בלאט 1 פון 1

קוואליפיקאציעס צו זיין א רבי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:38 pm
דורך שמעקעדיג
היינט צו טאגס איז דער מנהג פשוט אלס ירושה.
אויב מיין טאטע, זיידע, אדער פעטער איז געווען א רבי, דאן קען איך אויך זיין.
אמאליגע צייטן (בדרך כלל) האט מען געדארפט זיין ראוי לאותו איצטלא. מען האט פארלאנגט מער פון א 'גרויסע הייליגע רבי'.

עס איז דא א באקאנט ווארט פון אמאליגע צדיקים: צו זיין א רבי איז א תאוה ווי אלע תאוות; אבער כדי צוצוקומען די די תאוה דארף מען קודם צוברעכן אלע אנדערע תאוות.
ווער קען היינט זאגן אויף א רבי'ן אזעלכע ווערטער?
ס'זענען פאראן געציילטע אמת'ע עובדים (רבי'ס) וועלכע ברעכן זיך פארן באשעפער'ס וועגן, אבער צו ווערן זיי נישט בטל בשישים?

אט האב איך היינט געטראפן א מעשה'לע וועלכע צייגט אן אויף דעם ענין:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:56 pm
דורך זר זהב
לפי"ז איז רבי ישעל'ע קערעסטירער געווען פון די גרעסטע רבי'ס, זי"ע. רבי אהרן מבעלזע זצל האט אויך נישט געפרעגט א בחור'ל וואס איז איינגעשטאנען באנעם צי ער האט שוין געדאווענט/געלערנט, נאר געפרעגט צי ער האט שוין געהאט עפעס צו עסן.
א ערליכע איד זארגט זיך פאר יענעמ'ס גשמיות קודם.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:02 pm
דורך ידען
ר׳ ישעילע איז טאקע געווען פון די גרעסטע רביס.

סע זייער פשוט אז ווען איינער געט עסן פאר אנדערע וועט מען שנעל ווערן זיין חסיד. ווען ברוך מאשקאוויטש וואלט געווען א רבי וואלט מען איהם נאכגעלאפען פון אלע זייטען...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:24 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:ר׳ ישעילע איז טאקע געווען פון די גרעסטע רביס.

סע זייער פשוט אז ווען איינער געט עסן פאר אנדערע וועט מען שנעל ווערן זיין חסיד. ווען ברוך מאשקאוויטש וואלט געווען א רבי וואלט מען איהם נאכגעלאפען פון אלע זייטען...

כ'ווייס נישט. אפשר פאסט די מעשה פאר א אשכול פון די ניין טעג. אבער, מעשה שהי' כך הי'. מען האט אמאל געזעהן א איד א תלמיד חכם עסן פלייש אין די ניין טעג. האט מען איהם געפרעגט: היתכן איר עסט פלייש און איר מאכט נישט קיין סיום., האט ער געענטפערט: עטץ ווייסט דאך אז איך בין א גרויסער קמצן. און א יעדעס שטיקל פלייש וואס איך עס איז א סיגוף אט מען איהם געפרעגט. אויב אזוי טרינקט שוין צו א גלעזל וויין. האט ער געענטפערט: אמת איך בין מיך מסגף. אבער אינגאנצן הרגנ'ען בין איך נישט מחוייב! :lol:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:01 pm
דורך נס קאווע
וואס ווילסטו פון אונזערע היינטיגע רביס? אז מען איז א ערליכע יוד און מ' דינט דעם אייבערשטן מיט א תמימות איז שוין א מעלה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 3:36 pm
דורך שמעקעדיג
דאן אויב אזוי, וואס איז דער רבי מער ווי מיר?
און בכלל, דינען זיי דען דעם אויבערשטן מיט א תמימות?
(כ'הער זאגן)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:55 pm
דורך נס קאווע
אנטשולדיג שמעקעדיג, שלעכט פארשטאנען כ' האב נישט געמיינט צו זאגן אז יעדער רבי דינט דעם אייבערשטן מיט א תמימות, איך האב נאר געמיינט צו זאגן אז דאס וואס מען האט גערעדט פון קוואליפיקאציע צו זיין א רבי
דו קענסט טרעפן א רבי וואס איז ערליך און דינט דעם אייבערשטן מיט א תמימות, עס איז אמת אז יעדער דארף באמת זיין ערליך און טוהן דעם רצון השם אבער היינט ווער עס טוהט דאס ווערט ארויפגעקוקט און הייסט א רבי מער פון דעם איז זיכער נישטא ווייניגער זיכער יא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 7:57 pm
דורך elter-zeide
שמעקעדיג האט געשריבן:היינט צו טאגס איז דער מנהג פשוט אלס ירושה.
אויב מיין טאטע, זיידע, אדער פעטער איז געווען א רבי, דאן קען איך אויך זיין.
אמאליגע צייטן (בדרך כלל) האט מען געדארפט זיין ראוי לאותו איצטלא. מען האט פארלאנגט מער פון א 'גרויסע הייליגע רבי'.

