בלאט 1 פון 1
דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 1:21 am
דורך שמן למאור
יוסי גאלדשטיין, דער אפגעפארענע חסידישע איד, וואס איז באקאנט מיט זיינע זאפטיגע מעסעדזשעס וואס פארן ארום פון צייט צו צייט אויף א פליסיגן אידיש, איז ארויסגעקומען מיט א פאדקעסט ווי ער פארציילט זיין געשיכטע.
[במאמר המוסגר, איך אנטשולדיג זיך פארן אויסדריק "אפגעפארן", עס שמעקט נישט גוט און כ'האב עס נישט ליב צו ניצן. וכבר אמר חכם אחד, "אפשר איז ער ארויפגעפארן?", אבער למעשה איז דאס דער טערמין וואס מען ניצט, און כ'האב דערווייל נישט קיין בעסערע אויסדריק]
עס זעט אויס ווי עס קומט המשכים מיט ספאנסערס און עדס, אבער די ערשטע עפיזאד איז שוין ווערד צו הערן. ער פארציילט בקיצור זיין לעבנס געשיכטע און איז מסביר פארוואס ער גייט נישט מיט די חסידישע לבוש הגם ער גלייכט די חסידישע קולטור בכלליות.
עס איז לדעתי זייער וויכטיג אויסצוהערן פון א חינוך שטאנדפונקט, אז מען זאל ארויסהאבן די גרויסע אפעקט וואס עלטערן האבן אויף זייער קינדער, אפילו אויף גאר אינגע קינדער.
דא האט איר די טעלעגראם לינק
https://t.me/yossigoldstein
דא איז זיין טוויטער קאנטע
https://x.com/YossiGoldstein8?t=PHV7exC ... VaOig&s=09
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 1:49 am
דורך דערהויבענע איד
יוסי איז לענ''ד א געבענטשטע אינגערמאן, גאר קלוג און באהאווענט אין כל מיני נושאים, לדעתי גייט מען נאך אסאך הערן פון אים, און מ'וועט פון אים הנאה האבן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 11:59 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
יא! כ’קען איהם פונדערנאנט איהם און זיין געשיכטע...
כ’האף אז ער וועט קענען אויפטוהן אויך ביי די אינערליכע חסידישע געזעלשאפט...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 12:57 pm
דורך חובב ציון
א מין גרויל פין א קעפל, אפגעפארענע חסיד?! דער הייליגע איד יוסי גאלדשטיין דערציילט זיין לעבנס געשיכטע, אז מען גייט נישט מיט קיין רעזשוואלקע אין ר״ת גאטשעס איז מען אפגעפארען?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 1:08 pm
דורך ישראל הלוי
חובב בארואיג זיך, זע איינגערינגעלטע אויבן...
איינער קען ברענגען אויף דרייוו? דראפבאקס? איך האב נישט קיין טעלעגראם.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 2:31 pm
דורך קורקלענד
חובב ציון האט געשריבן:א מין גרויל פין א קעפל, אפגעפארענע חסיד?! דער הייליגע איד יוסי גאלדשטיין דערציילט זיין לעבנס געשיכטע, אז מען גייט נישט מיט קיין רעזשוואלקע אין ר״ת גאטשעס איז מען אפגעפארען?
שטייט נישט אפגעפארענער איד, שטייט סך הכל אפגעפארענער חסיד.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 3:33 pm
דורך בית הלוי
זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 3:49 pm
דורך דערהויבענע איד
בית הלוי האט געשריבן:זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
ער האט געגעבן שמועסן אמאל אויף ק''מ. כ'ווייס אבער נישט ווי אזוי ער האט זיך גערופען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 4:09 pm
דורך סקעפטיקער
שמן למאור האט געשריבן:יוסי גאלדשטיין, דער אפגעפארענע חסידישע איד, וואס איז באקאנט מיט זיינע זאפטיגע מעסעדזשעס וואס פארן ארום פון צייט צו צייט אויף א פליסיגן אידיש, איז ארויסגעקומען מיט א פאדקעסט ווי ער פארציילט זיין געשיכטע.
[במאמר המוסגר, איך אנטשולדיג זיך פארן אויסדריק "אפגעפארן", עס שמעקט נישט גוט און כ'האב עס נישט ליב צו ניצן. וכבר אמר חכם אחד, "אפשר איז ער ארויפגעפארן?", אבער למעשה איז דאס דער טערמין וואס מען ניצט, און כ'האב דערווייל נישט קיין בעסערע אויסדריק]
עס זעט אויס ווי עס קומט המשכים מיט ספאנסערס און עדס, אבער די ערשטע עפיזאד איז שוין ווערד צו הערן. ער פארציילט בקיצור זיין לעבנס געשיכטע און איז מסביר פארוואס ער גייט נישט מיט די חסידישע לבוש הגם ער גלייכט די חסידישע קולטור בכלליות.
