בלאט 1 פון 2
StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 1:06 pm
דורך שאלתיאל
חברים, אין די שווארצע טעג ווען מד"י קעמפט (ליטערלי) אויף איר עקזיסטענץ, און יעדעמס הארץ שטורעמט און קאכט און זידט און האפט און מ'זוכט וואס מ'קען נאר ארויסהעלפן און פונדערווייטענטס איז פארשטייט זיך שווערער, אבער פארט איז דא אסאך וואס צו טוען. למשל, א רעלאטיוו- איינפאכע זאך וואס יעדער קען זיך באטייליגן ווי אימער מ'איז, איז מיט די קריטיש וויכטיגע ערקלערונג באמיאונגען אויף די סאושעל מידיע נעצן.
יעדער וואס האט אביסל Followers אויף Twitter, Instagram, Tiktok, Facebook וכו' קען מיט פשוטע שריט אויפטון א געוואלד: אביסל ערקלערן, שעירן פאוסטס, ריעקטען, און אפי' לייקן. דאס זענען פשוטע זאכן וואס זענען זייער וויכטיג אין די אנגייענדע שלאכט אויף דער אינטערנעשאנעל פובליק עפיניען וואס זענען פארשוועמט מיט אנטי-ישראל'ישע/אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע. רוב פון די ברייטע מאסן זענען איגנארענט איבער די אמת'ע סיטואציע אין די מדינה און ווערן געפיטערט דורך בייעסד מידיע פלאטפארמעס, אקטיוויסטן, סעלעבס, ארגאניזירטע פראפאגאנדע קאמפיינס וכו'.
א קליינע ביישפיל: געוויסע סעלעבס ( Kylie Jenner) און נאך האב געפאוסט אויף אינסטגרעם אין שטיצע פון מד"י און האבן עס אויסגעמעקט צוליב די העיט וואס זיי האבן צוריקגעכאפט.
עם ישראל חי.
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:37 pm
דורך שאלתיאל
א קליינע ביישפיל פון די מידיעס בייעס וואס כ'האב מיך צופעליג אנגעשטויסן יעצט ביים סקראלן מיין פיד: NBC פראבירט אזוי "תמימות'דיג" נישט מיר נישט דיר בארעכטיגן די גרוילטאטן פון חאמאס. אנבעליוועבל
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 9456233501
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:53 pm
דורך סקעפטיקער
עס איז אויך כדאי צו ברענגען גוטע זאכן צו שעירן
Sam Harris
https://twitter.com/SwipeWright/status/ ... 4445694993
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
דורך שאלתיאל
@סקעפטיקער. גוטע איידיע
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:00 pm
דורך שאלתיאל
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:06 pm
דורך שאלתיאל
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:14 pm
דורך שאלתיאל
עטליכע רולס וואס כ'האב באקומען פריער וואס קענען זיין בייהילפיג:
- נישט ריעקטן אויף אפענע פּרא-חאמאס/ווייעלענס פּאוסטס אדער עס שעירן ווייל עני ענגעדזשמענט ברענגט עס מער exposure. ענדערש עס רעפארטן.
-פארשטערקערן exposure פאר פרא-איזראל פאוסטס אדער ערקלערונג ווידעאס דורך שעירן, לייקן, ריעקטן (אפי' מיט פאזיטיוו אימודזשיס)
-שטיצן סעלעבס וואס קומען ארויס אין שטיצע פון אונז, דורך פאזיטיוו ריעקשענס
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:28 pm
דורך שאלתיאל
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:33 pm
דורך שאלתיאל
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:41 pm
דורך שאלתיאל
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 6:46 pm
דורך שאלתיאל
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:09 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:17 pm
דורך moody
נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:28 pm
דורך סקעפטיקער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
איך האב אן איידיע פאר ווער עס קען עס מאכן. א כמו אדווערטייזמענט פאר א נייעס ICES מיט די קעפל The new ISIS is coming אדער עפעס ענליך. און די נאמען פון די אייסעס איז Hamas
נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:06 am
דורך מי אני
דא,
דא און
דא ברענגט דר. דזשערי קוין ארויס די פראבלעם פון די דעקונג פון די לינקע פּראגרעסיווע מידיא ביי דעם. די קאמענטארן דארט זענען אויך גוט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 10:26 am
דורך שאלתיאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
פאלגטס איר נאך. זי טוט א גוטע דזשאב און ווייסט וואס זי טוט
Re:
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:06 pm
דורך סקעפטיקער
שאלתיאל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 10:26 am
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:זי פירט אן אפעראציע דערוועגן. העלפטס ארויס!
