אטד און פריקות עול

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

אטד און פריקות עול

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

נאך אן אשכול איבער אטדס? יא! זיץ שטיל און הער אויס וואס דער רבי האט צו זאגן, ווער ס'דארף גיין אין טוילעט זאל אויפהייבן די האנד.

אין די חסידישע גאס איז דער עולם שטארק ביי די מיינונג אז די סיבה פארוואס מענטשן פארן אפ פונעם חסידישן וועג קומט עס דערפון וואס זיי זוכן זיך די גרינגע וועג ארויס, זיי ווילן זיך נישט פארפליכטן צום אמת, סתם הפקר יונגען, און דאס וואס זיי זאגן אז זיי גלייבן נישט אינעם רבי'ן שליט"א (כמובן שמורא רבך כמורא שמים, ווי אויך פארשטייט זיך אז מחמת אימת הצנזור נוץ איך אייוועלט ביישפילן אבער יעדער פאר זיך זאל עס פארטייטשן אויף זיין אמונה לעוועל...) איז סתם א תירוץ וואס זיי נוצן פאר פריקות עול.

איז אזוי, הגם מיר קאוועשטיבל אידן ווייסן דאך אז ס'נישט אינגאנצן גענוי אזוי, ס'דא עכטע סיבות פארוואס מענטשן זאלן נישט גלייבן אינעם רבי'ן, און הגם רוב חברים דא גלייבן למעשה יא אינעם רבי'ן פארשטייען זיי אבער אז ס'דא בילבולים אינעם "ריכטיגן אמונה", און ווען די אטדס זאלן ווען טועם זיין (וואס זיי פאנטאזירן איז) די עכטע אידישקייט וואלטן זיי אלע געלאפן צום רבי'ס טיש זיך קוויטלען אויף אלע פיר. די מענער וואלטן אוועקגעווארפן די סמארטפאונס, די פרויען די דרייווער'ס לייסענס, זיי וואלטן געלאפן קיין G&G זיך אנפעלצן מיט די שמונה בגדים און געלאפן אין שוהל אריין זיך שאקלען איבער'ן גמרא/תהילים עד עלות השחר. און באמת ווייסן מיר דאך אז לויט די "אמת'ע" אידישקייט מעג מען "עכט" יא באזיצן א סמארטפאון, און איינמאל מ'מעג שוין איז דאך שוין נישט דא קיין שום סיבה יא צו האבן. בקיצור, אונזער אמונה איז געקאווערט פון אלע זייטן סייוויסיי, ווי יענער האט געזאגט פאר זיין חבר וואס האט איהם געמאנט דעם גראזשניידער וואס ער האט איהם פארבארגט: ערשטנס כ'האב עס דיר שוין צוריקגעגעבן, צווייטנס ס'האט זיך צובראכן, און דריטנס כ'האב עס קיינמאל נישט געבארגט. מיט דעם אלע טיעף אינעווייניג האלטן מיר אויך אז ווען דער אטד זוכט ווען באמת דעם אמת וואלט ער עס געטראפן אין (אונזער ווערסיע פון) אידישקייט, נאר וויבאלד דעם אטד'ס דראנג פאר פריקות עול איז שטערקער ווי זיין בקשת האמת גיבט ער אויף זוכן דעם אמת און ער גייט צו פריקות עול. און דאס איז די חילוק צווישן מיר הייליגע קאוועשטיבל אידן און די אטדס, ביי זיי איז די דראנג פון פריקות עול שטערקער (אדער די זעלבע) ווי די דראנג פאר'ן אמת, ווידער ביי אונז איז די דראנג פאר'ן אמת שטערקער ווי דעם דראנג פאר פריקות עול און נאכ'ן זוכן אזויפיל לאנגע יארן האבן מיר עס געטראפן אין אונזער פערסאנעל רילעישנשיפ מיט גאט, ליעבע פאר טראדישן, אדער ענליכע סעלף וועלידעיטינג חרטא.

