בלאט 1 פון 1

איין פייף

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:20 pm
דורך אלע צוזאמען
מדינת ישׂראל, א לאנד וואס איז די לעצטע פינף זעקס יאר צוריסן און צושפליטערט ווי קיינמאל בעפאר. וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן, וואס האט אויסגעקוקט ווי כמעט וועכענטליך, רעגירונגען זענען געגאנגען פאר זיי זענען געקומען, קאאליציעס האבן זיך פארמירט און אויפגעלעזט געווארן מיט א בלינק פון די אויג, א לאנד וואס מיליטערישע אנאליסטן האבן געהאלטן אז נאך עטליכע וואכן גייט עס אויפרייסן אין א ציווילע קריג, וואס 'בן גוריון און בעגין' וואלטן זיך געשעמט צו האבן א שייכות מיט אזא מדינה.

גאסן האבן געפלאקערט, ראוד'ס און שאסייען זענען געווען געבלאקט פאר נעכט נאכאנאנד, פראטעסטן און ראיאטן זענען אפגעהאלטן געווארן קעגן פאליטיקאנטן פון ביידע זייטן, געמיטער זענען געווען אנגעצויגן ביזן מאקסימום.....

ביז... דאס אלעס איז געקומען צו אן האסטיגע ענדע, דורך איין פייף שמחת תורה צופרי. איין עולה ויורד'יגע פייף איבערן לאנד, האט פאראייניגט דאס לאנד מיט אן אחדות וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. נישטא מער קיין רעכטע, קיין לינקע, פרומע, פרייע,ַ מזרחי'סטן מיט אנארכיסטן, אלע זענען צוריק אינעם זעלבן היים, פרומע חסידים האלזן זיך מיט די פורפיל האריגע רעים חברים, אלעס איז איינס און די זעלבע, עם אחד בלב אחד.

יעצט שטעל דיר פאר וואס גייט זיין ווען דער מלך המשיח עט בלאזן די איין בלאז, איין לאנגע תקיעה גדולה וואס גייט צוזאמנעמען אלע 16 מיליאן פלוס אידן, און זיי צוריק פאראייניגן אלס איין באדי, איין גוף, איין נשמה, מיט איין ציל, און גייט אונז צוריק אהיימנעמען צו אונזער הייליג לאנד.

Re: איין פייף.

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:01 am
דורך וואלווי
אפייפוני חבלי מות

Re: איין פייף.

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:45 am
דורך שמעקעדיג
אייפון חבלי משיח...