בלאט 1 פון 2
וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
ס'קומט שוין די צווייטע טעג בע"ה און מ'גיימיר אויף יו"ט צו מיין שווער און שוויגער. מיין משפחה האט הנאה צו גיין און מיך שטערט עס אויך נישט. איין פראבלעם האב איך נאר : די סעודות.
די מעשה איז אזוי: מיין שווער און א חלק פון זיינע קינדער באלאנגען צו איינע פון די באקאנטע חסידות'ען, און יעדע דריי פיר סענטענסעס וואס קומט ארויס פון זייער מויל האט עפעס א שייכות מיט זייער רבי אדער פארטיי. נישט דווקא לשבח, נאר פשוט ווייל זייער גאנצע לעבן דרייט זיך ארום דעם. די רבי האט געזאגט אזוי, די רבי האט געטראכט אזוי, מעכל האט געגעבן פאר'ן רבי, זרח האט געכאפט פונעם רבי, דער רבי האט געפרעגט, געמיינט, געלאכט, געוויינט, אונטערגעשריבן, נייע ביהמ"ד, אלטע ביהמ"ד, נייע תקנה, אלטע גזירה, די חסידות'ס אתרוגים מארקעט, ערב יו"ט קיאפאנס פון די חסידות געשעפטן, געזעהן עפעס אין די חסידות צייטונג /מעגעזין/ גליון, וכו'.
דאס אלעס ברענגט מיר די בלוט אויף אין קאפ נישט ווייל כ'באלאנגט נישט צו די פארטיי און די אלע זאכן אינטערעסירען מיר נישט, נאר ווייל כ'בין קעגן די רבי'ס-אנשיקעניש , און ס'שטערט מיך אז מיינע קינדער הערן די הבלים ביי יעדע סעודה עקסטער.
מיין שווער'ס משפחה זענען לאו דווקא פאנאטישע חסידים, און קענען פארנעמען א דזאוק אדער אפילו א קריטיק אויף זייער רבי, און אמאל אמאל צולאז איך מיך טאקע און כ'זאג א קאמענט וואס מאכט חוזק פון די פארטיי אדער אפילו די רבי אליין. אבער די גאנצע מצב איז נישט לרוחי. כ'וויל נישט זיין דער וואס רופט זיך אייביג אן עפעס נעגעטיוו, און בכלל דארף איך עפעס אנדערע זאכן פון וואס צו שמועסן ביים טיש.
פארשטייט זיך אז מ'האלט שוין נאך דברי תורה. אונז זעמיר נישט קיין פראסטאקעס, און געווענטליך זאג איך עפעס א ווארט אויף די פרשה אדער יו"ט. אבער מ'דארף דאך שמועסן אויך.
איז מ'קען דא רעדן גענערעלע געדאנקען פון וואס מ'קען שמועסן, אבער אויך ספעסיפיק פאר די וואך סוכות תשפ"ד. וואספארא היימישע טאפיק'ס זענען יעצט אויף די סדר היום וואס מ'קען מאכן א שמועס וועגן דעם די קומענדיגע יו"ט ביים טיש?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:37 pm
דורך moody
האסט באמערק אז קאווע שטיבל פארמאגט א פורום "תורה ודעת" מלא וגדיש תורה וחכמה? א פלעס לייק נאו ווער עלס
אויב זוכט עפעס מער לייכט אויפן מאגן וועט אפשר
די מאמר פון ר' אליעזר ברודט זיין אונטערסאנט, א הערליכע מקף'דיגע מאמר אויף עניני ומנהגי שמחת תורה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
יישר כוח. בעיקר זוך איך לייכטע זאכענעס, א שטייגער ווי איך שטעל מיך פאר אז מ'קען טרעפן אויף די שמעלצער דרעזדנער שמועסן. נאר גיי הער אויס צוויי שעה דרעשן שטותים מיט הבלים צו טרעפען עפעס צו זאגן ביים טיש.
לאמיר זאגן לעצטיגע פולמוס'ן, פרישע שאלות און חומרות פון די כולל יונגעלייט, עפעס אינטערסאנטע אידישע נייעס אין די וועלט וכדומה
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:48 pm
דורך צוזאמגעדרייט
די פראבלעם איז נישט נאר ביי מענטשן וואס קלעבן צו א פארטיי.