למעשה שטעלט זיך ארויס פארקערט, נישט אז די דראנג פאר פריקות עול איז גורם אז מ'זאל באשליסן אז די תורה איז בעלאוני, פארקערט, דאס באשליסן אז די תורה איז בעלאוני איז גורם אז מ'זאל זיך מער נישט אינטערעסירן אין גארנישט און לויפן צו פריקות עול. און איך וועל געבן א ביישפיל פון מיין פערזענליכע לעבן.

איך געדענק ווען איך בין נאך געוועהן א מאמין נישט מער געדאכט האב איך געהאט א געפערליכע סעלף קאנפידענס, איך האב געקענט אריינפארן מענטשן ווען ס'האט אויסגעפעלט, איך האב געקענט געבן עמאושינעל סופפארט פאר א חבר ווען ער האט גענויטיגט דערין. איך האב פשוט געוואוסט וואס איז ריכטיג, מה חובתי בעולמי, פון וואו איך קום, צו וואו איך גיי, אין וועלכע ספר איך דארף זוכן צו לעהזן מיינע ספיקות, א.א.וו. הגם די גאולפאוסטס האבן זיך געהאלטן אין איין רוקן, אלץ קינד איז מיין מורה דרך געוועהן די מעלות און הכתב והמכתב, שפעטער ווען איך האב איינגעזעהן אז זייער וועלטסאויסקוק איז נישט מוכרח און איך קען מיך נישט פארלאזן אויף זייער'ס א סברא זיך צו פארזיכערן א טיקעט אין גן עדן בין איך געפאלן צום שולחן ערוך, ווען יענעם באבל האט אויך געבאסט האט זיך עס גערוקט צום תלמוד בבלי, ווען דאס האט געקראכט האט זיך עס גערוקט צו די 13 עיקרים, און אזוי ווייטער און ווייטער, ווי אויך האב איך געהאט תקופות אינדערצווישן פון קאצק, קוק, אריז"ל, און נאך. בכל אופן, ביי וועלכע שלב איך האב געהאלטן בין איך געוועהן 100% איבערצייגט דערין און דאס האט מיר געגעבן די קאנפידענס, און טאקע די מינוט וואס די גאנצע קארטן הויז האט געקראכט האט מיין גאנצע קאנפידענס געקראכט מיט דעם אינאיינעם…

וואס נאך איז געשעהן אין יענע תקופה? איך בין געווארן א פורק עול… כלומר, וויבאלד איך ווייס דאך שוין נישט וואס צו טוהן צוצוקומען צו מיין תכלית אין לעבן איז פארוואס זאל איך מיך אנשטרענגען אומזינסט ווען איך קען פונקט אזוי זוכן דעם גרינגען וועג ארויס? ד.ה. אזוי, נישט ווייל איך האב געזוכט פריקות עול האב איך מיך איינגערעדט אז איך גלייב נישט אינעם רבי'ן, פארקערט, ווייל איך האב מער נישט געגלייבט אינעם רבי'ן און איך האב נישט קיין דירעקציע אין לעבן עניוועיס הייב איך אן זוכן דעם גרינגסטן וועג ארויס. פארוואס זאל איך מקבל זיין any עול ווען איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז ס'גייט מיר מיט עפעס העלפן? ווי זאגט נאר יענער, איך בין בכלל נישט זיכער אז איך עקזיסטיר איז ווי קען איך זיכער זיין אז…? און וואס טוט מען ווען מ'איז נישט זיכער? מ'זיצט מיט פארלייגטע הענט ביז מ'גייט טרעפן א סיבה עס צו רוקן…

