בלאט 1 פון 4

ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:32 am
דורך מנהל
טייערע חברים,

בע"ה שטעלן מיר פאר אייך היינט פאר א פארבעסערטע ווערסיע פון קאווע שטיבל, וואס נוצט נייערע סאפטוועיר, און איז בעיקר: שנעלער און מאביל פריינטליך.

עס נעמט גאר אסאך ארבייט אינגאנצן צוצושטעלן די סייט מיט אלע פרטים, און דערווייל קענען זיין אז געוויסע פיטשורס ארבייטן נאך נישט ווי עס דארף צו זיין. מיר בעטן אלע חברים זאלן אין דעם אשכול שרייבן וועגן סיי וואספארא פראבלעמען זיי שטויסן זיך אן.

מיר האלטן אינמיטן דעם ארבעט איבערצוטייטשן אלעס אויף אידיש, און דערווייל בעטן מיר יעדן צו העלפן איינער דעם צווייטן אויב זאכן זענען נישט קלאר. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

אויב איז פאראן אן עמוירדזשענסי פראבלעם, זאל מען שרייבן צו kaveshtiebel@gmail.com - אבער ביטע נאר אויב ס'איז אן עמוירדזשענסי.

מיר ווילן באדאנקען אונזער טייערן ידיד @לאשיצער, וואס האט אוועקגעגעבן א געוואלד מיט צייט און מי אויסצופירן דעם איבערגאנג מכח אל הפועל - און דאס איז חוץ דעם וואס ער שטייט אונז אייביג צו דער האנט מיט טעכנישע הילף. א גרויסן יישר כוח פון טיפן הארץ!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:47 pm
דורך קהל'ס נער
שקויעך מנהל איי לאוו יו
אזא הערליכע וועב סייט
יישר כח
טהענק יו
תודה רבה

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:51 pm
דורך שעפטאל
נאכן ווארטן און ווארטן,
טשעקן אויב ס'איז שוין אפן,
זיך רעגן אז ס'נעמט אזוי לאנג,
האבעך זיך געראכטן אז אפאר בּאג'ס זענען פארראכטן געווארן.

אבער א נייע סאפטוועיר ווערסיע!! אזוי באניצער פריינטליך!! אזוי פאון פריינטליך!! אזוי הערליך!!
דאס איז א ריזען סאפרייז!!!

ס'האט זיך געלוינט דאס ווארטן!!!

יישר כחכם מנהלים, אחראים, גבאים, ועוזרים!!!

יהי רצון אז די נייע סייט זאל זיך אויסארבטן בעסער ווי געראכטן!
כלל ישראל זאל עס געזונטערהייט ניצן לאורך ימים ושנים!!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:56 pm
דורך נוח
יישר כוח!!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:01 pm
דורך סקעפטיקער
איך האב באקומען פריוואטע הודעות איבער לייקס, אבער די לינק צו די הודעה פעלט

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
די גאנצע לייק סיסטעם קוקט אויס נישט פונקציאנירנד.
הערליכע סייט, מנהל. א דאנק פאר די ארבעט!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:06 pm
דורך שעפטאל
הודעה: כ'האב זיך איינגעשריבן אז מ'זאל נישט זעהן כ'בין דא,
כ'זעה נאכאלס מיין ניק (מיט שיעפע אותיות).

כ'בין געדולדיג, וויסענדיג אז אט די זאכן נעמען צייט, כוח, און געלט צו פאררעכטן. יישר כחכם נאכאמאל.

הערצליכען שכח פאר @לאשיצער!!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:08 pm
דורך סקעפטיקער
די פעידזש צו ווי מ'ווערט געפירט ביים געבן א לייק איז גענצליך איבעריג

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:15 pm
דורך לאשיצער
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:05 pm די גאנצע לייק סיסטעם קוקט אויס נישט פונקציאנירנד.
וואס איז די פראבלעם וואס איר האט געטראפן?

ניצנדיג א טעסט-אקאונט האב איך מיר (לאשיצער) געגעבן א לייק, און דער לייק האט זיך באוויזן אויף ק"ש און איך האב אפילו באקומען אן אימעיל מיט א לינק צו דער הודעה.

אויב וויל מען באקומען אן אימעיל מיט נאטיפיקאציעס איבער לייקס דארף מען אריינגיין אין "באניצער'ס קאנטראל פאנעל", דערנאך "סיסטעם פרעפערענצן", דערנאך "ערוך אפשרויות התראה" (מיר דארפן דאס נאך איבערטייטשן אויף מאמע לשון...) און געבן א קליק אויף אימעיל (דוא"ל) ביי "Thanks".

