בלאט 1 פון 1

וועל דיך א וואונטש

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:03 am
דורך טמיר
לכבוד זמן שמחתינו וואלט איך געוואלט שטעלן די פאלגענדע challenge. שטעל דיך פאר אז א כל יכול קומט צי דיך און זאגט "קענסט דיך אויסוועלן איין זאך און עס וועט מקיים ווערן", וואס וואלסטו דיך אויסגעוועלט? כ'רעד נישט פון עפעס וואס האלט אהן פאר א לאנגע צייט, ווי עשירות, געזונט וכדו', נאר פון א קורץ טערמיניגע זאך/הנאה. למשל א מאלצייט אין עפעס א טייערע רעסטוראנט, א מעכטיגע אייזקריעם מיט וויניס קראנטש וכו', א מאסיווע עמיוזמענט רייד, א מיטינג מיט קים יונג אן וכדומה. אדער קען עס זיין מער א רחניותדיגע זאך: אדורכלערנען א סוגיא כדבעי, וכדו'. אבער איין וויכטיגע תנאי, דארפסט דיך האלטן צי איין זאך, נישט אפאר זאכן אויפאמאל. למשל א ראמאנטישע מאלצייט אין א טייערע רעסטוראנט מיט א פערפארמענס פון עפעס א גרויסע זינגער, דאס איז דריי באזינדערע זאכן און איז אסור בהחלט.

אויך וויל איך עס צוטיילן אויף 2 אפציעס. איינס איז א קורצע הנאה, מאקסימום א שעה. די צווייטע איז א לענגערע, מאקסימום א וואך.

איך בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט דורכגעטראכטע זאכן, און נישט שיסן וויצן (אפילו גוטע). (אקעי איך בעט שוין צופיל זאכן. זאגסטו איך זאל מיך פרייען אז כ'העל באקריגן א לייק)