א ש'כח-כהנים לייק, אדער א לייק?
נשלח: זונטאג אקטאבער 08, 2023 8:01 pm
א געזונטן ווינטער יעדן איינעם!
קען זיין עס איז פאסיגער צו רעדן פון די מלחמה אין ארץ ישראל, אבער איך גלייב ווען מ'קומט אהער האלט מען שוין נאכן זיך אנהערן ממילא, קען מען זיך סתם אויסטשוכענען דא אביסל.
הערנדיג דעם יו"ט (- און גאנץ תשרי) בעלי תפילות פון אלע סארטן - בא'טעמ'טע, חזנ'ישע, שפיציגע, ווארימע, שרייעדיגע, און סתם שלעפער'דיגע, האב איך געפילט אז מיין ש'כח נאכן דאווענען איז געווען איינגעטיילט מער-ווייניגער אין צוויי קאטעגאריעס, פון איין זייט איז דא די פשוט'ע ש'כח פאר איינער וואס האט געדאוונט ווי א מענטש - נישט געשלעפט, געזינגען כ'מעשה, און נישט פארדרייט יעדעס שטיקל פון יוסעלע ווייל ער קען נעבעך נישט דרייען - פאר אזא איינעם קומט זיך א ש'כח ווי די באקאנטע "ש'כח-כהנים" סטיל.
דאן איז דא איינער וואס איז באמת שיין, סיי ווייל עס ווילט זיך בלייבן הערן נאך, סיי צומאל פילט זיך אפי' ווי "אזאנס וואלט איך נישט געקענט אראפלייגן", אדער איז עס פשוט אז ער האט פארכאפט א חידוש וואס דו האסט נארוואס אויסגעטראפן - והנה - דער בחור פארשטייט אויך אן עסק.. פאר אזא איינער קומט זיך שוין א קאמפלימענט מיטן פילן באק, אדער עכ"פ אין די ש'כח ליגט מער קאטשעניו ווי אין א פשוט'ן ש'כח...
(נישט אויסגערעדט צו זיין זיך אז פאר אזא איינער וואס קומט נישט נאך די ערשטע קרייטעריע קומט זיך לגמרי נישט קיין קרעפל...)
פארוואס איז עס דא אינטרעסאנט?! ווייל ווי נאר איך האב דאס געכאפט האט עס מיר פארענטפערט די פראבלעם וואס איך האב צומאל דא אין שטיבל אויך, ווען פון איין זייט זענען דא מאמרים, אדער תגובות, וואס די שפייעכטץ רינט מיר בשעת'ן עס ליינען, עס ווילט זיך אריינבייסן דערין, און אויב איז עס נאר אויף א לעוועל וואס איך וואלט אויך גע'יכול'ט עס אזוי אראפצולייגן - האב איך חרטה פארן עס אפלייגן, אפגערעדט ווען עס איז גאר בעסער ווי מיינע פעדערן גרייכן, אבער פאווירקליכן מיינע דמיונות הערליך... פאר אזא תגובה ווילט זיך עס גיבן אן hug, נישט סתם קיין נעבעכדיגן 'לייק'.
לאידך גיסא איז אבער אויך דא אסאך וואס א 'לייק' איז just about גוט, עס איז ווערד די לייק, אבער איך וואלט מיר נישט בהחלט אידענטיפיצירט דערמיט וד"ל...
טאמער איינער איז מיט מיר אויף איין בלאט, אפשר איז דא א מעגליכקייט פאר עפעס אזא רעפערענדאם ביי די מנהלים איבער צולייגן אן אפציע פון א 'love' אדער עפעס א סיסטעם פון צוויי סארטן לייק'ס - אפשר א גרעסערע און א קלענערע וכדו'? אסאך מאל שטיי איך פשוט פארלוירן צווישן צוויי תגובות, זאלן איך לייקן דער? גייט דאך פאלן די ווערד פון די אנדערע לייק מיינע. זאל איך אים נישט לייקן? וואס איז ער נעבעך שילדיג אז א צווייטע האט פונקט געפאוסט עפעס בעסערס יעצט?! און איך בין נאכנישט אויף די מדריגת ההשתוות פון ידידינו ערעב @שעפטאל וועלכע קען גיסן לייקס בין ימינו לשמאלו נאך איידער איך קען בכלל ליינען דעם קעפל...
האב איך געזען אויף imamother ווי זיי האבו טאקע עפעס אזא הערצעלע אייקאן, אבער איך ווייס נישט ווי סאך עס מאכט אויס דארט - וואס איז כמובן א וויכטיגע טראדיציע ביי אונז...
דיסקלעימער: אויב איז עס טעכניש אוממעגליך דא אויפן סיסטעם הרי דברי בטלים למפרע.. הגם איך צו נישט צוריק פון מיין נקודה טובה..