זיצן ביי סעודה נאך סעודה, און איבערקייען די זעלבע צוויי קאזינס וואס זענען אביסל אינטערסאנטליך. א דריטע קאזין וואס איז אפגעפארן - מען האט שוין פון אים געשפעט און ארויסגעברענגט ווי אומסוקסעספול און ווייטאגליך זיין לעבן איז. זי און זי גייען בקרוב פּאַפּן. בעיסיקלי קייט מען דאס אלעס איבער איין מאל און נאך אמאל ביז די חודש ענדיגט זיך.
למעשה האב איך שוין אסאך מאל פרובירט אריינצוקומען מיט פילע סארט שמעוסן, ווי לייכטע נייעס, מ'קען רעדן וועגן עסן, וועקאציע, חלומות, מוזיק, וויצן און חידה'ס, ביז די מיסטעריע פון די מצרישע פיראמידן, פרייזן און אקענאמיע. די פראבלעם איז אז זיי "האבן ליב" צוריק צוגיין צום אפגעפארענעם קאזין, אדער צום נעבעכדיגן קאזין.
איך האב אויך ליב גוטע לשון הרע, כ'מאך מיך נישט פאר קיין "ץ", אבער וויפיל קען מען איבערקייען די זעלבע שטרוי?
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:59 pm
דורך בילדינג פליפער
איך בין געווען די ערשטע טעג ביי א משפחה ווי ביים סעודה איז שטרענג פארבאטן צו רעדן פון אנדערע מענטשן. די פארבאט איז נאר אויף "מענטשן וואס מען קען פערזענליך". פארשטייט זיך אז מען מעג יא רעדן פון חיימאו אדער פון מהר"א צו פון יואלי לאנדא.
מען האט פיין פאבראכט, געזיצן שעה'ן ביים טיש. זאפטיגע שמעוסן. ווי נאר איינער האט אנגעהויבן רעדן פון מענטשן האט מען דאס אפגעשטעלט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:10 pm
דורך צקון לחש
יחוס, רעסעפיס, וועטער
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:17 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
צקון לחש האט געשריבן:יחוס, רעסעפיס, וועטער
יחוס קען גאנץ גרינג אריינפירן צו בארעדן אנדערע.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:24 pm
דורך לשם יחוד
ביי מיין שווער פירט זיך כמעט יעדע שמועס צו סעקסיזם, ראסיזם און טראמפיזם.
סגרוילט מיר אסאך מאל, אבער וואס קען מען טוהן…
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:36 pm
דורך צקון לחש
לשם יחוד האט געשריבן:ביי מיין שווער פירט זיך כמעט יעדע שמועס צו סעקסיזם, ראסיזם און טראמפיזם.
סגרוילט מיר אסאך מאל, אבער וואס קען מען טוהן…
דאס איז ווארשיינליך נאך ביי די דברי תורה סעגמענט...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
בילדינג פליפער האט געשריבן:
מען האט פיין פאבראכט, געזיצן שעה'ן ביים טיש. זאפטיגע שמעוסן. ווי נאר איינער האט אנגעהויבן רעדן פון מענטשן האט מען דאס אפגעשטעלט.
וואספארא זאפטיגע שמועסן?
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 6:02 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אויב דו זוכסט דוקא צו שמועסן תורהדיגע זאכן וואס קומען אויס צו רעדן ביי א שבתדיגע סעודה. קענסטו רעדן די פאגענדע.
מזונות ראולס.
שבת עלעוועיטארס
לעבעטארי פלייש
אדער קען מען ציען די בענדל צו אביסל מער קאנטערוואציאל
מאנסי פייער דעפארטמענט
איי עיי בהשקפה
טעקסי דרייווערס סומאכטע און עצה
(געב נאר אכט וועגן די קינדער מיט עלעפאנט אויערן)
אמאל קען ווערן אביסל אנגעצויגן ווען די איידעם מיטן געטרימטע בערדל קוקט אן אנדערש יודישקייט פונעם שווער. דעמאלט דארף מען רעדן פון וועלטיכע זאכן. אבער געווענטליך ווערט דאס שמועסן איבערגעהאט מיט זמירות דורך איינער פון די שוואגערס וואס פילט צו עובדא דחול שמועסן ביים סעודה.
אז מעו קען רעדן פון טעכנעלאגיע קענסטו רעדן וועגן די נייעסטע אייפאון און פיקסעל. (און אפילו פון די יוד מיט די שלייקעס וואס האט געווארט ביי די עפל געשעפט צו זעהן טים קוק)
די שטוב איז מער פארמאכט קען מען רעדן פון די כשרע וועיז. וואס קאנעקט צו די קאר סקרין. אדער וויאזוי די שבת גיום אפיסעס ארבעטן.