פאלגטס איר נאך. זי טוט א גוטע דזשאב און ווייסט וואס זי טוט
יעצט אז ביידען האט שוין געזאגט אז חאמאס איז אייסיס האלט מען שוין ערגעץ
Re: StandWithIsrael#
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:16 pm
דורך אסטראלאג
מיר דארפן געדענקען און דאס שטארק איינ'חזר'ן:
נישט די ציוניסטישע מדינה היט אויף די אידן אין ארץ ישראל - נאר דער רבונו של עולם!!!
נישט כוחי ועוצם ידי - נאר תפילות לאל.
נישט כפירה ומינות - נאר אמונה טהורה.
נישט דער גוג ומגוג מיליטער - נאר ביטול מלכות המינות.
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין במהרה דידן.
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 2:46 pm
דורך שאלתיאל
"פראפארשענעליטי" איז א בריטיש Perversion. א מאדנע קאנסעפט מיט וואס זיי זענען אבסעסד נאר ווען ס'קומט צו מד"י.
אין א אינטערוויו אויף דער בריטישע Talk TV איז דער שרייבער דאגלעס מארי געפרעגט געווארן צו די מיליטערישע רעאקציע פון מד"י אין עזה איז "פראפארשענעל". ער האט גענטפערט וואונדערבאר
https://www.israelnationalnews.com/news/378457
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:16 pm
מיר דארפן געדענקען און דאס שטארק איינ'חזר'ן:
נישט די ציוניסטישע מדינה היט אויף די אידן אין ארץ ישראל - נאר דער רבונו של עולם!!!
נישט כוחי ועוצם ידי - נאר תפילות לאל.
נישט כפירה ומינות - נאר אמונה טהורה.
נישט דער גוג ומגוג מיליטער - נאר ביטול מלכות המינות.
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין במהרה דידן.
נאר געוויסע פארשוינען מיט זייערע פארקרומטע מיינונגען האלטן אז מתפלל זיין צו השי"ת אז די אידן זאללן האבן א ישועה און בייקומען זייערע שונאים איז כפירה ומינות. רחמנא לילצן מהאי דעתא...!
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:45 pm
דורך חובב ציון
IMG_6182.jpeg
איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן, דערפאר לייג איך עס דא, א אנטי ישראל טוויטער אקאונט מיט איבער 800 k פאלאערס שניידט אריין פאר עפעס א היימישע אינגערמאן וואס האט זיך צו לאזט די פיסקעל מיט ראסיסטישע דיבורים.
Re: StandWithIsrael#
נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:48 pm
דורך חובב ציון
זיין פראפיל דערצערענט מיר, פארוואס פארשמירן די גאנצע חסידישע געמיינדע?? דאס צינד דאך אן א פייער! ווער ווייסט וואס דאס קען ח"ו צוברענגען.
Re: StandWithIsrael#
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:27 am
דורך אלע צוזאמען
חובב ציון האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:48 pm
זיין פראפיל דערצערענט מיר, פארוואס פארשמירן די גאנצע חסידישע געמיינדע?? דאס צינד דאך אן א פייער! ווער ווייסט וואס דאס קען ח"ו צוברענגען.
מ'דארף פארשטיין פון ווי ער קומט...
ניין, נישט אזוי גייט די לינקע שלאג ווערטער נאך יעדע טעראר אטאקע?
די @יעקוואלף איז נעבעך אנגעווייטאגט, פאלעסטינער האבן נארוואס ערמארדעט 1,300 פון זיינע ברודער'ס און שוועסטער'ס, דארפסט עס לייגן אין קאנטעקסט.
גיי פרעג AOC מיט אילהאן אמאר ימ''ש, אייביג זענען זיי אזוי סימפאטיש צו טעראריסטן....