עס איז דא א באקאנט ווארט פון אמאליגע צדיקים: צו זיין א רבי איז א תאוה ווי אלע תאוות; אבער כדי צוצוקומען די די תאוה דארף מען קודם צוברעכן אלע אנדערע תאוות


צו אלע תאוות קען מען צוקומען נאר אויב מ'צוברעכט קודם אנדערע תאוות.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 11:08 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אט האב איך היינט געטראפן א מעשה'לע וועלכע צייגט אן אויף דעם ענין

לאמיר זעהן וועלעכע רעבא וועט אויפנעמען א היטש אין זיין קעדילעק

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:28 pm
דורך נס קאווע
געהערט פון ר' יוסי מייזליש אז דער ברך משה פלעגט נעמען היטשעס, ער'ט נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין קעדילעק. ער האט געזאגט אז דאס איז הכנסת אורחים היינטיגע צייטן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:23 pm
דורך געפילטע פיש
איך פלעג אויך נעמען היטשעס פאר איך האב געהאט א קעדילעק, בין איך אויך קוואליפיצירט צו זיין א רבי?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:38 pm
דורך No_name
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פלעג אויך נעמען היטשעס פאר איך האב געהאט א קעדילעק, בין איך אויך קוואליפיצירט צו זיין א רבי?



יעצט האסטו שוין ס'קעדי?

דאס ארבייט נאר אויב נאכדעם באקומט מען דעם קעדילעק.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:19 pm
דורך נס קאווע
סאררי נעמען מענטשן און געבן היטשעס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:52 pm
דורך מ גפני
נס קאווע האט געשריבן:סאררי נעמען מענטשן און געבן היטשעס

ישר כח פאר'ן אויסבעסערן, איך האב דאס געוואלט צולייגן

ענטפער צו געפילטע פיש

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 6:32 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פלעג אויך נעמען היטשעס פאר איך האב געהאט א קעדילעק, בין איך אויך קוואליפיצירט צו זיין א רבי?

איך מיין, ס'איז דא נאך א חילוק פון דיר מיט'ן ברך משה, חוץ די בלעטער גמ'-תוס'. ער האט נישט געשריבן אין קאווע שטיבל :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:26 pm
דורך איך לאך
די פראבלעם פון די רבי'ס איז נישט פון היינט איך געדענק נישט ווער עס האט געזאגט אז ביים הייליגען דברי חיים איז איינמאל געווען 250 רבנים און 200 זענען גארנישט ווערד געווען
נאר וואס דען דאס איז זיכער אז עס איז דא ערליכע רבי'ס און מען דארף זיך האלטן נאנט צו זיי (ווער עס האלט נישט דערביי מיין איך אז ער האט נישט קיין געדילט צו אידישקייט) און דאס אז זיי זענען נישט ווי די פריעדיגע רבי'ס עיין ביטב לב פרשת ראה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:31 pm
דורך איינער
"איינער'ס" טעסט פאר א רבי.

דיין יעצטיגע רבי וואלט געבוירן ביים שמש און ער וואלט זיך אויפגעפירט און געווען אזוי ווי ער איז יעצט (צדיק, תלמוד חכם און ירא שמיים) אין דיין רבי'ס טאטע וואלט ווען געהאט א זין וואס איז סתם א פשוטער איד. ווער וואלט געווען דיין רבי?