אויב די משפחה האט מענטשן וואס ליינען אסאך קען מען רעדן וועגן חיות און יעדע פארציילט וואס ער האט צו פארקויפן.
מער אינטערסאנטער קען אפשר זיין געראגעראפיע. אבער עס וועט זיכער זיין מענטשן וואס וועלן ארויספאלן פון אזענע שמועסן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 12:41 am
דורך צפור בודד
איצט אז איך טראכט צוריק ווען איך בין געווען יונגער און אין דיין מצב, האב איך מקפיד געווען צו זיצן לעבן מיין ווייב און איך האב באלד פארדינט צוויי זאכן. איינס, אז וויבאלד די מענער זיצן אלע אויבן בין איך שוין געווען ווייט פון די "עקשן" וואו מ'האט איבערגעקייעט וואס משה יענק'ל האט געזאגט פאר חיים שלמה, און עליות און אלע בעיבי שול שטותים. אויך בין איך געזעצן נענטער צו די קינדער און די פרויען און אז זייערע שמועסן זענען נישט מער אינטערעסאנט, זענען זיי כאטש אנדערש פון וואס איך בין געוואוינט. אויך האב איך געקענט רעדן אדער לימיני אדער לשמאלי אדער כאטש רעדן מיט מיין ווייב אדער פשוט שווייגן און מ'האט מיך קוים באמערקט.
נאר איצט טראכט איך אז איך האב אפילו נישט באמערקט פארוואס איך האב אזוי געטון. אינסטינקטיוו בין איך אנטלאפן פון די שמועסן פון קארס און גבירים און די שטותים פון זייער באבל און מיך אויסגעזוכט ד' אמות פון מנוחה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:24 am
דורך הערינג מאכער
איין זאך איז זיכער אז אלץ בחור האבעך נישט געקענט וויסן וואס די פרויען רעדן... איך בין געקומען נאנט צו זיי זענען זיי געווארן שטיל... היינט צוטאגס וואס כ'בין שוין חתונה געהאט האבעך שוין נאך עפעס וואס מיט צו האלטן...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 7:39 am
דורך דער גאלדענער אדלער
און?? יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט רעדן זיי שוין אין פארענט פון דיר? אדער זיי האלטן נאך אלץ די גרויסע מיליטערישע סודות ביי זיך?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 10:49 am
דורך קידוש
דא האסטו עטליכע טאפיקס:
שמועס דורך די ארטיקלען פון יום טוב ( און די באצאלטע)
די אויפשטייג פון גיטין ( עס איז אמת)
ווי שנעל זאכן טוישן זיך - AI
אינטערעסאנטע פלעצער ווי מענטשן האבן געפארן חול המועד
די heeling points וואס ליפא האט געזאגט אויף latest talk podcast
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:59 am
דורך [NAMELESS]
גוטע טאפיק'ס צו שמועסן פאר די קומענדיגע יו"ט פסח?
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
פרוכט זאפט האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 11:59 am
גוטע טאפיק'ס צו שמועסן פאר די קומענדיגע יו"ט פסח?
יואלי לנדא חלוקה
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 2:17 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
פרוכט זאפט האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:08 pm
ס'קומט שוין די צווייטע טעג בע"ה און מ'גיימיר אויף יו"ט צו מיין שווער און שוויגער. מיין משפחה האט הנאה צו גיין און מיך שטערט עס אויך נישט. איין פראבלעם האב איך נאר : די סעודות.
די מעשה איז אזוי: מיין שווער און א חלק פון זיינע קינדער באלאנגען צו איינע פון די באקאנטע חסידות'ען, און יעדע דריי פיר סענטענסעס וואס קומט ארויס פון זייער מויל האט עפעס א שייכות מיט זייער רבי אדער פארטיי. נישט דווקא לשבח, נאר פשוט ווייל זייער גאנצע לעבן דרייט זיך ארום דעם. די רבי האט געזאגט אזוי, די רבי האט געטראכט אזוי, מעכל האט געגעבן פאר'ן רבי, זרח האט געכאפט פונעם רבי, דער רבי האט געפרעגט, געמיינט, געלאכט, געוויינט, אונטערגעשריבן, נייע ביהמ"ד, אלטע ביהמ"ד, נייע תקנה, אלטע גזירה, די חסידות'ס אתרוגים מארקעט, ערב יו"ט קיאפאנס פון די חסידות געשעפטן, געזעהן עפעס אין די חסידות צייטונג /מעגעזין/ גליון, וכו'.