וויאזוי האב איך דאס געכאפט? לעצטנס האב איך געליינט א בוך פון דר. מיכאל ניוטאן איבער די עולם הנשמות (איך האלט שוין אינמיטן די צווייטע און איך באלעק מיך די פינגער) און מיטאמאל האט אלעס אנגעפאנגען מאכן סענס. ס'נישט אז ער גיבט קלארע אנווייזונגען וואס מ'האט צוטוהן, קנאק דריי מאל מיט'ן לינקען פינגער און שריי קדוש קדוש קדוש נ נח נחמן מאומן, נאר אז מ'איז א מבין דבר מתוך דבר און מ'קען ליינען צווישן די שורות קען מען פארשטיין פון די אינפארמאציע וואס ער גיבט בערך אויף וועלכע דירעקציע מ'זאל גיין. הגם איך האלט נאך אינמיטן פארדייען די אינפארמאציע וואס ער גיבט, אבער ווי מער איך טראכט עס איבער, איך שטעל עס צו צו אינפארמאציע וואס איך ווייס שוין פון פריער און אייגענע עקספיריענסעס, ווי מער איך שטעל צאם די פאזל אלץ מער קומט צוריק די אלטע סעלף קאנפידענס פון מיינע חרדישע יארן. און נאך עפעס, איך זוך מער נישט קיין פריקות עול און סתם צייט פארברענגערייען, יעצט אז איך האב שוין יא אביסל א דירעקציע גיי איך אהין מיט'ן פולן אימפעט, פארוואס סתם צייט פארשווענדן?

צום שלוס, פריקות עול איז נישט די גורם פאר אפיקורסת, פארקערט, אפיקורסת איז גורם פריקות עול. לכו בידע הזה והושיעו את עצמכם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

האסטו דען נישט דעיס געזאגט אפאר מינוט צוריק?... :D
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך געדענק נישט אז איך זאל עס האבן געזאגט, אבער חזרה איז אלץ א גוטע זאך פלעגט דער רבי אין חדר זאגן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אטד און פריקות עול

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

פון דיין ארטיקל זעהט אויס די מיינסט אז או טי די'ס זענען אפיקורסים.

עס הייבט זיך נישט אן. רוב או טי די'ס זענען בכלל נישט קיין אפיקורסים. די אינגע או טי די'ס זענען געווענליך פארווייטאגט (פארווייטאגט מיט רעכט), און עלטערע או טי די'ס זענען געווענליך אזאנע וואס טרעפן זיך נישט די פלאץ אינעם היימישע לעבן, זיי גייען זיך זייער וועיג צוביסלעך, בכלל נישט מיט קיין באשלוס פון עקס-גלייבן. קען זיין אז בשעת'ן עקספלארן הייבט זיך אן וועבן ספיקות (און טייל מאל לעזן זיי די ספיקות...), אבער איך האב נאכנישט געטראפן איימיצן וואס איז אנטלאפן צוליב כפירה.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך מיין נישט דא אריינצוגיין אין א וויכוח איבער דעם דעפינישן פונעם ווארט אפיקורוס ווייל ווי ווייט ס'מיר נוגע קען עס מיינען די זעלבע ווי אחשתרנים בני הרמכים, בכל אופן בין איך איבערצייגט אז יעדע אטד איז א ______ (פיל אריין וועלכע ווארט די ווילסט) אויף א געוויסע לעוועל, ווען ער גלייבט ווען פונקט וואס סקולענע רבי גלייבט וואלט ער געבליבן בלית ברירה מיט אלע פארווייטאגטקייטן און זיך נישט טרעפן דאס פלאץ. יעדנפאלס איז מיין פוינט אינגאנצן נישט אנגעוואנדן אויף דעם נקודה, מ'דארף נישט זיין אן אנטשלאסענעם אטעאיסט צו פארלירן די דירעקציע אין לעבן וואס רעליגיע גיבט פאר א מענטש. פארקערט גאר, די אטעאיזם קען צומאל ווערן א ציהל אין לעבן פאר זיך, די אומאנטשלאסענע אגנאסטיקטס זענען נאך דאס מערסטע אין פעקל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

דא איז דא א מאמר פון מיכאל אברהם וועלכע רעדט איבער די יוצאים בשאלה און פארוואס זיי טוען עס.

