בלאט 1 פון 2

ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 7:17 pm
דורך אנאנים
דער ועד הצניעות אין קרית יואל האט א נייע מערכה אונטערגענומען.

א איד וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה לייק די רעסט אף אס האט ארויסגעגעבן אן אויסגאבע "ביטס ענד בייטס". זיין אשת חיל האט צוזאמגעשטעלט רעסעפיס, צוזאמגעקנאקט א ביכל און דאס פארקויפט אין די געשעפטן.

נו, מה טוב ומה נעים. וועמען באדערט אז ערליכע כשר'ע אידענעס זענען ביזי מיט באקן און קאכן. איז נישט דאס וואס אידישע טעכטער דארפן טאן? כל כבודה בת מלך פנימה? אא"וו.

איז אבער די פראבלעם אז די אויסגאבע האט ענדליך אנגעפאנגען מצליח צו זיין. ס'האט באקומען א גוטן נאמען. פרויען האבן הנאה געהאט און זיך סובסקרייבט, און דער איד האט ענדליך אנגעפאנגען צו מאכן זיינע פאר הונדערט דאלאר א חודש צו קענען באצאלן שכר לימוד.

נו, אויב א איד מאכט געלט דעמאלט דארף מען אים אונטערברענגען. תיכף האט דער ועד הצניעות געמאכט א מיליטערישע זיצונג און מען האט דן געווען וואס צו טאן מיט דעם איד פאר די חוצפה פון ארויסגעבן אזא אויסגאבע.

דער איד איז אראפגערופן געווארן צום ועד אינאיינעם מיט זיין רביצין צו דעם ועד הצניעות אפיס און זיי זענען געזיצן אויף די זעלבע בענקלעך וועלכע זענען מכלומר'שט באשטימט פאר רעיפיסטס און טשיילד מאלעסטערס, אבער ע"פ רוב זיצן דארט פיינט פונעם רעזשים (ליין: פשוט'ע עמך אידן וועמען דער ועד האט באשלאסן אונטערצוברענגען) און מען איז דן דיני נפשות.

דאס פארפאלק האט זיך געבעטן צו זיי: מה פשענו ומה חטאתנו? די קארפן קעפ האבן אויפגעמישט איין אויסגאבע צו א געוויסן זייט און געוויזן אויף א געוויסן בילד פון א קעיק וואס קוקט אויס ווי... כ'וויל נישט זאגן וואס. די פרוי האט פארגעשלאגן צו לאזן דעם ועד איבערקוקן די אויסגאבע יעדע וואך, אבער דער פסק איז געווען ניין, די אויסגאבע דארף פארשלאסן ווערן.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 9:08 pm
דורך ידען
שווער צו גלייבן.

ניתי ספר וניחזי. וועלכע חודש, און וועלכע זייט האט זיי געמאכט די בליט אויפזידן, און מוועט דן זיין אויב די ארויסגעבער זענען אומשולדיג.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2012 10:46 pm
דורך צוויבל מיט איי
דער אשכול איז גארנישט ווערד אהן קיין פיקטשערס.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 1:35 am
דורך אנאנים
מען האט ארויסגעווארפן די אויסגאבע פון די געשעפטן אין קרית יואל און מען האט געהייסן דעם יונגערמאן פארמאכן די אויסגאבע

ווער ס'גלייבט נישט זאל זיך אינטערעסירן.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:23 am
דורך ידען
אנאנים

אונז קעמיר זיך נאכפרעגן, אבער דו האסט דאך די אינפא, פארוואס זאלסטו קארגן דערפון?

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:55 am
דורך שמואל הלוי
נאך אביסל וועט די וועד הצניעות הייסן אפשפארן די קאווע שטיבל, הזהרו בדבריכם... ;)

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז שוין צייט אז די וועד הצניעות זאלן אפשיקן אלע ווייבער צו עפעס אן אינזל אל ארץ גזירה און פטור אן עסק, איינמאל פאר אלעמאל פטור פון חטא!

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 4:23 pm
דורך קרעקער
ס'איז באוואוסט אז זיי האלטען אן א שטארקע קאנטראל אינעם שטעטל
וואס די סטארס מעגן פארקויפן און וואס משפחות מעגן פריוואט טון אינדערהיים
אפילו די אנדערע קהילות קעגנער האלטן מיט מיט זיי און נעמען איין א שווייג ציטערנדיג פין די טעראריסטן, קיינער וויל נישט הערן אז זיי טאכטער האט מזנה געווען, סא איז מען ענדערש שטיל און מ'ליידט
סך הכל רעדט מען פין עטליכע גרויסע בעלי תאוה וואס געבן זיך אויס זייער תאוה אויף די וועג
ביז אפאר מחוצפים וועלן נישט גיין צו די פרעסע און זיי גיט אויספראקן וועט נישט זיין ארדענונג.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:57 pm
דורך שרגא
אינטערעסאנט מען האט עס ביז היינט צוגעלאזט. היתכן, אן אויסגאבע ממש אויף פרעס? איך האב געהערט אז מען לאזט דארט אפילו נישט קיין לעבעדיגע פיצא פארקויפן מוצאי שבת (אדער אייביג ביינאכט?)

