בלאט 1 פון 1
די קאָפּ-קעיק לעידי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 2:49 am
דורך הבחור_הזעצער
פאר די וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די תש״מ-נ יארן, וועלן געוויס געדענקען די מיסטעריעזע פרוי וועלכע מען פלעגט רופן די ״קאָפּ-קעיק לעידי״ און פלעגט זיין באקאנט מיטן שרייען מיט אומבאנומענע קולות אויף די גאסן.
זי איז אנגעבליך געווען א אידיש-אפשטאמיגע וועלכע איז ל״ע בארירט געווארן.
עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן אויב עמיצער האט מער דעטאלן איבער איר אדער/און איר שיקזאל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 7:57 am
דורך שמעקעדיג
אוודאי געדענק מיר איר... נעבעך.
דא האט מען אמאל פרובירט דערגיין איר שיקזאל
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 832#p36832
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 2:09 pm
דורך קהל'ס נער
הבחור_הזעצער האט געשריבן:פאר די וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די תש״מ-נ יארן, וועלן געוויס געדענקען די מיסטעריעזע פרוי וועלכע מען פלעגט רופן די ״קאָפּ-קעיק לעידי״ און פלעגט זיין באקאנט מיטן שרייען מיט אומבאנומענע קולות אויף די גאסן.
זי איז אנגעבליך געווען א אידיש-אפשטאמיגע וועלכע איז ל״ע בארירט געווארן.
עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן אויב עמיצער האט מער דעטאלן איבער איר און איר שיקזאל.
די בעלת הקאפ קעיק האב איך נישט זוכה געוועהן צי קענען אבער איר זוהן וואס איז געשטאנען ביי זעלדא׳ס געדענק איך גוט אוי האט מען געציטערט פונעם
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 2:13 pm
דורך קורקלענד
ווי ווייט איך ווייס איז דער פון זעלדא'ס געווען ר' שמערל גרינבערג ע''ה, דאכט זיך גארנישט צוטוהן מיטן קאפ קעיק לעידי.
זי האט אבער א אייניקל וואס דרייט זיך אויף די גאסן און דא דארט האט ער מיר אפגעשטעלט מיט וויכטיגע אנווייזונגען. למשל אין שאפרייט ציווישן די סיריעלס האט ער מיר געזאגט אמאל אז מ'דארף זייער אובאכט גיבן ווייל טייל סיריעלס זענען נישט כשר.....
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 2:15 pm
דורך קהל'ס נער
קורקלענד האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס איז דער פון זעלדא'ס געווען ר' שמערל גרינבערג ע''ה, דאכט זיך גארנישט צוטוהן מיטן קאפ קעיק לעידי.
זי האט אבער א אייניקל וואס דרייט זיך אויף די גאסן און דא דארט האט ער מיר אפגעשטעלט מיט וויכטיגע אנווייזונגען. למשל אין שאפרייט ציווישן די סיריעלס האט ער מיר געזאגט אמאל אז מ'דארף זייער אובאכט גיבן ווייל טייל סיריעלס זענען נישט כשר.....
ביסט גערעכט.
איר זיהן איז מאיר המכונה מעיער ער דרייט זיך אין וויליאמסבורג א אינטערעסאנטער בחור
נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 2:42 pm
דורך שפילער
זי פלעגט זיך דרייען אין בארא פארק אויך? געהערט האב איך פון איר אבער געזעהן קיינמאל... יענקל פעפערקארן האט מען געזעהן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 9:31 am
דורך קורקלענד
שפילער האט געשריבן:זי פלעגט זיך דרייען אין בארא פארק אויך? געהערט האב איך פון איר אבער געזעהן קיינמאל... יענקל פעפערקארן האט מען געזעהן
זי האט געוואוינט אין בּ''פּ.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 8:36 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אלת קינד געדענק איך אז מ׳פלעגט זאגן אז זי וואוינט אויף די בארא פארק וויליאמסבורג באס! ווייזט אויס אז זי פלעגט אסאך פארן צווישן וויליאמסבורג אין בארא פארק. זי פלעגט שרייען those kids with the payos אלעמאל פלעג איך מורא האבן זי זאל נישט אפשניידן מיינע פיאות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 4:38 am
דורך בת קול
לכאורה איז זי נפטר געווארן ערגעץ צווישן ס״ב-ס״ו.