בלאט 1 פון 12

ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:27 am
דורך ברוך שפינוזה
לעצטע וואך איז געוועהן א פרא-פאלעסטינע ראלי אין ברוקלין קאלעדש וואו די נטורי קרתא האט זיך באטייליגט און איינער פון זייערע ווארטזאגער האט גערעדט זייער שיין (זעלבסטפארשטענדליך אז ער האט ח"ו ח"ו נישט גערעדט צום זאך עפ"ל שר"י טפוי טפוי, אבער ווען ער האט זיך געעפנט דאס מויל האב איך מיך נישט געראכטן פאר אזא רייכן שפראך), יעצט באגעגן איך א קליפ פון נאך אן אנטי-ציונים רענט זיינעם
[
און איך זעה אז דער גייט ביים נאמען פון ישראל דוד ווייס. דער רעדט אזא פליסיגן און עלעקוואנטן ענגליש וואס פאסט עפעס נישט צו זיין אויסערליכן טראגע, כ'בין נייגעריג פון וואו ער קומט און וואו ער דרייט זיך, וואסערע סארט מענטשן זענען זיינע עלטערן, א.ד.ג. בקיצור, ווי קומט אן אמעריקאנער בויטשיק מיט א פליסיגן ענגליש אן צו לאנגע פאות מיט א פלאכן ביבער הוט? ווייסט איינער עפעס מער איבער דעם איד און איז גרייט צו שעירן?

דיסקלעימער, דיעס אשכול איז נישט געשטעלט אויף צו קאקן אויף די נטורי קרתא וכו' דאס איז א נושא וואס פאסט מער פאר אייוועלט, איך מיין (און האף) אז דער עולם דא האלט שוין ווייטער פון דעם, ביטע זיך האלטן צום נושא. א דאנק.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:30 am
דורך שמעון וואלף
איך האב געהערט אמאל אז ער האט געלערענט אין ישיבה חתן סופר

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:36 am
דורך Nanach
איז ער נישט א בעל תשובה?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:32 am
דורך מר. קלונימוס
Nanach האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:36 am איז ער נישט א בעל תשובה?

דערווייל איז ער א בעל עבירה

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:07 am
דורך berlbalaguleh
ער איז זיכער א בעל תשובה. פון וואו דען קען ער אזוי פליסיג רעדן ענגליש?! נאר ער איז אויך א דעמאגאג און געשוואלענער עם הארץ, ער פארלייקנט פסוקים אין די תורה. אויך איז ער א כופר בביאת משיח צדקנו.

אינטרעסאנט אז ס'האט זיך נאכנישט געטראפן א פרא-פאלעסטינער זשורנאליסט וואס זאל איהם פרעגן די פשוט'ע און דירעקטע פראגע, אויב ער גלייבט אין ביאת המשיח. איין אראביש-אפשטאמיגער זשורנאליסט וואס רעדט א פליסיגן ענגליש האט איהם אמאל געפרעגט (ביי אן אינטערוויו) אויב ער איז נישט א זעלבסט האסנדער איד (סעלף-העיטינג דזשו).

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:18 am
דורך Nanach
דרך אגב
האב איך יעצט געזעהן אויף די עמוד פייסבוק פון הרב שלמה אבינר איינער פרעגט אים
שואל: האם יש לנטורי קרתא דין רודף
תשובה: לא. על עצם השאלה צריכים לעשות תשובה

זאל די אייבערשטער העלפן כמים פנים אל פנים זאל נתרבה ווערן אהבת ישראל, בפרט אין אזא תקופה….

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:40 am
דורך אלפא

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 8:42 am
דורך [NAMELESS]
פארשטייט זיך אז כ'בין בכלל נישט מסכים מיט אים אבער ער רעדט גראדע גאנץ צו די זאך פון זיין בליק

