בלאט 1 פון 1

ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:27 am
דורך ברוך שפינוזה
לעצטע וואך איז געוועהן א פרא-פאלעסטינע ראלי אין ברוקלין קאלעדש וואו די נטורי קרתא האט זיך באטייליגט און איינער פון זייערע ווארטזאגער האט גערעדט זייער שיין (זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט ח"ו ח"ו נישט גערעדט צום זאך עפ"ל שר"י טפוי טפוי, אבער ווען ער האט זיך געעפנט דאס מויל האב איך מיך נישט געראכטן פאר אזא רייכן שפראך), יעצט באגעגן איך א קליפ פון נאך אן אנטי-ציונים רענט זיינעם
[
און איך זעה אז דער גייט ביים נאמען פון ישראל דוד ווייס. דער רעדט אזא פליסיגן און עלעקוואנטן ענגליש וואס פאסט עפעס נישט צו זיין אויסערליכן טראגע, כ'בין נייגעריג פון וואו ער קומט און וואו ער דרייט זיך, וואסערע סארט מענטשן זענען זיינע עלטערן, א.ד.ג. בקיצור, ווי קומט אן אמעריקאנער בויטשיק מיט א פליסיגן ענגליש אן צו לאנגע פאות מיט א פלאכן ביבער הוט? ווייסט איינער עפעס מער איבער דעם איד און איז גרייט צו שעירן?

דיסקלעימער, דיעס אשכול איז נישט געשטעלט אויף צו קאקן אויף די נטורי קרתא וכו' דאס איז א נושא וואס פאסט מער פאר אייוועלט, איך מיין (און האף) אז דער עולם דא האלט שוין ווייטער פון דעם, ביטע זיך האלטן צום נושא. א דאנק.