דא האסטו א טשארט וואס @מי אני האט צוגעברענגט איבער דעם נושא (יענער אשכול איז רעלעוואנט דא גראדע.) וואו מ'זעט אז מענטשן פארן ענדערש אפ פאר אנדערע סיבות ווי אפיקורסת, און פריקת עול ברענגט יא ענדערש צו דאס אפלאזן אלעס (הגם ס'איז נישט ממש פריקת עול דארט..).

בכלל איז דאס זייער א דעלעקאטע נושא, ווען בדרך כלל איז דא א קאמבינאציע פון פילאזאפישע-איידעאלאגישע סיבות (אפיקורסת וכדו') צוזאמען מיט פסיכאלאגישע, און עס איז שווער אנצודייטן וועלכע איז די האן און וועלכע די איי..

צו נעמען די משל פון מיכאל אברהם, ווען איינער איז חוזר בתשובה זעט מען זייער אן אינטרעסאנטע זאך - זאגט ער - אז די פרייע חברה שרייען אז יענער איז געווארן פארריקט און איז 'אפגעפארן' פון זייער וועג פאר פסיכאלאגישע סיבות, בעת וואס די חרדים טענה'ן דעמאלס אז ער האט 'אנערקענט' די אמת און נאר דעפאר האט ער זיך אריבערגעצויגן.. און ווי ער ברענגט אויך ארויס ליגט די אמת אביסל ביי ביידע (און יעדער איינער וועלט זיך וועלכע חלק צו נוצן), טאקע ווייל עס פעלט זיך אויס א קאמבינאציע פון די צוויי כדי איינער זאל נעמען אזא שריט.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

די פאקט איז מיר מענטשעלעך זענען בס"ה סאשעל ענימעלס, און בנוסף צו פיזישע געברויכן מוזן מיר זיין צופרידן און באקוועם, צומאל וועט די דראנג נאך צופרידענהייט איבערשטייגן און איגנארירן אנדערע געברויכן אויפן וועג, און מ'קען אפשר אפי' שפעקולירן אז די פיזישע need וואס מיר האבן יא איז אויך נאר געבויט אויף די צורך צו זיין צופרידן (- איך בין נייגעריג וויפיל מענטשן וואלטן אנגעגאנגען אויסצוגיין פון הונגער טאמער הונגער איז גארנישט אומבאקוועם און שטארבן איז נישט שרעקעדיג?!).

פארוואס זאג איך עס? ווייל אונטער יעדע החלטה ליגט בהחלט טמון אן עמאציאנאלע געברויך צו אנפולן דעם happiness מעסטל, (און די איידיע איז אז עס קען גארנישט אנגעפולט ווערן - יש לו מנה רוצה מאתים - אונזער שכל מאכט אונז מער אומצופרידן מיט זיינע גראבע השגות). איז באמת סיי דער וואס מאכט אן החלטה ארויסצוגיין און סיי דער וואס איז מחליט צו בלייבן זענען באמת גע'דרייוט ביי אזעלכע מאטיוואציעס ביודעים ובלא יודעים, נאר וואס יא, עס זענען דא צענדליגע סארט געפילן און מצבים וועלכע זענען אינוואלווד און ביישטייערן צו די ענדגילטיגע באשלוס (- וואס קען צומאל אויך זיין מיסקאלקולעיטעט פון א יוטיליטעריען שטאנדפונקט, נאר רוב מאל אבער איז די מענטש למעשה מער צופרידן פון די עצם געדאנק אז ער האט מחליט געווען - ממילא שטומט עס יא אפי' אויב נאר satisfaction רעכנט זיך...)