דאס אלעס ברענגט מיר די בלוט אויף אין קאפ נישט ווייל כ'באלאנגט נישט צו די פארטיי און די אלע זאכן אינטערעסירען מיר נישט, נאר ווייל כ'בין קעגן די רבי'ס-אנשיקעניש , און ס'שטערט מיך אז מיינע קינדער הערן די הבלים ביי יעדע סעודה עקסטער.
מיין שווער'ס משפחה זענען לאו דווקא פאנאטישע חסידים, און קענען פארנעמען א דזאוק אדער אפילו א קריטיק אויף זייער רבי, און אמאל אמאל צולאז איך מיך טאקע און כ'זאג א קאמענט וואס מאכט חוזק פון די פארטיי אדער אפילו די רבי אליין. אבער די גאנצע מצב איז נישט לרוחי. כ'וויל נישט זיין דער וואס רופט זיך אייביג אן עפעס נעגעטיוו, און בכלל דארף איך עפעס אנדערע זאכן פון וואס צו שמועסן ביים טיש.
פארשטייט זיך אז מ'האלט שוין נאך דברי תורה. אונז זעמיר נישט קיין פראסטאקעס, און געווענטליך זאג איך עפעס א ווארט אויף די פרשה אדער יו"ט. אבער מ'דארף דאך שמועסן אויך.
איז מ'קען דא רעדן גענערעלע געדאנקען פון וואס מ'קען שמועסן, אבער אויך ספעסיפיק פאר די וואך סוכות תשפ"ד. וואספארא היימישע טאפיק'ס זענען יעצט אויף די סדר היום וואס מ'קען מאכן א שמועס וועגן דעם די קומענדיגע יו"ט ביים טיש?
כ'האף אז דיין גרעיפ דזשוס איז מבושל...
Re: וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 3:47 pm
דורך אלע צוזאמען
פרוכט זאפט האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 11:59 am
גוטע טאפיק'ס צו שמועסן פאר די קומענדיגע יו"ט פסח?
גא’מ מיט דיין דילעמע ווייל כ’האב די זעלבע זאך, איך זיץ מיר אויך אזוי כשה אחד בין..... איין חילוק איז נאר, אז מיינע שוואגער’ס קענען נישט פארנעמען א וויץ אויף זייער רבי’נס/חסידות חשבון, איז דארף איך זיך האלטן דאס מויל, איז טאקע נישטא צו סאך וואס צו רעדן, זיצט מען שטיל און מ’שווייגט רוב סעודה.
איין עצה איז יא דא, טרינק, טרינק אלקאהאל אביסלע מער ווי נארמאל, נישט אויף צו ווערן שיכור, אבער גענוג אז דאס מויל זאל זיך עפענען.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 3:55 pm
דורך הכנה דרבה
איך האב מיך אויסגעלערנט די שווערע וועג, גיי נישט צו מענטשן מיט וועם דו האסט נישט וואס צו רעדן. שוין יארן וואס איך בין נישט געוועהן ביי מיינע עלטערן אויף א יום טוב סעודה, איך גיי צו חברים און איך לאדן איין חברים צו מיר.
Re:
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:47 pm
דורך אפטימיסטיש
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 3:55 pm
גיי נישט צו מענטשן מיט וועם דו האסט נישט וואס צו רעדן. שוין יארן וואס איך בין נישט געוועהן ביי מיינע עלטערן אויף א יום טוב סעודה
וואס קען מען טון אז די ווייב וויל יא גיין צו די עלטערן?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:22 pm
דורך הכנה דרבה
האפענטליך האט זי כאטש מיט וועם צו רעדן, אויב האט זי אויך נישט מיט וועם צו רעדן און זי וויל נאכאלץ גיין איז זי סתם אזוי אין ערנסטע טראבל.
Re:
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:00 pm
דורך yesiknow
הכנה דרבה האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 3:55 pm
איך האב מיך אויסגעלערנט די שווערע וועג, גיי נישט צו מענטשן מיט וועם דו האסט נישט וואס צו רעדן. שוין יארן וואס איך בין נישט געוועהן ביי מיינע עלטערן אויף א יום טוב סעודה, איך גיי צו חברים און איך לאדן איין חברים צו מיר.
גרויסע הכנה ,
אויב דיין פאטער וועט דיר שיקען א טויזענטער יעדע סעודה וואס די קומסט צי אהים א סעודה גלייב איך די וואלסט שוין געטראפען וואס צו רעדען .
ביודעי ובמכירי קאמינא