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:17 am
דורך שמן למאור
קוק אביסל אין די קאמענטס פון די ערשטע אינטערוויו, די אראבערס גייען גאגא פאר אים. די חלק פון גיין צוזאמען מיט בלוטדארשטיגע אראבערס איז זיכער נישט קיין גערעכטע זאך, אבער דאס איז קלאר אז ער בארואיגט אסאך אראבערס מיט זיין הסברה. דער סאטמאר רב האט אויך שטארק געהאלטן פון הסברה, דאכצעך אז נטרונא איז יא געגרינדערט געווארן דורך אים, אדער מיט זיין שטיצע (אפשר האב איך א טעות).
אבער מיר דאכצעך אז דאס פעלט אויך אויס אויפן וועלט, א קליינע גרופע פון משגעים וואס זאלן ווייזן פאר די אראבערס אז "נישט אלע" אידן זענען פרא די מדינה.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:30 am
דורך נחבא
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:17 am קוק אביסל אין די קאמענטס פון די ערשטע אינטערוויו, די אראבערס גייען גאגא פאר אים. די חלק פון גיין צוזאמען מיט בלוטדארשטיגע אראבערס איז זיכער נישט קיין גערעכטע זאך, אבער דאס איז קלאר אז ער בארואיגט אסאך אראבערס מיט זיין הסברה. דער סאטמאר רב האט אויך שטארק געהאלטן פון הסברה, דאכצעך אז נטרונא איז יא געגרינדערט געווארן דורך אים, אדער מיט זיין שטיצע (אפשר האב איך א טעות).
אבער מיר דאכצעך אז דאס פעלט אויך אויס אויפן וועלט, א קליינע גרופע פון משגעים וואס זאלן ווייזן פאר די אראבערס אז "נישט אלע" אידן זענען פרא די מדינה.
זאגסט אז ווען נישט נטורי קרתא וואלט ווען געווען 1500 טויטע ביי די אטאקעס לעצטע וואך?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:31 am
דורך שמן למאור
אזוי האב איך געזאגט?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:33 am
דורך נחבא
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:31 am אזוי האב איך געזאגט?
אדרבה, זאג מיר ווי קען מען ארויסקעשן דאס אז די אראבער ווייסן אז נישט אלע אידן זענען פרא מד"י?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:36 am
דורך [NAMELESS]
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:17 am קוק אביסל אין די קאמענטס פון די ערשטע אינטערוויו, די אראבערס גייען גאגא פאר אים. די חלק פון גיין צוזאמען מיט בלוטדארשטיגע אראבערס איז זיכער נישט קיין גערעכטע זאך, אבער דאס איז קלאר אז ער בארואיגט אסאך אראבערס מיט זיין הסברה. דער סאטמאר רב האט אויך שטארק געהאלטן פון הסברה, דאכצעך אז נטרונא איז יא געגרינדערט געווארן דורך אים, אדער מיט זיין שטיצע (אפשר האב איך א טעות).
אבער מיר דאכצעך אז דאס פעלט אויך אויס אויפן וועלט, א קליינע גרופע פון משגעים וואס זאלן ווייזן פאר די אראבערס אז "נישט אלע" אידן זענען פרא די מדינה.
כ׳קען דיר ניטאמאל אנהייבן צו מסביר זיין וואס פארא שטותים דו האסט דא געשריבן.

די ראדיקאלע מוסלמענער גלייכן זייער א יאהוד וואס זאל זיי העלפן צו די שחיטות, קיינער גייט נישט גאגא פאר אים. חוץ פון דעם פאקט אז ער לייקנט היסטאריע ווי א רעכטער בת היענה.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:38 am
דורך [NAMELESS]
ישראל דוד ווייס איז נישט אויפגעוואקסן פרום. זיין טאטע איז געווען א גרויסער מיליאנער און האט אים איבערגעלאזט א גרויסע ירושה מיט א ביזנעס וואס ווערט געפירט דורך זיינע ברידער. ער רייזט ארום צו אראבישע לענדער און שטיצט טעראר אין די עפנטליכקייט, האט זיך שוין געטראפן מיט די גרעסטע טעראריסטן פון כאמאס, איסלאמיק דזשיהאד און נאך.

א געפארפולער מאן.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:15 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ווער עס וויל איהם אונטערברענגען זאל שרייבן אויף סאשל מידיע אז דער חברה'מאן איז בעצם אן אגענט פון די מוסד.
וועסט זעהן ווי שנעל ער וועט ווערן א פערסאנא-נאן-גראטא

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:43 pm
דורך נחבא
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:15 pm ווער עס וויל איהם אונטערברענגען זאל שרייבן אויף סאשל מידיע אז דער חברה'מאן איז בעצם אן אגענט פון די מוסד.
וועסט זעהן ווי שנעל ער וועט ווערן א פערסאנא-נאן-גראטא
דאס איז אריינלייגן א מענטש אין א סכנה!

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:03 pm
דורך שמן למאור
יהורם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:38 am ישראל דוד ווייס איז נישט אויפגעוואקסן פרום. זיין טאטע איז געווען א גרויסער מיליאנער און האט אים איבערגעלאזט א גרויסע ירושה מיט א ביזנעס וואס ווערט געפירט דורך זיינע ברידער. ער רייזט ארום צו אראבישע לענדער און שטיצט טעראר אין די עפנטליכקייט, האט זיך שוין געטראפן מיט די גרעסטע טעראריסטן פון כאמאס, איסלאמיק דזשיהאד און נאך.