אויסצורעכענען א חלק,
קאגנעטיוו דיסאנענס, איז איין שטארקע דרייוו צו גיין אין די וועג וואס מ'האלט איז באמת ריכטיג (אויב נישט שפירט מען זיך טיף אומבאקוועם).
משפחה/סאשעל סטרוקטור, איז א שטארקע דרייוו צו האלטן דעם מענטש אין יענעם זאנע אפי' אויף די חשבון פון איגנארירן אייגענע רצונות.
פרנסה/געלט, האט א שטארקן כח צו מאכן מענטשן זיין אנגעוואנדן דערין און מאכן קאנסעקווענציאלע החלטות מיט דעם דרייוו.
פילן ווי מ'טוט אויף - מ'איז פראדוקטיוו, איז זייער א וויכטיגע געפיל וואס מ'קען נישט זיין אן דעם צו לאנג אן ווערן משוגע (-און נישט זיין משוגע, איז אויך א סאציאלע צורך..).
זיין א גוטע - צופרידנשטעלן די וועמען מ'האט ליב, קען פירן צו געויוסע סארט החלטות וואס מ'וואלט אנדערש נישט געמאכט.
גילט, איז א שטארקע אפהאלט פון נעמען שריט - צומאל טאקע נישט גוטע שריט אבער צומאל אויך גוטע (ווען די השקפה איז נישט בסדר..).
כעס/ווייטאג, קען מאכן טון פעולות בגדר נקמה - צו בארואיגן די געפילן און נישט דוקא פאר א פראקטישן תועלת.
א.א.וו.

צוריק צו דיין שאלה, פארוואס מענטשן זענען 'פורק עול'? (קודם פארשטיי איך נאכנישט פארוואס דו רופסט עס אזוי, עס קען זיין אז ערשט הייבן זיי אן צו נעמען אן עול...) צו עס איז ווייל זיי זענען 'פורק עול' ערשט, אדער ווייל די אפיקורסת שטופט זיי?!
די צוויי זייטן דא זענען נישט אבער אזוי גוט דעפינירט - 'פריקת עול' איז די פעולה וואס איז די סיבת הפעולה? אבער לאמיר עס טרייען צו ריפרעיזן, צו עס קומט מכח זיין אומצופרידן מיטן סיסטעם אדער מכח לייקענען די סיסטעם.. די זאך איז נאר, אז ביידע קומען למעשה צו און פון די זעלבע שורש, נעמליך, נישט זיין צופרידן מיט זיך אין די מצב וואו ער געפינט זיך, צו ווייל די דיסאנענס פון די 'אפיקורסת' שטערט אים, צו ווייל ער האלט נישט אויס נישט צו זיין פראדוקטיוו, אדער דאס אז פרויען טארן נישט דרייוון וכו'. הצד השוה אז זיין אומצופרידענהייט טראגט אים ערגעץ אנדערש.
ס'איז אבער נאך יא דא די נושא פון זיך אפרייסן פון די אלטע וועליו'ס און פון די קהילה וואס פאר געוויסע דארף אן עקסטערע שטופ (אויב זיין נעט-צופרידענהייט גייט למעשה פאלן ווען ער מאכט זיין החלטה אויפן חשבון פון זיין סאסייעטי וכדו'), וואו דארטן קומט בדרך כלל אריין אן עקסטערע קאסט-בענעפיט לעיער פון די פריערדיגע ליסטע, דהיינו אדער איז די דיסאנענס גענוג שטארק אז אלעס ארום גייט אים נישט אן - און עס שיינט אז דאס ווילסטו ארויסברענגען (די פראבלעם איז נאר אז סוף כל סוף איז סאסייעטי והמסתעף פונקט אזא צורך פאר רוב מענטשן און אפי' אויב יעצט לוינט זיי עס אויפצוגעבן פארן ברייטערן חשבון קען עס נאך איין טאג זיין א חוזר וניעור וויבאלד דאס איז מער א לאנג-טערם need), אדער ווייל ער איז זייער אויפגערעגט אדער פארווייטאגט ממילא.

