט זיך געטוישט? גארנישט, דאס איז אונזער הייליגע רעליגיע.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:19 pm
דורך קהל'ס נער
אונזער רעליגיע איז ניטאמאל מסורה, ס׳איז א מיש-מאש פון טיפשות און מיינד-קאנטראול געפעקעדשט אלץ מסורה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:27 pm
דורך מי אני
אט דאס האט
@שמן למאור געשריבן
דא ווען איך האב געשריבן א בירור הלכה להתיר לגבי מיין ווייב'ס שווימען ערגעץ:
שמן למאור האט געשריבן:זייט ווען פירן אונז זיך לויט די הלכה? איך ווינדער זיך וואס דיין הוה אמינא איז געווען, ער וועט זאגן "אהה ביזט גערעכט איך זע אז על פי הלכה מעג מען"...?!?
איז אסור פאר א פרוי צו דרייוון על פי הלכה?
דארף זיך א פרוי שערן על פי הלכה?
מעג מען מאכן א לישב בסוכה ווען עס רעגנט?
טאר מען נישט שניידן די בארד?
איז עסן אין א פיצא שאפ א איסור דאורייתא אדער נאר א איסור דרבנן?
טאר מען טאקע נישט טרינקען OU קאקע קאלע?
וכו' וכו', דער עולם קען משלים זיין מיט נאך...
אונז האבן א אייגענע וועג וויאזוי זיך צו פירן, עס איז אפשר אביסל געבעיסט אויף די תורה, אבער למעשה איז עס א נייע רעליגיע
און אין יענעם אשכול האב איך, עפ"י בקשת א קרוב פון מאנסי, טאקע
איבערגעארבעט די ארטיקל פון דעם איד, מיט הלכה'דיגע רעפערענצן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:09 pm
דורך כרם זית
נוח האט געשריבן:
(אריינגעלייגט א שטרעכל אינעם ווארט "הכזו-נה" נאכדעם וואס מאנכע האבן זיך באקלאגט אז זייער פילטער לאזט נישט עפענען דעם אשכול)
מען דארף ניטאמאל ליינען די מוראדיגע ארטיקל נאכן זען די שורה. עס ברענגט אזוי שטארק ארויס אינזער משוגעת'ן. ענדערש וועלן מיר זיין פארנומען בלאקן יעדע ווארט וואס קען האבן א פיפטע קאזין שייכות מיט זנות, אבער פרויען זאלן דרייוון, הכזונה יעשה אחתינו? כי תהיינה לאיש כתיב!
Re: הכזו-נה יעשה את אחותינו?!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:43 pm
דורך ואם תאמר
אונזער מהלך און דעם ענין האט גארנישט מיט די פרוי. מיט זי קען מען טוהן וואס מען וויל. אירע פחד, און שעווערקייטן גייט נישט אהן.
עס איס אלס לגבי די סטאטוס פון די מאן און די סיסטעם.
זי איז אויך נישט אונזער פראבלעם. די אלע וואס האלטן אן די איסור גייען נישט העלפן די משפחה נאך אזא זאך געשענט. זיי גייען נישט מנדב זיין געלט פאר טערעפי. אויב איינער גייט אראף פון וועג איס זי נישט קיין חלק פון אונזער עולם. און מיט דעם איז מען פטור.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:47 pm
דורך בעל אחריות
כרם זית האט געשריבן:נוח האט געשריבן:
(אריינגעלייגט א שטרעכל אינעם ווארט "הכזו-נה" נאכדעם וואס מאנכע האבן זיך באקלאגט אז זייער פילטער לאזט נישט עפענען דעם אשכול)
מען דארף ניטאמאל ליינען די מוראדיגע ארטיקל נאכן זען די שורה. עס ברענגט אזוי שטארק ארויס אינזער משוגעת'ן. ענדערש וועלן מיר זיין פארנומען בלאקן יעדע ווארט וואס קען האבן א פיפטע קאזין שייכות מיט זנות, אבער פרויען זאלן דרייוון, הכזונה יעשה אחתינו? כי תהיינה לאיש כתיב!
פארוואס איז די ווארט "זונה" נאר א פיפטע קאזין מיט זנות פארוואס נישט א ברודער צו דאס קינד אליין...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:42 am
דורך שמן למאור
כרם זית האט געשריבן:נוח האט געשריבן:
(אריינגעלייגט א שטרעכל אינעם ווארט "הכזו-נה" נאכדעם וואס מאנכע האבן זיך באקלאגט אז זייער פילטער לאזט נישט עפענען דעם אשכול)
מען דארף ניטאמאל ליינען די מוראדיגע ארטיקל נאכן זען די שורה. עס ברענגט אזוי שטארק ארויס אינזער משוגעת'ן. ענדערש וועלן מיר זיין פארנומען בלאקן יעדע ווארט וואס קען האבן א פיפטע קאזין שייכות מיט זנות, אבער פרויען זאלן דרייוון, הכזונה יעשה אחתינו? כי תהיינה לאיש כתיב!
זייער מאדנע דאס... די סארט פילטערס בלאקן די גאצטע תורה? עס שטייט דאך די ווארט זונה אין די תורה!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:43 am
דורך ברוך שפינוזה
פארמעקט
מנהל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:03 am
דורך פינקע בלומען
עס איז זייער פארווייטאגט, אבער שרייבען דא גייט גארנישט העלפן