בלאט 1 פון 2

אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:04 pm
דורך קל וחומר
א סאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבערן הייסע טעמע פון שידוכים ביינונז. וויפול מען וועט נאר צושטימען צו די פונקטן וואס ווערן ארויסגעברענגט בטוטו"ד כל חד לפום סברא דיליה וועט אבער צום סוף די מציאות פון אונזער קולטור איבערוועגן און אפיציעל מאכן סיי וואספארא דראסטישע שינויים זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט.
האב איך געקלערט פון א פשוטע געדאנק וואס הגם עס וועט נישט זיין די ענדגילטיגע ישועה קען עס אבער יא זיין א סארט אתחלתא דגאולה וואס וועט בהמשך פירן צו יענעם דירעקציע.

והנה, מיר זענען עדות צום פענאמענאן אז ביי היימישע בחורים איז זייער זעלטן אז די עלטערן זאלן פרעגן דעם קינד וואספארא סארט מיידל אים געפעלט, די סיבה דערצו איז לאו דוקא סתם שלעכטס לשם פרומקייט נאר עס איז ענדערש א פועל יוצא פון א קולטור וואס האט זיך איבער די יארן אנטוויקלט א גאר שטארקע אפשייד פון רעדן וועגן מיידלעך אדער סיי וואס אין דעם נושא און עס ווערט אריינגעלייגט אינעם טערמין פון 'איידלקייט'.

די חינוך און קולטורישע שטריכן זענען זייער שווער צו טוישן, אבער מיר האבן ב"ה א געוואלדיגע מצווה פון 'ולקחתם לכם פרי עץ הדר' און דורך דעם מצוה קען מען אביסל פארבעסרן דעם פריה ורביה פראצעס.

די געדאנק איז ווי פאלגנד, יעדע טאטע וואס האט א בחור בא בשידוכים זאל גיין מיטן בחור ערב חג הסוכות אויף צו איינקויפן אן אתרוג און דער בחור זאל קלאר מאכן וואספארא אתרוג אים געפעלט:

אן אתרוג מיט א שיינעם גארטל - ער וויל א שיינעם פיגור אקא יפת תואר.

א פילער אתרוג אבער נישט צו פעש - אים געפעלט דאס אין א מיידל אויך.

א שיינע גרויסע פיטום - די דדים זאל נישט זיין צו פלאך - איידל גערעדט.

ברייט פון אונטן - דער בחור גלייכט גרויסע קעיק.

א ריינעם אתרוג וואס איז מכוון צום הארץ - ער זיכט מער פערסאנעליטי, א גרינגע נאטור.

אן אתרוג אן קיין שום פינטל - דע לך ברור אז דעם בחור באדערט א בירט מארק פון סיי וועלכע מאס.

א שיינעם גידול - ער וויל א יפת מראה.

פארשטייט זיך אז די בחורים, וויילענדיג אין ישיבה א גאנץ יאר, וועלן אויפקומען מיט מער שעפערישע געדאנקן און נואנסן אויף וואס דער אתרוג וועט מרמז זיין און אזוי ארום וועט יעדער קענער מסביר זיין דעם טאטע'ן מיט א קלארקייט וואס מען וויל, בשעת וואס מען האלט אן די איידלקייט מסורה אויף הונדערט פראצענט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:13 pm
דורך שעפטאל
נאך אביסל...

וועט זיין א שאנדע צו זאגן: כ'האב געשאקלט א יופי פון א אתרוג.

די פילטער'ס וועלן בלאקירן דעם טמא'נעם ווארט: אתרוג.

מ'וועט אונז אנזאגן נישט צו קוקן אויף דעם אתרוג, ס'קען חלילה גורם זיין צו אתרוג דשעלי.

ק"ש וועט פרעגן ביים זיך רעגעסטרירן "וואס איז די פרוכט וואס דו טראכסט ווען דו זינג'סט: איך וויל ליב האבן א_______"

מ'וועט פרעגן דעם בחור "וואס גלייכסטו מער, א לולב צו אן אתרוג"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:40 pm
דורך מי אני
און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…

איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:19 pm
דורך שפילער
טאטי איך דארף א ס-עקסי אתרוג :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
שטייט ווייט פון א אתרוג וואס האט חשש ספק מורכב, דארף א שידוך פון א היימישע סאטמארער משפחה מיוחסת ביז'ן ישמח משה ...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:53 pm
דורך נחבא
וואס דער פיטום איז מרמז ווייס איך, אבער וואס איז דער עוקץ?

Re: אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 7:41 pm
דורך דיכטער
איז נאר געבליבן צו זוכן א היתר פאר די רעבישע וואס נעמען פאר יעדן טאג סוכות, א נייע אתרוג (אפשר איז דער חרם דר"ג שוין נישט גילטיג?)...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:00 pm
דורך קהל'ס נער
נחבא האט געשריבן:וואס דער פיטום איז מרמז ווייס איך, אבער וואס איז דער עוקץ?
אויף די שלא כדרכה…

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ס׳נעמט אזוי לאנג די נענועים, מען דארף אינזען האבן אלע פעטישעס ווי די עשרת בני המן…

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:04 pm
דורך וואלווי
כ'טריי אויסגעפינען וואס אפבייסן די פיטום איז מרמז

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:05 pm
דורך שמן למאור
קרן זוית האט געשריבן:שטייט ווייט פון א אתרוג וואס האט חשש ספק מורכב, דארף א שידוך פון א היימישע סאטמארער משפחה מיוחסת ביז'ן ישמח משה ...
נעע, און סאטמאר האט מען גענומען פון מאראקאו.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:08 pm
דורך נחבא
דיכטער האט געשריבן:איז נאר געבליבן צו זוכן א היתר פאר די רעבישע וואס נעמען פאר יעדן טאג סוכות, א נייע אתרוג (אפשר איז דער חרם דר"ג שוין נישט גילטיג?)...
דאס איז דאך א בפירושע גמרא.
רב כי איקלע לדרדשיר [מכריז] ואמר מאן הויא ליומא ורב נחמן כי איקלע לשכנציב [מכריז] ואמר מאן הויא ליומא שאני רבנן דפקיע שמייהו.