צום באדויערן זענען די פריערדיגע פרעפערענצן כלפי לייקס נישט אויפגעהיט געווארן מיטן איבערגאג אויפן נייעם סאפטוועיר.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:17 pm
דורך לאשיצער
... און א גרויסן דאנק אלעמען פאר אייער געדולד!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:22 pm
דורך שפילער
Wow אזוי הערליך איך האף נאר אז איך וועל מיר נישט פעררעדן דא און זאגן זאכן דא מיינענדיג אז סאיז אייוועלט... קיקט ממש אויס ווי אייוועלט
איך וויל בעטן פונעם מנהל אז ביי אקטיווע זאל מען זעהן די ערשטע הודאה נישט די לעצטע

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:30 pm
דורך אלפא
איך זע אז עקסטערנעל לינקס עפענען זיך נישט און קיין עקסטערע טעבס אזוי ווי געווענליך.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:40 pm
דורך שעפטאל
כ'מיין אז די טעגן ארבעט נישט
ווייל ס'ווערט נישט בלוי.
@שעפטאל ביסט געווארן גע'טעג'ט?

כ'האב נישט באקומען קיין נאטיפעקאציע.

(ס'איז דא א טשעק ביי "מישהו ציטט אותך בהודעה", ועכ"ז באקום איך עס נישט)

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:54 pm
דורך וואלווי
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:22 pm Wow אזוי הערליך איך האף נאר אז איך וועל מיר נישט פעררעדן דא און זאגן זאכן דא מיינענדיג אז סאיז אייוועלט... קיקט ממש אויס ווי אייוועלט
איך וויל בעטן פונעם מנהל אז ביי אקטיווע זאל מען זעהן די ערשטע הודאה נישט די לעצטע
איז דא א וועג צו קענען טוישן די קאָליר סקים?

אויב נישט ביחידות, זאל זיין בציבור על הכלל כולו?

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:01 pm
דורך לאשיצער
סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:08 pm די פעידזש צו ווי מ'ווערט געפירט ביים געבן א לייק איז גענצליך איבעריג
מסכים. דאכט זיך אז כ'האב דאס יעצט פארראכטן.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:03 pm
דורך שמואלי
אקטיווע אשכלות איז געווען א גוטע זאך ביטע בנייען

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:29 pm
דורך קהל'ס נער
שמואלי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:03 pm אקטיווע אשכלות איז געווען א גוטע זאך ביטע בנייען
ס׳ליגט ביי די דריי ליינס די רעכטע זייט אויבן.
אבער ס׳וואלט געוועהן א גיטע עצה עס צי מאכן אויפן מעין סקרין ווייל ס׳איז די מערסט באניצטע קנעפל.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:32 pm
דורך קהל'ס נער
@לאשיצער
שקויעך פאר מאכן די פלאץ דא אזוי שיין

1. די צאל תגובות און לייקס און ווען מען האט זיך איינגעשריבען לעבן די פראפייל פון א ניק איז געוועהן גאר א גוטע פיטשער, אזוי קען מען זעהן אויף א אימבאקאנטע ניק צי ער איז לעג׳יט

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:48 pm
דורך נוח
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:32 pm @לאשיצער
שקויעך פאר מאכן די פלאץ דא אזוי שיין

1. די צאל תגובות און לייקס און ווען מען האט זיך איינגעשריבען לעבן די פראפייל פון א ניק איז געוועהן גאר א גוטע פיטשער, אזוי קען מען זעהן אויף א אימבאקאנטע ניק צי ער איז לעג׳יט
ס'איז דא אויף די דעסקטאפ ווערסיע, אבער נישט אויף מאביל.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:55 pm
דורך אקטעוויסט
פשי אה! ישר כח פארן פארבעסערן די סייט!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:17 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
א גרויסן דאנק אלא עסקני ורבני ק"ש!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:10 pm
דורך איך הער..
פארוואס קען איך נישט אריינסיינען פון טעפטאלק?

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:37 pm
דורך שמעקעדיג
לאשיצער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:15 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:05 pm די גאנצע לייק סיסטעם קוקט אויס נישט פונקציאנירנד.
וואס איז די פראבלעם וואס איר האט געטראפן?
גראדע יעצט זעה איך אז מען קען יא, נאר די לייק קנעפל איז באהאלטן אין די ליסטע פון פונקציעס (ווי למשל ציטירט וכדו').

סאו נעווער מיינד, מיי מיסטעיק!