שתפ"ד -אינטערעסאנטע אייוועלט/אידטיש וואטסעפ אנאליזירן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שתפ"ד -אינטערעסאנטע אייוועלט/אידטיש וואטסעפ אנאליזירן

שליחה דורך פערינא »

דא קען מען לייגען אינטערעסאנטע קאפיפעסט אנאליזן פון וואס עס צורקעלירט.

איך האב זייער געגליכן די אנאליז פון די אייוועלט ניק קשירה בנפשו דא

ואס איז געווען די פלאן פון חמאס?

די וועלט קוקט מיט ווינדער און שפאנונג אויפן עזה סטריפ און זייערע פירער חמאס בראש, זיי ווייסן און קענען די איזרעילי שטארקקייט פון די נאנט אלזא, וואס האט זיי געמאכט גיין אויף אזא זעלבסמארד מיסיע?


די אנאלאזירער זאגן אז חאמאס האט בכלל נישט געהאט אין פלאן צו אריינגיין אזוי טיף און דורכפירן אזא מאסן מארד.

זייער פלאן איז געווען זייער איינפאך אין גרינג. שיק אריבער אפאר טויזנט זעלבסמערדער און ס'רוב פון זיי וועלן פארשטייט זיך אפגע'שחט'ן ווערן דורך די איזרעילי מיליטער, אינמיטן פון די כאאס וועלן זיי פארכאפן אפאר מיליטערלייט און פאר זיי אויסדרעשן דאס מערסטע וואס מען קען, אבער עס איז ווארשיינליך איבריג צו זאגן אז עס איז זיי ווייט נישט געגאנגען ווי געפלאנט…

די טעראריסטן זענען אריבער דעם גרעניץ און אנגעהויבן פאראויס גיין און צו זייער שאק און ווינדער האט זיי קיינער אפגעשטעלט פאר שעות אריכות, די הויפטקווארטירן האבן פארלוירן קשר מיט די טעראריסטן און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, די טעראריסטן זענען געפארן און גע'רצח'עט נאכאנאד אן אויפהער ביז מען האט זיי אפגעשטעלט.

אזוי האט זיך חמאס געטראפן מיט אן איבערגעקאכטע קאשע וואס זיי ווייסן נישט וואס צו מאכן דערפון, זייער פלאן איז געווען פאר א קליינע אפעראציע מיט אפאר פארכאפטע און זיי האבן זיך געטראפן מיט א סיטואציע וואס זיי האבן גענצליך נישט פלאנירט.

עס לאזן זיך נישט טראכטן אז זיי האבן פלאנירט פון אנהויב די מאסן שחיטה.

1) זיי האבן געוואוסט אז דאס וועט ברענגען א מאסיווע רעאקציע פון די איזרעילי מיליטער.

2) זיי האבן פארלוירן די וועלט שטיצע איבערנאכט און יעדער בר דעת פארשטייט אז נאך אזאנע רציחות פאסירט דאס די פאלעסטינער קענען זיך נישט אין זייער מצב ערלויבן צו פארלירן די שטיצע.

חמאס טרעפט זיך אין א פאזיציע ווי זיי שטייען אויס פארניכטונג און זיי קענען דאס נישט עסן.


איראן וואס האט פלאנירט און אויסשטאפירט און טרענירט די טעראריסטן זיצט צעמישט און ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן.

אזא קארטל ווערט אוועקגעלייגט פאר ארגערע מצבים, זייער צעמישטקייט שיינט ארויס פון זייערע סטעיטמענטס און דאס אז זיי האבן נישט אקטיוויזירט חיזבאללה און זייערע צעלן אין די מערב ברעג.

איראן איז אין א שווערע ספאט פון איין זייט קענען זיי נישט לאזן זייער פראקסי חמאס פאלן, פון די צווייטע זייט ווילן זיי נישט ניצן זייער חיזבאללה קארטל.


בלייבט איבער צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן.
פארשפארט