בלאט 1 פון 2

ארץ ישראל vs איראן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:38 pm
דורך אזוי גאר
איך פארשטיי אז איך וועל דא נישט, אקומען א פינקליכע אפשאצונג. אבער האלט איינער אז ארץ ישראל איז בכוח צו פייטען אירן
איך האלט אז אויב קענען זיי נישט פייטען חיזבאלא קענען זיי איראן זיכער נישט.

בין איך גערעכט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:41 pm
דורך זר זהב
ניין.
זיי קענען נישט פייטן חיזבאלא ווייל חיזבאלא איז נישט א לעגיטימע לאנד, זיי זענען א באנדע טעראריסטן צושפרייט צווישנעם המון עם וואס
פירן נישט קיין מלחמה לויט קיין שום פראטאקאלן.

אזוי ווי אמעריקע האט באזיגט אפגאניסטאן און איראק אין געציילטע וואכן, אבער די טעראריסטן צו באזיגן האלט מען נאך אינדערמיט...
----------------
און ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען אטאמירט גאנץ לבנון, אלעס אלעס, מאכן דאס גאנצע לאנד פאר אשפה. און לאמיר זעהן
וואס בלייבט מיט חיזבאלא. אבער צום ערשט דארף אמעריקע באמבאדירן די יו ען בילדינג אין מאנהעטטען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:21 am
דורך רומני
איראן איז א גרויסער פעיפערנע לייב מיט א גרויס מויל אזוי ווי חז"ל זאגען שוין אסתירה בלגינא קיש קיש קריא,,,,,,, א ליידיגע פושקע וואס האט וויניג געלט קלאפט שטארק.......א לאנד וואס קומט ארויס יעדע פופצען מינוט מיט א נייעם פליגער אדער מיסעל האט גארנישט.....עיין ערך סאדאם חוייסען קאדפי........ אין קוק ויאזוי באשאר אסאד מיט זיין גרויסען מיליטער קען זיך נישט קיין עצה געבען מיט אפאר פאריקיטע בירגער...... זאל נאר דער מוסלמענער אבאמה געבען א גרין לייט פאר די מדינת ישראל לופט פלאטע (וואס אגב הייסט עס פין דע בעסטע פלאטעס אין דער וועלט ) אריינשפאצירען קיין איראן וועסטו געוואר ווערען וואס אפאר יודישע ליידיגייערס קענען.........עס וועט נישט בליבען דארט א שטיין אויף א שטיין אזוי ווי זיי האבען געמאכט ביי די אטאמישע ראעקטאר אין סיריע 5 יאר צירוק אין 20 יאר צירוק אין עירעק.......

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:25 am
דורך זר זהב
קענסט נישט פארגלייכן איראן צו סיריע, איראן האט שוין פארמויערט זייער פעסט אפאר פון זייערע נוקלעארע איינריכטונגן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:50 pm
דורך אייגענארטיג
איראן זאל נאר האבו איין אטאם אין שיסן צום ציל קענען זיי אפווישן א"י

די שאלה איז א"י פראטעקטעד פאר דעם
קען מען בכלל זיין פראטעקטעד קעגען א אטאם?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:51 pm
דורך זר זהב
איראן קען דאס נישט טוהן ווייל דאס וועט הרגנען א מיליאן מוסולמענער פון אלע זייטן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:52 pm
דורך אייגענארטיג
אהא !!!!!!

אין אלא אכבאר גייט דארט עפעס נישט אן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:53 pm
דורך זר זהב
אלא אכבאר איז יעדער מענטש פאר זיך, נישט איין מענטש וואס צווינגט עס ארויף אויף מיליאנען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:54 pm
דורך אייגענארטיג
אבי גערעדט אלא אכבאר איז פאר זייער שמייליגער
אוודאי יעדע (איך געדענק נישט ווי אזוי עס רופט זיך ביי זיי) הייסט און קען הייסן אויף יעדעם והא ראי' אזוי טוען זיי טאקע !

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:56 pm
דורך זר זהב
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אוואדאי איז עס פאר זייער שמייליגן, אבער דער וואס רייסט זיך אויף טוט עס מדעת עצמו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:04 pm
דורך געפילטע פיש
אללאה אכבאר איז דער איינציגער באשעפער אין הימל, דער אחד יחיד ומיוחד.
(טאמער פארשטייסטו נישט וואס כ'מיין, גיי לערן פירוש המילות)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:07 pm
דורך זר זהב
דו רעדסט צו מיר?
I KNOW ALL OF THAT

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:25 pm
דורך נפתלי
זר זהב האט געשריבן:דו רעדסט צו מיר?
I KNOW ALL OF THAT

האסט עס שוין אמאל קאנסידערט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:29 pm
דורך זר זהב
קאנסידערט וואס?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:35 pm
דורך No_name
אויב וואלט עס געווען א נארמאלער פייט צווישן צוויי ציוויליזירטע לענדער וואלט א"י געהאט א טשאנס, אבער וויאזוי קען מען פייטן א לאנד וואס רעכנט זיך נישט מיט קיין אינטערנאציאנאלע געזעצן. אזוי ווי זר זאגט, מ'דארף נאר אז ס'זאל אויפקאכן דארט דאס קעסל, נעקסט טינג יו נאו ס'פליען ראקעטן מיט מיסילס פון אלע זייטן, און פארשטייט זיך כאמאס וועט אוודאי נישט קענען צוקוקן ווי זייערע ברודער ווארפן ראקעטן און זיי זענען נישט געלאדנט צו די פארטי, וועלן זיי אויך צולייגן א האנט.

ממלא איז מיין מיינונג קיין מיינונג.. סאררי.. איך מיין צו זאגן, ממילא איז מיין מיינונג אז אפי' זיי קענען געווינען די מלחמה ציוויליזירטערהייט, ווייל זיי האבן למעשה א שטערקערער און מער סאפיסטיקירטער מיליטער, אבער ס'איז נישט דא קיין לימיט וויפיל ציווילער פארלוסטן זיי קענען כאפן, און אין דעם פעלד - לאמיר זיך נישט נארן - זענען אונזערע שוועסטערקינדער די פראו'ס...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:58 pm
דורך אזוי גאר
איז אמת אז די סטעיט דיפאט הא געלייגט א נא פליי צו א"י?

ווי טשעקט מען נאך אזא זאך?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:03 pm
דורך נפתלי
אזוי גאר האט געשריבן:איז אמת אז די סטעיט דיפאט הא געלייגט א נא פליי צו א"י?

ווי טשעקט מען נאך אזא זאך?

די סטעיט דיפארטמענט קען נישט ארויפלייגן קיין נאו פליי אויף א"י, מסתם מיינסט א טראוועל ווארענונג
זיי לייגן דאס כסדר אויף א"י ווען די מצב איז אנגעצויגן

דא האסטו
http://travel.state.gov/travel/cis_pa_t ... _5760.html

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:25 pm
דורך זר זהב
Experts: Only US can destroy Iran's nuke program

http://www.jpost.com/IranianThreat/News ... ?id=285495

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:28 am
דורך פערינא
סתם א עבזערוועישען פון יוטוב מיט בילדער וואס איך האב בטראכט במשך די יארן. די ישראלישע סאלדאטען, זיי זענען קליינע געבויטע צוצאלעך וואס מקען גרינג ציבלאזען, ס'לאזט גאנץ גיט הערן אויף זיי איש אחד משלהם ירדוף אלף /רח"ל/ אזוי ווי איין שחור מיט א באטעל אין האנט קען פארטרייבען א חאטקע שומרים אין באראפארק.. משא"כ ביי זיי, די איראניען נעישאנאל גארד ווארפט א שרעקליכע פחד. פעסט גיבויט און זיכער מיט זיך. אדרבה טשעיק עס אליינס אויס.

אוודאי האב מיר אונז סופעריער טעקנאלידזישי. אבער די חברה דארף מען פייטען פנים אל פנים, טיר צי טיר!
די פאקט אז זיי ווארט אפ שבעים מרעים, זיבעציג אומאויפגעשניטע גרעיפ פרוכט און זיי זענען גריייט צי גיין יעדען טאג, יעדע מינוט, גיט זיי א שרעקליכע עדזש אין מלחמה. עס פילט מיר אז זייער גאנצע ארמיי קען מען לייגען און עקשעין מיט די בלויע פיל..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:34 am
דורך זר זהב
ווען איראן האט מלחמה געהאלטן מיט איראק איינס אויף איינס איז עס געווען א סטיעלמעיט פאר 8 גאנצע יאר!! אוודאי זיי זענען מסתם בעסער איצט פון 1988, אבער אזוי איז אויך איראק פילפאכיג בעסער געווען אין 2003 און מיט דעם אלעם האט אמעריקע זיי איינגענומען אין 3 וואכן! סוי קום מיר נישט מיט קיין ווידיאס. אין מיין אפיניאן איז איראן ניטאמאל א פאפירענעם הונט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:40 am
דורך פערינא
זר זהב האט געשריבן:ווען איראן האט מלחמה געהאלטן מיט איראק איינס אויף איינס איז עס געווען א סטיעלמעיט פאר 8 גאנצע יאר!! אוודאי זיי זענען מסתם בעסער איצט פון 1988, אבער אזוי איז אויך איראק פילפאכיג בעסער געווען אין 2003 און מיט דעם אלעם האט אמעריקע זיי איינגענומען אין 3 וואכן! סוי קום מיר נישט מיט קיין ווידיאס. אין מיין אפיניאן איז איראן ניטאמאל א פאפירענעם הונט.



די אשכול איז וועגען ארץ ישראל, נישט אמעריקע

וויר דענקט ווי די ישראלים זענען אנטלאפען פון לעבענאן ווי קליינע פלעיקס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:42 am
דורך זר זהב
אהא. הייסט דו קלערסט אפילו אז איזרעאל גייט אינוואדירן איראן... נו נו. -- און פון לבנון זענען זיי געגאנגען צוליב די יו ען רעזעלוציע וואס ביידע זייטן האבן אנגענומען.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:45 am
דורך טראכט
איראן האט היינט אויפגעשפילט איר נייע לופט דעפענס סיסטעם, וואס זי זאגט איז גרייט אפצושלאגן יעדע אמעריקאנע אטאקע אויף זייער נוקלעארע רעאקטער, ווארענענדיג דערביי אמעריקע און מדינת ישראל אז א יעדע אטאקע אויף זייער באדן וועט תיכף שטארק אפגענפערט ווערן.
לינק
.......
איך בין דזשאסט נייגעריג אויב ח"ו מדינת ישראל וואלט זיי באמבארדירט, און א גרויסער אמעריקאנער מלחמה שיף שווימט אין די געגנט, צי זיי וואלטן זיך דערוואגט ארויסצושיסן איין גראנאט?!!....