אין אנדערע ווערטער עס איז מער א שאלה פון וועליו'ס און פסיכאלאגישע קאלקולאציעס וועלכע די מענטש וועגט אפ ביים מאכן לייף-טשענדזשינג החלטות, און בפשטות זענען אלע קאמבינאציעס פונקט אזוי מעגליך זיך אויסצושפילן, ואדרבה עס איז דא א סברא צו זאגן אז מענטשן וועלן ענדערש זיין בייעסד צו נוצן די פילאסאפישע קארטל ווען באמת איז דאס יא פסיכאלאגיש - ווייל עס הערט זיך מער אריסטאקראטיש.. ודוק כי קצרתי.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

זייער שיין צינומען דעם נפש האדם, נאר איין דרייוו ווילעך צולייגען וואס דאסיז די נשמה הטהורה וואס דרייווד יעדן איד באיזה אופן שהוא ובפשטות קעמען עס זען בחוש ווי ס׳ווערט נמשך מכח אל הפועל אין פארשידענע עספעקטס און מצבים און ניין א סייענטיפיק סטאדי מיט א קאנטראל גרופ וכו׳ האבעך נישט דערויף.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:זייער שיין צינומען דעם נפש האדם, נאר איין דרייוו ווילעך צולייגען וואס דאסיז די נשמה הטהורה וואס דרייווד יעדן איד באיזה אופן שהוא ובפשטות קעמען עס זען בחוש ווי ס׳ווערט נמשך מכח אל הפועל אין פארשידענע עספעקטס און מצבים און ניין א סייענטיפיק סטאדי מיט א קאנטראל גרופ וכו׳ האבעך נישט דערויף.
אויך איז דא א 'ימעלא' דרייוו, קיין סייענטיפישע סטאדיעס האב איך נישט דערויף, קיין דעפינאציע דערפון אויך נישט, אבער אזוי ווייס איך!



ערנסט גערעדט, א ספיריטואל דרייוו איז בפשטות מעגליך, אבער עס איז ווארשיינליך געבויט אויפן כח הדמיון וואס איז ווידער א צוזאמשטעל פון די געפילן (-דרייווס) און שכל, ממילא פאלט עס אונטער די אנדערע לכאו', מ'קען אבער בכל אופן קאטעגאראזירן און כאראקטיזירן די דרייווס וויאזוי מען וויל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

נאך א שטיקל נספח אויפן פריערדיגן, עס איז באקאנט אין די קליינ'יען 'אביעקט-רעלעישאן' פסיכאלאגיע אז איינער פון די חלקים פון אנטוויקלונג (-בעיקר אלס קינד אין איר טעאריע, אבער עס ליגט כסדר אין די דעפענס מעכאניזם) איז ווען די מענטש גייט אריבער די סטעידזש פון 'ספליטינג'-צוטיילן, דהיינו יעדע צוויי זאכן וואס שאפן דיסאנענס אין געפיל אדער אין קאפ הייבט מען אן מעסטן מיט א שווארץ און ווייסע מעסטער ווי ווייס איז גוט און שווארץ איז די שלעכטע, און מ'טיילט זיך אינגאנצן אפ פון די שלעכטע חלק און מ'פראבירט עס אפצושטויסן, צוביסלעך ווען מ'ווערט מער מודע און באקוועם דערמיט הייבט זיך אן די 'אינטעגרעיטיוו' סטעידזש ווי טוב ורע קענען משמש זיין בערבוביא און מ'ווערט נישט אזוי צושאקלט פון דעם אז בתוך יעדע גוטע זאך קען זיך מאכן שלעכטע חלקים אויך א.א.וו.