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 8:35 am
דורך שמואל הלוי
מילא פיצא, אבער אפילו א פשוט'ע גראסערי טאר אויך נישט זיין אפן אין די מוצאי שבתות אויס מורא אז מיידלעך און בחורים וועלן זיך טרעפן... משוגענע קעפ.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 9:38 am
דורך שמואל הלוי
סטיל וועיטינג אויף א סקען פון יענע פעידזש...

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מוצ"ש מערץ 17, 2012 10:50 pm
דורך אברעמעל
געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 11:13 am
דורך שמואל הלוי
אויב אזוי וואס האט דאס מיט צניעות צו טון? זענען זיי א וועד הצניעות אדער א וועד האויסגאבעס?

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 11:15 am
דורך שמואל שלום שלמה
ועד הצניעות ע"ש "והצנע לכת עם ה' אלקיך". נעמט אויך אריין גויאישע שפראכן וכו'.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 2:45 pm
דורך קאווע טרינקער
לכאורה אז ער וואוינט אין מאנרא, פילט דער וועט הצניעות אז ער טאר נישט דרוקען קיין אויסגאבע אין ענגליש.
די גיהנום זייערע איז הייס און גרויס.
און פאר דעם מוציא לאור וויל איך זאגען, אז כ'האב נאך קיינמאל נישט געקויפט דיין אויסגאבע, אבער עכ"פ די קומענדיגע וועל איך קויפען.
און אפשר זאל ער זיך אריבערציען קיין מאנסי, אזויווי בערי וועבער, מלפנים תושב קר"י

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 6:36 pm
דורך קרעמער1
אברעמעל האט געשריבן:געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.

בד"וו, איך האב געהערט אז דער שטערן און שפאקטיוו זענען אויך פארבאטן

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 7:33 pm
דורך אברעמעל
לפי השמועה וואוינט ער אין ווילי.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:19 am
דורך אייגענארטיג
קרעמער1 האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.

בד"וו, איך האב געהערט אז דער שטערן און שפאקטיוו זענען אויך פארבאטן


נאר אין ק"י קען מען עס נישט קויפן אבער די גאז סטעישאן'ס אפי' די אידישע האבן עס

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 11:49 am
דורך שמואל הלוי
"דער בלאט" כמעט איבעראל, "דער איד" נאר אין צוויי קליינע גראסעריס וואס דארט קומט נישט אריין קיין בלאט. אבער אין איין גרויסע גראסערי וואס פארקויפט "דער בלאט" עפענטליך, קען מען אונטערן טיש אויך באקומען "דער איד" אויב בעט מען עס שיינערהייט ביים רעדזשיסטער, אבער מען באקומט עס נישט גלייך, נאר מען שיקט עס אפ אהיים.

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 12:19 pm
דורך קרעקער
און מענטשען וואוינען נאך דארט?
וואט א פארריקטע שטאט

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:51 pm
דורך קרעמער1
ס'איז נישט קיין פארגלייך ווען מען קומט ארויס מיט א קול קורא קעגן זיי ווי ווען מען לאזט עס נישט פארקויפן אין די געשעפטן מיט די טענה אז בחורים ליינען עס דארט אנעם טאטנס רשות און די טאטעס קענען עס קויפן אינעם גאז-סטאנציע א מינוט אוועק פון שטאט. (איך בארעכטיג עס נישט, איך ברענג נאר ארויס דעם אונטערשייד)

און אויך פארשטייט יעדער אז אין ק"י איז אלעס אינגאנצן אנדערש ווי וומ"ס

Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 5:05 pm
דורך קרעמער1
זאגסט א נקודה. און זיי וואלטן עס מסתמא פארבאטן, אבער שיסן אין די אייגענע פארטיי האט א גבול...

נשלח: פרייטאג מאי 29, 2015 11:56 am
דורך יענער פויגעל
אנטשולדיגט פארען זיין שפעט אבער איך האב יעצט באמערקט דעם אשכול
איך בין אביסעל באקאנט מיט די אויסגאבע פון דער נאנט
די פראבלעם וואס די וועד הצניעות האט געהאט מיט דעם אויסגאבע איז געווען אז סאיז ענגליש
די אויסגאבע האט זיך אפגעשפארט למעשה ווייל זיי האבען נישט געמאכט קיין געלט