עס איז לדעתי זייער וויכטיג אויסצוהערן פון א חינוך שטאנדפונקט, אז מען זאל ארויסהאבן די גרויסע אפעקט וואס עלטערן האבן אויף זייער קינדער, אפילו אויף גאר אינגע קינדער.
דא האט איר די טעלעגראם לינק
https://t.me/yossigoldstein
דא איז זיין טוויטער קאנטע
https://x.com/YossiGoldstein8?t=PHV7exC ... VaOig&s=09
חוץ טעלעגראם איז דא נאך ערגעץ אים צו הערן?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 4:26 pm
דורך שמן למאור
חובב ציון האט געשריבן:א מין גרויל פין א קעפל, אפגעפארענע חסיד?! דער הייליגע איד יוסי גאלדשטיין דערציילט זיין לעבנס געשיכטע, אז מען גייט נישט מיט קיין רעזשוואלקע אין ר״ת גאטשעס איז מען אפגעפארען?
ווי כ'האב טאקע געשריבן, פיל איך זיך נישט באקוועם מיטן ניצן דעם אויסדריק. אדרבה קום אריין מיט א בעסערן אויסדריק, און כ'בין גרייט צו טוישן. הייליג איז יעדע איד, איך האב אבער געזיכט א ווארט וואס וועט געבן צו פארשטיין אז ער איז מער נישט קיין פרומע איד, וואס דאס איז דאך די געדאנק וואס ער קומט דא פארציילן -וויאזוי דאס האט פאסירט.
אויב מיינסטו מיט דיין מחאה צו זאגן אז ער איז נאכאלץ ערליך, און האט זיך בלויז געטוישט זיין לבוש, דאן זייט וויסן אז ער שטעלט זיך אפעציעל ארויס אלס אפיקורס.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 5:13 pm
דורך שפילער
בית הלוי האט געשריבן:זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 5:45 pm
דורך דערהויבענע איד
שפילער האט געשריבן:בית הלוי האט געשריבן:זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
ער האלט זיך פאר אן אטעיאיסט. כ'גלייב אז נישט דאס איז וואס דו מיינסט.
א קאפל גייט ער געווענליך נישט, און חוץ לימוד התורה טוט ער נישט קיין מצוות. ער איז אזוי אפגעפארן, אז ער טוט אויך נישט קיין עבירות...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 5:59 pm
דורך שפילער
דערהויבענע איד האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:בית הלוי האט געשריבן:זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
ער האלט זיך פאר אן אטעיאיסט. כ'גלייב אז נישט דאס איז וואס דו מיינסט.
א קאפל גייט ער געווענליך נישט, און חוץ לימוד התורה טוט ער נישט קיין מצוות. ער איז אזוי אפגעפארן, אז ער טוט אויך נישט קיין עבירות...
און ער געט שיעורים אויף הלכה אויף זיין טשענעל... וויזוי ארבעט ביידע צוזאמען?..
נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2023 9:19 pm
דורך דערהויבענע איד
שפילער האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:בית הלוי האט געשריבן:זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
ער האלט זיך פאר אן אטעיאיסט. כ'גלייב אז נישט דאס איז וואס דו מיינסט.
א קאפל גייט ער געווענליך נישט, און חוץ לימוד התורה טוט ער נישט קיין מצוות. ער איז אזוי אפגעפארן, אז ער טוט אויך נישט קיין עבירות...
און ער געט שיעורים אויף הלכה אויף זיין טשענעל... וויזוי ארבעט ביידע צוזאמען?..
לערנען קען ער גוט, אלץ בחור האט ער געהארעוועט. פאר מער דערוועגן, הער זיין געשיכטע.
Re:
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:09 pm
דורך שפילער
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 06, 2023 5:45 pm
שפילער האט געשריבן:בית הלוי האט געשריבן:זיין קול דערמאנט מיך פון איינער וואס פלעגט געבן זאפטיגע אנאליזן אויף קול מבשר, ער האט זיך גערופען גדלי' מערינג, איינער ווייסט צ'י עס איז אים?
יאפ דאס איז עים הינדערט און איין פערסענט און שמן , איך מיין ער איז אן אפיקורוס אזוי ווי אסאך פון אונדז זעמיר , אבער ער גייט למשל מיט א קאפעל און היט מצוות אזוי מיין איך
ער האלט זיך פאר אן אטעיאיסט. כ'גלייב אז נישט דאס איז וואס דו מיינסט.
א קאפל גייט ער געווענליך נישט, און חוץ לימוד התורה טוט ער נישט קיין מצוות. ער איז אזוי אפגעפארן, אז ער טוט אויך נישט קיין עבירות...
ער גייט יא מיט א קאפל
Re: דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:21 pm
דורך Visionary
איז ער א זוהן פון ר' ירמיהו?
Re: דער אפגעפארענע חסיד "יוסי גאלדשטיין" פארציילט זיין געשיכטע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:14 pm
דורך צקון לחש
Visionary האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:21 pm
איז ער א זוהן פון ר' ירמיהו?
יא (ר' נתן ירמיה מח"ס מגדנות נתן)