א געפארפולער מאן.
כאילו די רוצחים הרג'ענען יעצט מער וועגן זיי האבן א איד וואס שטיצט זיי?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:05 pm
דורך שמן למאור
נחבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:33 am
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:31 am אזוי האב איך געזאגט?
אדרבה, זאג מיר ווי קען מען ארויסקעשן דאס אז די אראבער ווייסן אז נישט אלע אידן זענען פרא מד"י?
דעת הקהל איז זייער וויכטיג בכלליות, נישט נאר אז אראבערס וועלן וויסן, נאר אפילו מענטשן ארום די וועלט וואס זענען פרא אראבערס. ס'איז נאריש צו פרעגן צו זיין רעדן האט געמאכט ווייניגער די הריגים ביי די אטאקע. ס'איז טאקע דא די בלוטדארשטיגע אראבערס וואס זיי גייט ער נישט בארואיגן, אבער גענוג חברה זענען בלויז אנטי ציונים נישט אנטי אידן.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:13 pm
דורך שמן למאור
יהורם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:36 am
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:17 am קוק אביסל אין די קאמענטס פון די ערשטע אינטערוויו, די אראבערס גייען גאגא פאר אים. די חלק פון גיין צוזאמען מיט בלוטדארשטיגע אראבערס איז זיכער נישט קיין גערעכטע זאך, אבער דאס איז קלאר אז ער בארואיגט אסאך אראבערס מיט זיין הסברה. דער סאטמאר רב האט אויך שטארק געהאלטן פון הסברה, דאכצעך אז נטרונא איז יא געגרינדערט געווארן דורך אים, אדער מיט זיין שטיצע (אפשר האב איך א טעות).
אבער מיר דאכצעך אז דאס פעלט אויך אויס אויפן וועלט, א קליינע גרופע פון משגעים וואס זאלן ווייזן פאר די אראבערס אז "נישט אלע" אידן זענען פרא די מדינה.
כ׳קען דיר ניטאמאל אנהייבן צו מסביר זיין וואס פארא שטותים דו האסט דא געשריבן.

די ראדיקאלע מוסלמענער גלייכן זייער א יאהוד וואס זאל זיי העלפן צו די שחיטות, קיינער גייט נישט גאגא פאר אים. חוץ פון דעם פאקט אז ער לייקנט היסטאריע ווי א רעכטער בת היענה.
ס'איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז טאקע דא אנטיסעמיטן וואס האסן יעדע איד, אבער ס'איז דא די וואס ווייסן פשוט נישט גענוג, אדער האלטן טאקע אז די ציונים האבן אקופירט די מוסלאמענע לאנד און ארויסגעטריבן די פאלעסטינער (וואס איז דאך למעשה יש דברים בגו). זיי האסן בלויז די ציוניסטישע אקופירונג, נישט אלע אידן. אין איראן וואוינען אויך אסאך אידן...

ס'איז דא גענוג פאלעסטינער וואס האסן אלע אידן בלויז ווייל זיי האלטן אז "אלע" אידן שטיצן ציוניזם. ווי מער מ'איז דאס מבחין, און מען שטעלט זיך ארויס אז נישט אלע אידן זענען פאר די ציוניסטישע אקופירונג, ברענגט דאס אז א געוויסע מאס האס זאל פארמינערט ווערן.

ליין די קאמענטס ווי געוויסע שרייבן קלאר מיט א wow אז זיי האבן קיינמאל נישט געוויסט פון אזא מציאות.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
נחבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:33 am
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:31 am אזוי האב איך געזאגט?
אדרבה, זאג מיר ווי קען מען ארויסקעשן דאס אז די אראבער ווייסן אז נישט אלע אידן זענען פרא מד"י?
זיי פרעגן א יעדן איד פאר זיי שטעכן אדער שיסן איהם אויב ער איז (ח"ו) א ציוני, רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

די ברוטאלע מערדערס פון כאמאס, ימ"ש האבן געפרעגט ביי די אלע אידן וואס זיי האבן געהרג'עט מיט גרויס רציחה אויב זיי זענען ציונים. די וועלכע זענען אנהענגערס פון די נטורי קרתא האבן זיי געגעבן א קוש און געלאזט גיין. זיי האבן נאר געהרג'עט ציונים.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:56 pm
דורך Nanach
יהורם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:38 am ישראל דוד ווייס איז נישט אויפגעוואקסן פרום. זיין טאטע איז געווען א גרויסער מיליאנער און האט אים איבערגעלאזט א גרויסע ירושה מיט א ביזנעס וואס ווערט געפירט דורך זיינע ברידער. ער רייזט ארום צו אראבישע לענדער און שטיצט טעראר אין די עפנטליכקייט, האט זיך שוין געטראפן מיט די גרעסטע טעראריסטן פון כאמאס, איסלאמיק דזשיהאד און נאך.

א געפארפולער מאן.
זיינע ברודער שעמען זיך נישט מיט אים?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
נא-נאך: זיי שעמען זיך יא. איינער פון זיינע ברודערס. א בעל בתיש'ער איד וועלכער האט חתונה געהאט (בזוו"ש) און ער פיהרט א ביזנעס. ציטערט ווען מ'דערמאנט נאר זיין (פאררוקטן) ברודער'ס נאמען.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:57 pm
דורך כפתור
https://youtu.be/QCUfNLENLZg?si=lNd9_jxXDmObmEA5
אז מ'רעדט וואס די גויים טראכטן, איז ווערט צו הערן די קליפ פון דאגלעס מארי