(יבמות לז:)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:10 pm
דורך נחבא
וואלווי האט געשריבן:כ'טריי אויסגעפינען וואס אפבייסן די פיטום איז מרמז
דאס טוט דאך די פרוי, א רמז צו אפשערן די האר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:11 pm
דורך וואלווי
העי. מ'קען אפילו מאכן מתנה על מנת להחזיר

אדער שאקלן 72 אתרוגים

א לולב א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:22 pm
דורך שעפטאל
לאור דעם תיקון גדול וואס איז געמאכט געווארן ב@קל וחומר.
עמער ממשיך זיין מיט א מה מצינו פאר דעי וואס געפינען ליבע במצא מין את מינו.

שאלות פונעם פאטער צום בחור'ל.
סאו דו האסט איין לולב אין מיינד? צו דו וואלסט געשאקלט יעדע שיינעם לולב?
דו גלייכסט א דיקע לולב אדער א לאנגע? (ארוך או עב..)
דו ווילסט בעיקר ניצן דעם חבר'ס לולב, צו ער זאל ניצן דיין'ס?
דו ווילסט דוקא מיט די שאלאכטץ, (נישט גע'מל'טע לולב)?

למעשה זאלסטו וויסן מיין קינד: ביי אונז איז די גרויסע עסק געוועהן דוקא די אתרוג!! ס'איז ווייעך!! א פרי קען ברענגן נאך פירות!!

אה! ווילסט א אתרוג אויכעט?
אתרוג הכושי? (טשאקלעד אדער ווינילא)

טאטי כ'דארף א קוישעלע צו שאקלן מיין לולב (א טוי)..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:29 pm
דורך קהל'ס נער
מען געט די אתרוג אלץ מתנה על מנת להחזיר לרמז אויף סווינגערס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:47 pm
דורך איך אויך
יעצט, וואס גייט די מאמע ווייזן פאר די מיידל? וויאזוי גייט דער 'איידעלקייט' שמועס צוגיין מצד די נשים?

Re: אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:26 pm
דורך קל וחומר
קען זיין מהאי טעמא פירט מען זיך טאקע ביי די גרויסע הויפן אז די חסידים שאקלן דעם רבי'נס אתרוג אזוי ווי דער חתן מדריך האט געזאגט פארן חתן אז די רבי האט גבאים כידוע ליודעי חן.

Re: אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:38 pm
דורך קל וחומר
איך אויך האט געשריבן:יעצט, וואס גייט די מאמע ווייזן פאר די מיידל? וויאזוי גייט דער 'איידעלקייט' שמועס צוגיין מצד די נשים?
א מיידל איז לאו דוקא א פראבלעם אין דעם הינזיכט ווייל זיין זענען נישט חשוד אויף זיכן א געוויסע סארט בחור שלא לשמה.

און אויב וועט מען יא דארפן עפעס מתקן זיין פאר מיידלעך קען מען אפשר מאכן עפעס מיט'ן מצוה פון חלה נעמען און די מיידל זאל זיך ארומשפילן מיט'ן טייגל כאוות נפשה עד כמה שידה מגעת בשפשוף ובמשמוש און מ'וועט עס קענען איבערגעבן פאר די שדכנים כפי הצורך. כולי האי ואולי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:14 pm
דורך חובב ציון
מער א טונקעלע סארט אתרוג וועט מיינען ער גלייכט א שטארקע שיכט מעיקאופ, מער א בלאסע וועט מיינען ער ברויך נישט גארנישט, פינטלעך אויפן פיטום וועט מיינען ער ברויך איי מעיקאופ..

Re: אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:17 pm
דורך צוזאמגעדרייט
וואס טוט זיך מיט איינער וואס גלייכט פרעקלעך, אזא איינער איז אויסגעשפילט?
פרעקלס קען זיין קיוט.

Re: אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:24 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דער עולם רעדט דא כאילו אויב מען זאגט דעם טאטן אז מען וויל א מיידל מיט ליכטיג ברוינע האר, רינדיכיגע פיטשערס, לענדן קלענער ווי א טישו באקס, "א זיס פנים מיט פרעקלס", בליטשקעדיגע אויגן, און א פערסינעלעטי ווי אסתר המלכה. גלייך דערנאך קומט עס אראפ פון הימל מיט דאס רינגל פינגער אויסגעשטרעקט.

(נעמט עס נישט ערענסט. כ'מאך נישט אוועק חלילה די וויכטיגקייט פון זיין אפן.)

Re: אן אתרוג - א שידוך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 10:34 pm
דורך קל וחומר
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט איינער וואס גלייכט פרעקלעך, אזא איינער איז אויסגעשפילט?
פרעקלס קען זיין קיוט.
פאר דעם איז יתכן די בלוטות אפציע נולד געווארן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 12:48 am
דורך קהל'ס נער
מי אני האט געשריבן:און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…

איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…
מי אני רעדט שמיציג :lol: