היכל הבעש"ט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 3:42 pm
עיין בהבהרה דלקמן. מ'מיינט נישט די לשונות כפשוטן.. ס'מער ארויסצוברענגן דעם דעם ענין אין א שמחת יו"ט'דיגן אויפן.
איינער דערציילט מיר, ווען אונז זענען געוועהן בחורים האבן אונז געזעהן איינער וואס וויל שטארק האבן גילוי אליהו. ער פלעגט שטיין ביינאכט ביים ארון קודש און בעהטן.
ויהי הלילה, אונז האבן זיך באהאלטן אין ווייבער שוהל, אינמיטן בעהטן הערט ער א קול (פונעם לץ שבחבורה) "של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד וגו'"
אונז האבן זיך געביסן די ליפן איינציהאלטן די געלעכטער ווי ער פאלגט מיט אזא הכנעה און פארכט.
דער לץ שבחבורה האט ממשיך געוועהן, "די זאקן אויכעט"...
עד כאן ניתנה רשות לספר...
מיט אזא פנים קומען אונז אריינצוגיין אינעם היכל הבעש"ט.. דעם גרויסען סוד פון חסידות.
אבער תורה הוא וללמוד אני צריך. וה' הטוב יכפר.
--
וואס איז חסידות? לערן זייער ספרים..
בקיצור מ'האט מורא געהאט אויסצוזאגן הויעך וואס ס'איז.
כ'וועל עס אויספויקן ברבים. ווייל ס'איז ליידער נשתכח געווארן.
חסידות איז די מהלך המחשבה פון סייקעדעליק'ס
הער אויף אויסצוהערן אנדערע (כולל גמ' והלכה) הער אויס דיין הארץ, (וועסט עס שוין אריינטייטשן אין די גמ' והלכה..)
--
די הייליגער לעכטיגער זיסער בעש"ט האט איינגעזעהן אז די גלות'דיגער "הלכה אידישקייט" ארבעט נישט גענוג, האט ער אריינגעברענגט די מיסטיקה וועלט אין די מעשים פון אידישקייט, אנשטאט פון טראכטן שבת פונקטלעך וואס איז אסור ומחלליה מות יומת, טראכט פון די זיוויג קב"ה ושכינתי', עליית עולמות. וכדו'
ר' נחמן האט איינגעזעהן אז די אלטע גילט לויפט אונז נאכאלס נאך, האט ער זיך בעיקר באצויגן צום געפיהל פונעם מענטש אז ער פראבירט אזוי פיהל מאל און ס'גייט נישט, די בענקשאפט און צער, אבער די אייבישטער האט דיך ליב. יעדע'ס ביסל איז חשוב. וכדו'.
ווי אויכעט האט ער ארויס געברענגט דעם שאורט קאט, קענסט זיין נאנט מיט גאט אהן האבן די מינדענסטע שייכות מיט רעליגיע, רעד צו אהים, ברענג אהים אריין אין דיין סיקרעט לייף. (דעם שרעקליכען בענקשאפט און דראנג וואס יעדע הומען ביאינג האט צו קאננעקטן מיט אנדערע קענסטו ניצן צו קאננעקטן מיט דיין באשעפער.)
אבער מ'דארף באהאלטן דעם סוד פונעם המון עם ווייל אידישקייט קען דאך נישט אנגיין ווען יעדער קען טוהן וואס ער וויל, ווי אויכעט גייט זיין גרויסע התנגדות.
מאידך גיסא, וויל מען דאך צוריק אומפלימענטן דעם אידישקייט גישה וואסי געוועהן בזמן הבית.
אקעי מ'האט א מהלך. מ'גייט זאגן איין זאך אבער בעקיפין גייט מען זאגן און טוהן פארקערט.
"מ'קען קנייטשן מיינע ווערטער, אבער דעם שו"ע זאל מען נישט קנייטשן." (אגב. פאר א ליטוואק דארף מען דעס זאגן?..)
אבער. וויסן זאלט עטץ: א צדיק קען ארויסשלעפן פון גיהנום, טוישן סדרי בראשית, בקיצור כ'בין דעם אייבירשטען'ס בּאדי, א ווארט פונעם צדיק פאלגט מען אפי' אויב מ'פארשטייט נישט (-והיינו אפי' מ'פארשטייט אז ווי שו"ע איז עס נישט).
אוואדע משה רבינו איז גרעסער פונעם בעש"ט אבער ער איז אויכעט מסכים מ'זאל פאלגן די צדיקים. (ס'דאך א בפירושע פסוק על פי התורה אשר יוריך, אפי' על ימין שהוא שמאל.)
עד היום הזה. וואס מיינט א עהרליכער איד?
ביי א ליטוואק. דער וואס ציטערט פון שו"ע, איז מחמיר.
ביי א חסיד. דער וואס איז מיסטיקל, ער לעבט העכער.
(נישט געזארגט מ'האב'מיר געטראפן א לשון: ליטווישע זענען יראה, חסידים זענען בעיקר אהבה. אוי יוי יוי יוי, ליב האבן אידישע קינדער, ליב האבן די הייליגע תורה, ליב האבן השם יתברך!)
אבער די איזביצער האט געזאגט הויעך וואס ליגט ביי די רבי'ס אין קאפ. (א טאטע וואס איז אויפגעקלערט אין קאפ, וועלן זיינע קינדער שוין זיין אויפגעקלערט מיט'ן מויל אויכעט.. דאסי פשט אין ירידת הדורות..)
בעיסיקלי: רעליגיע קען דיך נאר געבן א בכלליות'דיגע וועג פון א בעסערן לעבן, אבער בפרטיות וואס גאט וויל, דאס הערט מען פון אהים דירעקט. ווי אזוי? דיינע וויזיעס, רצונות, זיי קומען פון גאט.
אויב ביסטו א צדיק, (-קאננעקטעט מיט דיין הארץ וואס טראכט פון גאט), קענסטו אפי' טוישן אידישקייט בכלליות אויב דו פיהלסט אז גאט וויל אזוי. (מי השילוח על איחור זמן תפילה, שהיהודי הקדוש השיג שזהו רצון השם, יאפ. די אייבישטער וויל א אנדערע אידישקייט היינטיגע צייטן. די יהודי הקדוש האט אזוי געשפירט און דערפאר איינגעפיהרט. די נועם אלימלך האט געפלאנט צו מבטל זיין דאס דאווענען אינגאנצען! ביז די אנשי כנסת הגדולה האבן זיך געבעהטן ביי אהים, האט ער געמאכט די הייליגע תפילה קודם התפילה).
[ווי אויך. די אלטע אידישקייט איז בעיקר געוועהן געבויעט אלס עם ישראל, אונז זענען א שבט, א טרייב, אונז וועלן זיך האבן אונזער לאנד, אונזער קולטור א.א.וו. (מצות ווענד זיך שוין אין תקופות, מענטשען, מאאד'ס, און נאך. עיין בנ"ך). ווי אזוי וועקט מען עס צוריק אויף? אה, "אהבת ישראל" ליב האבן די אידישע קינדער. יענעם'ס גשמיות מיין רוחניות. א גוטע חבר קען פועלן ווי א צדיק הדור. וכו'.]
---
דעם אשכול איז געווידמעט פאר ווערטער פונעם בעש"ט ותלמידיו וואס ברענגן ארויס דעם גרויסען סוד, די אור הגאולה, סוד פון אהבה, סוד פון קולות ולא חומרות ח"ו, דעם סוד פון שמחה (שמחת הבן חורין...), דעם סוד פון טשערי פּיקינג, רעדן נאר פון די פסוקים ומאמרי חז"ל וואס רעדן פון די גוט'סקייט פונעם ליבער טאטע'ן אין הימל, און נישט דערמאנען חלילה די פסוקים וואס ברענגן ארויס די כעס, גרויזאמקייט, אכזריות, דקדוק כחוט השערה, פונעם כמו בייזן אומצופרידענעם גאט ח"ו.
ווייל יענע פסוקים ומאמרים..
1. זענען געוועהן נאר פאר די דורות ראשונים וואס זענען געוועהן העכער, אדער פארקערט די קומה שלימה ונקודה פנימי איז נאכנישט געוועהן אזוי מזוכך.
2. זענען נישט כפשוטו, מ'האב'מיר שוין דעם התגלות פונעם זוהר.
3. וועלן חלילה אויסמעקן אידישקייט, איינמאל ס'וועלט ווערט מער און מער צעווילעזירט.
בקיצור, ווי האט דער הייליגער באדיטשובער געזאגט צום כופר: אין יענעם גאט גלייב איך אויכעט נישט.
--
אשר על כן טייערע ברידער, אויב ס'בליצט ענק אויף א מראה מקום וכדו' ביטע ברענגט'ס אהער, יעדע'ס מראה מקום ברענגט נענטער דעם גאולה!
--
ידעתי בני ידעתי, מגלה זיין אזא גרויסען אור פונעם קרוין פונעם קעניג איז מעורר קטרוגים, שלוחי הס"מ וועלן קומען זיך טענה'ן, און אפי' טרעפן ראיות אויף די פארקערטע (ע' פנים לתורה..)
אבער דאס איז די אידישקייט וואס גייט נאך אנהאלטן אין הונדערט יאהר ארום.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן וכו'.
א גוט מועד