בלאט 1 פון 1

טעכנישע ארבעט צו פארבעסערן קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:40 pm
דורך מנהל
א גוטן טייערע חברים,

בע"ה פאנגען מיר אן ארבעט צו פארשענערן און פארבעסערן קאווע שטיבל. דאס וועט זיין א פראצעס וואס נעמט צייט, און וועט פארלאנגען אפצושפארן קאווע שטיבל פון צייט צו צייט פאר עטליכע שעה.

די קומענדיגע געפלאנטע אפשפארונג איז פאר מארגן 10:30 אינדערפרי.

ביטע אנטשולדיגן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:23 pm
דורך ישראל הלוי
יישר כח.
די מנהל ברויך עפעס הילף? מיר זענען גרייט צו העלפן אויב עס איז דא מיט וואס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:35 pm
דורך קהל'ס נער
אז ס׳איז שוין א שעת הכושר, וויל איך בעטען דער @מנהל זאל אוועק ריקען די ״ארויסשרייבן״ פון ״אקטיווע אשכולות״.
יעדע דריטע מאל איך דריק אקטיווע אשכולות דריקט זיך בטעות ארויסשרייבן.
עניוועי א גרויסע שקויעך מנהל פארן אפדעיטען די סיסטעם

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:53 pm
דורך אלפא
דאס איז איין הערה.

די צווייטע איז, טאמער עס איז מעגליך פאראויס צוזאגן בערך ווילאנג עס גייט זיין אפגעשפארט פאר, איין שעה, פינף שעה?