אויב דער תירוץ (פארשטייט זיך) איז דיין רבי'ס טאטע'ס זון, דאן איז דער קשיא פון ווי ווייסטו אז דיין רבי איז א צדיק, קען זיין ער איז א פשוטער איד און די זאגסט נאר אזוי וויבאלד ער איז דיין רבי'ס טאטע א זון.

איך וויל זיין א רבי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:52 pm
דורך qwerty
ich will zein a rebbe

http://youtu.be/TyjKCTZIbEk


איך וויל זיין א רבי - מעודכן
http://youtu.be/vHudInA3DCw
youtu.be/vHudInA3DCw

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:44 pm
דורך איך לאך
איינער האט געשריבן:"איינער'ס" טעסט פאר א רבי.

דיין יעצטיגע רבי וואלט געבוירן ביים שמש און ער וואלט זיך אויפגעפירט און געווען אזוי ווי ער איז יעצט (צדיק, תלמוד חכם און ירא שמיים) אין דיין רבי'ס טאטע וואלט ווען געהאט א זין וואס איז סתם א פשוטער איד. ווער וואלט געווען דיין רבי?

אויב דער תירוץ (פארשטייט זיך) איז דיין רבי'ס טאטע'ס זון, דאן איז דער קשיא פון ווי ווייסטו אז דיין רבי איז א צדיק, קען זיין ער איז א פשוטער איד און די זאגסט נאר אזוי וויבאלד ער איז דיין רבי'ס טאטע א זון.

איך האב דיר נישט געזאגט אז ווייל זיין טאטע איז געווען א רבי איז ער עפעס ווערד
איך האב נאר געזאגט אז א יעדע איד דארף האבען א רבי, און אז עס איז נישט קיין פראבלעם אז ער איז נישט אזא צדיק ווי די פריעדיגע, פארשטייט זיך אבער אז ער דארף זיין א ערליכע איד.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:39 pm
דורך שמעקעדיג
ווען ווערט מען קוואליפיצירט אז די ווערטער וואס גייט ארויס פון מויל זאל ווערן "דברות קודש"?

עס קומט מיר אסאך מאל צו לאכן (מילד גערעדט) ווי מען נעמט אפאר ווערטער וואס יעדער בר בי רב קען זאגן, אבער עס באקומט א ספעציעלע חשיבות ווען א רבי זאגט עס ארויס.

א משל, מוצאי יו"ט פירן זיך געוויסע הויפן צו באגלייטן דעם רבי'ן. נאכן טאנצן, באווייזט זיך דער רבי אויפן גאניק בהדרת הוד קדשו, און בייגט זיך צו צום מיקראפאן וואס א הויז בחור האט די זכי' צו האלטן, און זאגט אפאר "דברות קודש" וואס באגלייט דעם ציבור ביזן קומענדיגן יו"ט הבעל"ט.

געווענליך וועט א וואך דערויף שטיין אין די צייטונגען מיט גרויסע ווערטער אין א ראם, "דברות קודש" פון כ"ק אדמו"ר שליט"א. וואס זענען שוין די דברות קודש, פרעגט איר? אה, בערך אזוי: "א גוטע וואך, א גוטן זומער, דער באשעפער זאל העלפן מען זאל זיך קענען פירן בדרכי תורה ויראה (יש מוסיפין: וצניעות) און מען זאל זוכה זיין צו ביאת משיח בקרוב". עכלהקוה"ט.

אידן די בכל אתר ואתר ווינטשן זיך דאס זעלבע, אבער ווען דער רבי זאגן עס און די ווערטער גייען ארויס בהדרתא מפום ממלל רברבן, דאן האט עס גאר אן אנדער באדייט, אזש מען מוז עס ארויסשרייבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אינעם צייטונג, אז כל העם ישמעו וייראו די הייליגע ווערטער וועלכע וועט יעדן באגלייטן ביז דעם ווינטער.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:02 pm
דורך איחוד פעלד
דברות קודש איז נאך א האלבער צרה, סוף כל סוף איז עס הייליגע דיבורים בעניני רוחניות יהיה מי שיהיה האט עס געזאגט.

אבער ער ווערט דאך ידיו הקדושים, און פה קדשו, און בטנו הקדוש, און .. אפס איך וויל נישט גיין ווייטער.