לעניינינו, פערזענליך מיין איך אז רובא דרובא פון די וואס פארן אפ טוען עס אין די סטעידזש ווען מ'קען נישט פארנעמען די סתירה צווישן די אייגענע וועליו'ס און די פון די סיסטעם אין וואס מ'איז איינגעבינדן. די נאטורליכע זאך איז צו פארבלייבן אינעם סיסטעם (בפרט אזא הארטע ווי אונזערע - וואס איך בין מסכים אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך), חוץ איינער וואס האט גארנישט צו דערלייגן ווייל ער איז אויסגעווארפן אדער ווען ער וויל סתם אזוי אפטון די סיסטעם וואס איז דאך פשוט פארוואס ער פארט אפ - ווען נאר קומט ער צו די הכרה אז עס מאכט אויך נישט קיין לאגישע סענס (-אפיקורסת בלע"ז).
פאר א געזונטער מענטש דאס צו טון פשוט ווייל אידעאלאגיש האלט ער נישט אויס איז אביסל רחוק מן המציאות לדעתי.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כמעט אלע אפיקורסים וואס איך קען וואס זענען אויפגעוואקסען אינעם היימישן חדר, זענען נאך אלץ אינעם היימישן חדר, ס׳כמעט נישטא קיין אט״ד אפיקורסים.
ווען איינער ווערט אן אפיקורוס און די לעבן גייט עים גיט איז נישטא קיין סיבה צי גיין אט״ד, דער גאט פון אטאאיזם וועט עים נישט לייגן אין גיהנם פארן חטא פון עסן מצה אדער פאסטן יום כיפור, און ס׳לאו דוקא אז אויב וועט ער גיין אט״ד וועט עים די לעבן בעסער ווערן.

משא״כ איינער וואס די לעבן איז עים נישט גוט וועט שנעלער גיין אט״ד אפילו אויב ער איז נישט קיין אפיקורוס, ווייל ער האלט אז דארט וועט עים די לעבן בעסער זיין.

והראיה דעם רבין אליין איז (נישט) א אפיקורוס און די רבי איז געהעריג משלנו, איך האב דיך נאך נישט געזעהן אין מקווה אבער איי בעט אז די גייסט מיט רבינו תם׳ס….
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך האב נאכנישט געטראפן איימיצן וואס איז אנטלאפן צוליב כפירה.
איך האב שוין יא געטראפן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: אטד און פריקות עול

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך בין געוועהן אויסגעשפארט פאר 2 וואכן האב איך נישט געקענט מגיב זיין, דער עולם זאגט שיינע און ריכטיגע נקודות אבער איך ווייס נישט צו ס'איז ממש אין פלאץ, כ'האב פארשטייט זיך גערעדט figuratively. כ'האב נאר גענוצט די מושגים, אפיקורסת, קאנפידענס, א.א.וו. ארויסצוברענגען געוויסע states of mind, כ'האב נישט געמיינט די דיקשינערי'ס דעפינישנס דערפון.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אטד און פריקות עול

שליחה דורך אלפא »

בנוגע די שאלה צו די וועלכע פארן אפ טוען עס מתוך איידעאלאגיע אדער די 'תאוות' שטופן זיי, האב איז געהערט לעצטנס א געדאנק אז וויבאלד חרדי'זם איז א פונטאמענטאליסיטשע באוועגונג (אינעם ברייטן זין) איז באמת כמעט אוממעגליך זיך אריינצוברעכן ביי איינעם אין השקפה - אדער א מענטש פאר זיך אליין - אן קודם עקספיריענסן אן עמאציענאלע דרייוו וועלכע זאל אים ווייזן אז עס דא עפעס בכלל 'אינדרויסן פונעם קעסטל'.
אין אנדערע ווערטער, אן קיין תאוות אדער פסיכאלאגישע דרייוו וועלכע צינדט אן די דראנג צו עקספלארן און געפיל פון אינדעווידואליזם, האט א מענטש כמעט נישט קיין שאנסן אפצוקויפן עפעס וואס איז א זיז כל שהוא אנדערש ווי זיין 'ריינע-אמת'ע השקפה' ווילאנג ער איז שעלטערט פון יעדע דרויסענדיגע השפעה.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט