נח - גלייב אין דיר אליין!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

נח - גלייב אין דיר אליין!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין אנהייב פון אונזער פרשה דערציילט אונז די תורה הקדושה די השתלשלות פון נח, דער אִישׁ צַדִיק תָּמִים וועמען השי"ת האט געראטעוועט פונעם שרעקליכן מבול וואס איז געקומען אויף די וועלט אין זיינע צייטן, ווי אויך די תיבה וואס נח איז באפוילן געווארן צו בויען, כדי צו קענען אריינגיין דארט מיט זיין גאנצע משפחה און זיך באשיצן פונעם מבול. און די תורה זאגט טאקע נֹחַ אִישׁ צַדִיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ, אז נח איז געווען א צדיק תמים, תמים איז א לשון פון שלימות, גאנץ אָן א פעלער, ער איז שטענדיג געגאנגען מיט'ן אייבישטער און געטוהן דעם רצון השי"ת.

ווי באקאנט ברענגט רש"י צוויי פשטים אויף דעם וואס די תורה איז דא מדגיש "בְּדֹרֹתָיו". עס זענען דא וואס דרש'ענען און לויבן נח לשבח אז די תורה מיינט צו זאגן 'אפילו אין זיין שוואַכע דור איז ער געווען א צדיק' און אויב וואלט ער געלעבט אין א דור פון צדיקים וואלט ער געווען נאך א גרעסערע צדיק, און עס זענען דא וואס דרש'ענען דעם פסוק לִגְנַאי און זיי זאגן פארקערט, בעצם איז נח נישט געווען אזא גרויסע צדיק, נאר 'לויט זיין דור איז ער געווען א צדיק', נאר צווישן רשעים קען מען איהם רעכענען פאר א צדיק, אבער "ואילו היה בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום - אויב ער וואלט געווען אין די צייטן פון אברהם אבינו, וואלט ער בכלל נישט פאררעכנט געווארן ווי א צדיק, ער וואלט געווען גערעכנט ווי גארנישט".

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז אביסל ווייטער ברענגט רש"י נאך א מחלוקת, אויפן פסוק "צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה" וואו נח איז באפוילן געווארן צו מאכן א זאך וואס וועט באלייכטן די תיבה, זאגט רש"י אז ס'דא וואס לערנען אז דאס מיינט א פענסטער וואס דורך דארט קומט אריין ליכטיגקייט, און ס'דא וואס לערנען אז עס מיינט א "אבן טובה המאירה להם" א דיימאנט שטיין וואס שיינט און מאכט ליכטיג.

לאמיר זיך אפשטעלן און באמערקן, אז פון אלע ענינים פון נח, די תיבה, די מבול, וכדומה, ברענגט נישט רש"י קיין מחלוקת'ן און חילוקי דיעות בנוגע די פרטים, נאר ביי די צוויי אויבנדערמאנטע ענינים ברענגט רש"י אז עס זענען פארהאן צוויי וועגן צו לערנען, וואס האט זיכער א כוונה וואס דאס קומט אונז לערנען.

וואס באדייט דער ענין פון מקצת שבחו לפניו
אביסל ווייטער אין די פרשה געפונען מיר, אין די צייט וואס הקב"ה באפעלט פאר נח אריינצוגיין אין די תיבה, וַיֹּאמֶר ה' לְנֹחַ בֹּא... אֶל הַתֵּבָה כִּי אֹתְךָ רָאִיתִי צַדִּיק לְפָנַי בַּדּוֹר הַזֶה, און דא ווערט נח אנגערופן בלויז מיט'ן נאמען 'צדיק' אליינס, און עס ווערט נישט דערמאנט אז ער איז געווען א 'צדיק תמים' אזויווי עס שטייט פריער. ברענגט רש"י וואס חז"ל זאגן "מכאן שאומרים מקצת שבחו של אדם בפניו, וכולו שלא בפניו" וויבאלד השי"ת האט דא גערעדט צו נח, דערפאר שטייט נאר 'מקצת שבחו' א חלק פון זיין לויב, ווייל ווען א מענטש הערט וואס מ'רעדט וועגן איהם דערמאנט מען נישט זיין גאנצע שבח, און נאר שלא-בפניו דעמאלטס קען מען ארויסברענגן אלע זיינע מעלות.

וואס דאס אליינס איז א שטיקל וואונדער, צו דען ביי אזא צדיק תמים ווי נח איז אויך דא אַן ענין פון נישט דערמאנען זיין גאנצע לויב? איז דען געווען א חשש פון גאוה אדער התנשאות ח"ו? דער אייבישטער האט מורא געהאט אז נח וועט זיך גרויסהאלטן אויב וועט ער הערן אז מ'זאגט אויף איהם אז ער איז א צדיק תמים?. און בכלל, פארוואס ווערט דער לימוד ארויסגעברענגט דווקא דא ביי נח, וואס פאר א שייכות האט עס מיט נח און מיט די לימוד פון אונזער פרשה?.

די גרויסקייט פון טוהן לפנים משורת הדין
די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא (דף פ"ג.) אז דער אמורא רבה בר בר חנא (אדער לויט טייל גירסאות רבה בר רב הונא) האט אמאל געדינגן אידישע ארבייטער וואס זאלן איהם אריבערפירן א פאַס וויין פון איין פלאץ צום אנדערן, למעשה זענען זיי נישט געווען פאָרזיכטיג און זיי האבן צובראכן דעם פאס. איז געגאנגען רבה און ער האט אוועקגענומען פון זייערע מלבושים אלס אן אפצאָל אויף די שאדן וואס זיי האבן איהם געמאכט.

זענען די ארבייטער געגאנגען צו רב און זיי האבן איהם דערציילט וואס רבה האט זיי געטוהן, האט רב באפוילן פאר רבה אז ער זאל זיי צוריקגעבן זייערע קליידער, האט רבה געפרעגט, אזוי איז דער דין? בין איך דען מחוייב זיי עס צוריק צו געבן נאכדעם וואס זיי האבן מיך מזיק געווען?, האט איהם רב געענטפערט מיט א לשון הפסוק אין משלי (ב' כ') "לְמַעַן תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ טוֹבִים" אז א איד דארף גיין אין די וועגן פון די גוטע, דאס הייסט אז מען דארף טוהן "לפנים משורת הדין" און כאטש על פי הלכה ביסטו טאקע גערעכט און זיי דארפן דיר גאר באצאלן אויף די שאדן, אבער עס פּאַסט אז דו זאלסט מוותר זיין און זיי צוריקגעבן זייערע בגדים.

דערנאך האבן די ארבייטער זיך ווייטער באקלאגט צו רב אז זיי זענען ארימעלייט, און דא האבן זיי פארברענגט א גאנצע טאג און זיך מטריח געווען מיט'ן פאס וויין, און צום סוף האבן זיי גארנישט פארדינט פון די ארבעט. האט רב באפוילן פאר רבה אז ער זאל באצאלן פאר די ארבייטער זייער געהאלט וואס עס וואלט זיך זיי געקומען פאר זייער ארבעט. האט רבה ווייטער געפרעגט "אזוי איז דער דין? איך דארף זיי נאך באצאלן?!", האט איהם רב געענטפערט מיט די סיפא פון די זעלבע פסוק, "וְאָרְחוֹת צַדִּיקִים תִּשְׁמֹר" דו זאלסט היטן די וועגן פון די צדיקים! דאס הייסט אז א צדיק גייט אפילו אזוי ווייט לפנים משורת הדין, הגם זיי האבן איהם שאדן געמאכט און עכט וואלטן זיי איהם געדארפט באצאלן, דאָך וועט א צדיק פאַרקוקן און מוחל זיין אויף זיינע אייגענע חשבונות, און רחמנות האבן אויף ארימע מענטשן וואס האבן נישט פארדינט קיין געלט פון זייער ארבעט...

הכלל, לערנען מיר דא גאנץ קלאר אין די ווערטער פון חכמינו ז"ל, אז עס איז פארהאן א חיוב פון "וְאָרְחוֹת צַדִיקִים תִּשְׁמֹר", אויב איינער וויל זיין א צדיק, ער וויל זיך פירן באמת בשלימות, דאן איז נישט גענוג צו טוהן בלויז וואס די הלכה איז מחייב, דאס איז צו ווייניג פאר א צדיק, נאר א צדיק טוט לפנים משורת הדין, ער זוכט אייביג וואס ער קען 'מוסיף' זיין נאך, מיט וואס קען ער יוצא זיין מער ווי זיין פליכט וואס שטייט אין שולחן ערוך, ער באגנוגט זיך נישט מיט'ן טוהן דאס וואס מען דארף.

דורך טוהן לפנים משורת הדין ווערט מען א צדיק
און אדרבה, דא ליגט די סוד פונעם צדיק, טאקע דאס אז דער צדיק זוכט מער, און פארלאנגט פון זיך צו טוהן בעסער און שטערקער, אט דאס מאכט איהם פאר א צדיק און א חסיד. צומאל פירט זיך א מענטש מיט די כללי ההלכה און די דקדוק הדין, ער פאלגט אלעס וואס מען הייסט איהם, אבער ער איז נישט גרייט צו מאכן אפילו איין טריט ארויס פון די גדרי החיוב, ער וויל נאר טוהן וואס מען מוז, און מער פון דעם גארנישט. אבער דאס האלט איהם אפ פון שטייגן העכער און אנקומען אסאך ווייטער, ווייל ער זוכט נישט צו טוהן דעם אמת'ן רצון השי"ת פון לפנים משורת הדין.

וואס אגב, איז דאס א בפירוש'ע מצוה אין די תורה, אין פרשת ואתחנן (דברים ו' י"ח) "וְעָשִׂיתָ הַיָשָׁר וְהַטוֹב בְּעֵינֵי ה'" אז א איד דארף זעהן צו טוהן דאס וואס איז ריכטיג און גוט אין די אויגן פון השי"ת, און ווי רש"י ערקלערט דארט בשם חז"ל אז הַיָשָׁר וְהַטוֹב בְּעֵינֵי ה' "זו פשרה לפנים משורת הדין" דאס איז ווען א איד מאכט א פשרה, ער איז מוותר אפילו ווען עפעס קומט זיך איהם על פי הלכה, און ער פירט זיך לפנים משורת הדין. אט דאס איז יָשָׁר וְטוֹב בְּעֵינֵי ה'...

און דאס איז נישט נאר נוגע ביי דיני ממונות אדער ביי עניני בין אדם לחבירו ווען מ'דארף מוותר זיין אויף געלט לפנים משורת הדין, אדער מ'דארף יענעם מוחל זיין און דן זיין לכף זכות. נאר דאס איז נוגע אויף יעדע טריט און שריט אין רוחניות און עבודת השי"ת. א איד קען זיין א 'שמח בחלקו' און זיך באגנוגן מיט דעם וואס ער ערפילט זיין חוב בין אדם למקום, און זאגן אז דאס לעבן איז איהם פונקט גוט אזויווי עס איז יעצט, ער טוט זיך דאס זייניגע און יוצא געווען, ער דארף נישט טוהן מער ווי מען פארלאנגט פון איהם.

אבער איינער וואס שטרעבט אויף העכערס, ער וויל מקיים זיין דעם וְאָרְחוֹת צַדִיקִים תִּשְׁמֹר, ער וויל זיין א אמת'ע צדיק וואס טוט הַיָשָׁר וְהַטוֹב בְּעֵינֵי ה', אזא איינער זוכט שטענדיג וואו נאך ער קען עפעס אויפטוהן אדער בעסער מאכן, וואס נאך קען ער צולייגן אויף זיין רוחניות'דיגע רשימה? אפשר קען ער משפיע זיין אויף זיין חבר, אפשר קען ער דינען אלס א דוגמא פאר אנדערע, אפשר קען ער נאך אביסל ארויסקריכן פון זיין באקוועמליכקייט און טוהן עפעס מער פארן אייבישטער.

נח האט זיך באגנוגט מיט'ן טוהן נאר די עיקר
ווי עס איז באקאנט שטייט פון צדיקים אז די חסרון פון נח איז געווען אז ער איז נאר געווען א צדיק פאר זיך, ער האט זיך אליינס געפירט ווי עס דארף צו זיין און געטוהן דעם רצון ה', אבער ער האט נישט אויסגעלערנט פאר זיין דור, ער האט זיך נישט אפגעגעבן מיט זיי, ער האט נישט משפיע געווען אויף זיי, און ער האט נישט געארבעט זיי מחזיר בתשובה צו זיין.
וואס לויט ווי מיר שמועסן איז דאס אט די זעלבע ענין פון טוהן לפנים משורת הדין. נח איז טאקע געווען א צדיק תמים, ער האט זיך געפירט מיט תמימות און שלימות, ער האט געפאלגט און אויסגעפירט דעם רצון ה' מיט מסירות נפש ממש, עס איז בכלל נישט געווען קיין לייכטע עבודה צו בויען א תיבה במשך הונדערט און צוואנציג יאר בשעת ווען די גאנצע וועלט שטייט פון ארום און לאכט, קיינער האט איהם נישט געגלייבט אז עס גייט קומען א מבול, ווי אויך ברענגט רש"י ווייטער אויפן פסוק (ז' י"ג) בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה בָּא נֹחַ וְשֵׁם וְחָם וָיֶפֶת וגו' אֶל הַתֵּבָה, אז די מענטשן פונעם דור האבן געסטראשעט נח און געזאגט אז אויב זיי וועלן איהם זעהן אריינגיין אין די תיבה וועלן זיי צוברעכן די תיבה און איהם הארגענען... בקיצור, עס איז געווען א שטיק מסירות נפש פון נח'ס זייט זיך צו האלטן געטריי און ערליך צום דבר ה' און אויספירן זיין שליחות מיט'ן בויען די תיבה און זיך צוגרייטן צום מבול.

אבער דאס אליינס איז געווען די שטרויכלונג פון נח, ווי מיר האבן פריער דערמאנט פון צדיקים, טאקע דאס אז ער האט זיך באגנוגט און געווען צופרידן מיט זיין עבודה און זיין אויספירן דעם דבר ה' און ער האט געהאלטן אז מיט דעם האט ער שוין יוצא געווען און געענדיגט זיין גאנצע תפקיד אויף די וועלט, דערפאר האט ער נישט זוכה געווען ארויסצוגיין מיט נאך א גרעסערע מסירות נפש און פראבירן ערוועקן די הערצער פון די מענטשן אין זיין דור אז מען דארף תשובה טוהן, ער האט נישט משתדל געווען זיי מקרב צו זיין לאביהם שבשמים.
די צוויי אופנים פון באלייכטן

בדרך רמז קענען מיר ערקלערן, אז די צוויי הנהגות זענען מרומז אין די צוויי פשטים וואס רש"י ברענגט אויפן פסוק צֹהַר תַּעֲשֶׂה לַתֵּבָה, אויב נח האט געמאכט א פענסטער אין די תיבה אדער ער האט אריינגעלייגט א אבן טובה וואס שיינט און לייכט. א אבן טובה האט טאקע א הערליכע שטראל און א ליכטיגקייט, אבער עס איז באגרעניצט, עס האט נאר די כוח וואס עס פארמאגט אין זיך צו באלייכטן און אזויפיל קען עס טאקע שיינען און לייכטן, אפילו אויב מ'וועט עס גוט אָפּפּיצן און אפרייבן וועט עס שיינען נאך אביסל שענער, אבער מער פון דעם נישט.

דאגעגן א פענסטער איז א פתח, עס איז אַן עפענונג, ס'איז אפן צום הימל, צום דרויסנדיגן שיין, און אפן צו יעדע מציאות און צו יעדע אפציע פון ליכטיגקייט, און עס האט טאקע פיל מער ווי א אייגענע און באגרעניצטע כוח. א פענסטער האט די מעגליכקייט אריינצולאזן די פולסטע שטארקייט פונעם זון, עס האט די יכולת צו קענען אדורכלאזן דורך זיך די גרעסטע און די שטערקסטע ליכטיגקייט וואס עס איז נאר פארהאן אין די וועלט.

און דאס איז טאקע די מחלוקת צווישן די צוויי פירושים, אין וועלכע מדריגה נח איז געווען, איז ער געווען בלויז ווי א אבן טובה וואס האט א באגרעניצטע שיין, ער האט געטוהן די רצון ה' וויפיל מ'האט פארלאנגט פון איהם אבער נישט מער, אדער האט ער געעפנט א פענסטער, זיך אויפגעמאכט צו א פיל העכערע און שטערקערע שיין וואס האט נישט קיין גרעניץ, די שיין פון טוהן לפנים משורת הדין און אסאך מער ווי וואס מען דארף.

די קשר מיט די יש דורשים לשבח און לגנאי
און דאס גייט ממש געקניפט און געבינדן מיט די קומענדיגע מחלוקת וואס רש"י ברענגט אויף תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו, "יש מרבותינו דורשים אותו לשבח, כל שכן שאלו היה בדור צדיקים היה צדיק יותר" עס זענען דא וואס דרש'ענען נח לשבח אז ער איז געווען א צדיק מיט די גרעסטע מאָס שלימות, און אויב וואלט ער געלעבט אין א מער ערליכע דור וואלט ער געשטיגן און געוואקסן אסאך גרעסער, דאס הייסט אז נח איז געווען אפן פאר די גרעסטע און שטערקסטע ליכטיגקייט, ער האט געטוהן אויך לפנים משורת הדין און געזוכט משפיע צו זיין און אויפטוהן מער ווי זיין חיוב, און דעריבער אויב וואלט ער געלעבט אין א דור וואס איז ראוי, און די מענטשן ארום איהם וואלט געווען גרייט מקבל צו זיין פון איהם, דאן וואלט ער טאקע געשיינט און געלאכטן אסאך אסאך מער.

אבער די יש דורשים לגנאי לערנען, "לפי דורו היה צדיק, ואילו היה בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום", נח איז געווען א צדיק פשוט ווייל ער האט געלעבט אין יענע דור פון רשעים און ער האט זיך געהאלטן ערליך און געטריי צום רצון ה' און נישט געווארן נאכגעשלעפט נאך די שלעכטע מעשים פון די ארומיגע מענטשן, ער איז געווען א צדיק פאר זיך אליינס אזויווי די אבן טובה וואס האט איר אייגענעם שיין, א באגרעניצטע און קליינע ליכטיגקייט, אבער מער פון דעם האט ער נישט געטוהן, ער איז נישט ארויסגעגאנגען שרייען אין די גאסן אז מען דארף חוזר בתשובה זיין און טוהן דעם רצון ה'.

און ממילא "אילו היה בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום" אויב וואלט ער געלעבט אין די דור פון אברהם אבינו, וואס חז"ל זאגן אונז אויף אברהם אז ער איז געווען דער "אב המון גויים" ער האט משפיע געווען פאר די גאנצע וועלט, ער האט מפרסם געווען דער שֵׁם ה' איבעראל און באלאכטן יעדע ווינקל, אברהם און שרה האבן געמאכט גֵרים און זיי מקרב געווען תחת כנפי השכינה, זייער געצעלט האט געהאט נישט בלויז איין טיר נאר פיר טירן אויף אלע פיר זייטן, ווייל דאס איז געווען די מהות פון אברהם אבינו צו טוהן מער ווי מען דארף, זיך נישט צו באגנוגן מיט אביסל, נאר טוהן אסאך. און דעריבער אויב נח וואלט געלעבט אין יענעם דור וואלט ער גארנישט געווען חשוב, ווייל ער איז אינגאנצן נישט געגאנגען אין דעם דרך פון אברהם אבינו.

און דער ענין איז אויך מבואר אין די ווערטער פון רש"י אויף די ווערטער "אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ", זאגט רש"י אז נח איז בלויז געגאנגען 'צוזאמען מיט'ן אייבישטער' כיבכול, אבער ביי אברהם אבינו שטייט "הִתְהַלֵּךְ לְפָנַי וֶהְיֵה תָמִים" אז אברהם אבינו איז געגאנגען פאָראויס, כביכול פארן אייבישטער, און ער האט נישט געדארפט אז מ'זאל איהם אונטערהאלטן און העלפן ביים גיין.

דהיינו, דאס איז געווען די אונטערשייד צווישן נח און אברהם, נח גייט בלויז 'אֶת הָאֱלֹקִים' צוזאמען מיט'ן אייבישטער, ער טוט נאר וויפיל מען דארף און וויפיל ער איז באפוילן געווארן, און ער איז צופרידן מיט וויפיל ער טוט די רצון השם. אבער אברהם אבינו לויפט פאָראויס, ער זוכט מער, ער גייט ווייטער און צילט העכער, צו טוהן וויפיל מער ער קען מרבה צו זיין כבוד שמים אויף די וועלט.

מקצת שבחו בפניו כדי נישט זיך צו באגנוגן מיט וואס מ'טוט
דערמיט קומען מיר צוריק צום ענין פון "מקצת שבחו בפניו" וואס מיר לערנען פון דעם וואס הקב"ה האט געזאגט פאר נח כִּי אֹתְךָ רָאִיתִי צַדִּיק לְפָנַי בַּדּוֹר הַזֶּה, און ער האט נישט דערמאנט די שלימות פון נח, ער רופט איהם נישט אָן א צדיק תמים כדי נישט צו דערמאנען די גאנצע שבח, און מיר האבן געפרעגט צו דען איז געווען א חשש אז נח וועט חלילה ווערן א בעל גאוה דורכ'ן הערן זיין גאנצע לויב?.

נאר לויט ווי מיר דערהערן דא, קען זיין אז עס ליגט אין דעם א גאר טיפע נקודה, דער אייבישטער האט נישט געוואלט דערמאנען די גאנצע שבח פון נח, טאקע צוליב דעם אז נח זאל זיך נישט באגנוגן מיט זיין שלימות, נח זאל נישט שפירן ביי זיך אז ער איז שוין אנגעקומען צום ציהל און צום תכלית פון שלימות און תמימות, און מער האט ער שוין נישט וואס אויפצוטוהן. דעריבער האט השי"ת נאר דערמאנט מקצת שבחו בפניו, ווייל א מענטש דארף אלעמאל דערהערן אז ער האלט נאך ווייט, ער האט נאר געטוהן בלויז א מקצת, א קליינע חלק פון זיין תפקיד, אבער ער קען נאך זוכן און זיך אנשטרענגן צו טרעפן וואס נאך ער קען אלס צולייגן און וואס ער קען נאך אויפטוהן פארן אייבישטער.

קומט אויס אז עס איז נישט צוליב א חשש גאוה אדער התנשאות, נח וואלט אודאי געבליבן דער זעלבער צדיק אפילו נאכן הערן זיין גאנצע שבח, נאר עס איז פשוט געווען אוועקצונעמען דעם טיטל פון שלימות, צו ווייזן א רמז אז די 'אָרְחוֹת צַדִיקִים תִּשְׁמֹר' איז נאך א לאנגע וועג אויף וואס מ'קען גיין און גיין א גאנץ לעבן און נישט ענדיגן, און עס איז אלעמאל דא וואו צו זיין א מוסיף והולך...

נח האט נישט געגלייבט אין זיין גרויסע כוח
ווי פאסיג זענען די הייליגע רייד פונעם קדושת לוי זי"ע וואס פרעגט אויף די ווערטער פון רש"י (ז' ז') "אף נח מקטני אמנה היה, מאמין ואינו מאמין שיבא המבול" אז נח איז געווען א קליינע מאמין ח"ו און ער האט נישט אינגאנצן געגלייבט אז ס'וועט טאקע קומען א מבול. פרעגט דער קדושת לוי, וויאזוי קען מען זאגן אזא זאך אויף נח וואס די תורה הקדושה איז מֵעִיד אויף איהם אז ער איז געווען א איש צדיק תמים, און בכלל, פארוואס טאקע האט נח נישט מתפלל געווען מבטל צו זיין די גזירה פון די מבול.

זאגט דער קדושת לוי זי"ע בתוך דבריו הקדושים: ויש צדיק אחד שעובד הבורא ב"ה והוא שפל בעיני עצמו מאוד ומאוד וחושב בלבו מי אני שאתפלל לבטל הגזירה, לכן אינו מתפלל לבטל, אמאל איז דא א צדיק וואס האלט זיך קליין און נידריג און ער מיינט אז ער איז נישט ראוי מתפלל צו זיין, ער קלערט ביי זיך ווער בין איך צו קענען מבטל זיין א שלעכטע גזירה?... ונח הגם שהיה צדיק גדול ותמים, היה קטן בעיניו מאוד, ולא היה לו אמונה בעצמו שהוא צדיק מושל ויכול לבטל הגזירה, אדרבה היה חשוב בעיניו כשאר הדור... וזה שפירש רש"י אף נח מקטני אמנה היה, רצה לומר נח היה קטן בעיניו באמונה שהוא צדיק תמים שיכול לבטל הגזירה, שלא היה חשוב בעיני עצמו כלום. און טאקע דאס איז געווען די חסרון פון נח, ער האט נישט אנערקענט זיין יכולת און זיין גרויסקייט, און דערפאר האט ער נישט מתפלל געווען צו ראטעווען זיין דור פונעם מבול, און דאס מיינט רש"י מיט די ווערטער "מקטני אמנה היה" נח האט געהאט א קליינע אמונה אין זיך אליינס, ער האט נישט געגלייבט אין זיין כוח, און דאס איז געווען זיין חסרון, עד כאן דבריו הקדושים.

א איד טאר קיינמאל נישט אונטערשאַצן זיינע כוחות!
קומט אויס פונעם הייליגן קדושת לוי, אז די חסרון פון נח איז געווען אט דאס אז ער האט זיך אונטערגעשאצט! ער האט נישט אנערקענט די אוצר וואס ער האט באמת פארמאגט. און לכאורה נישט בלויז אין דער ענין פון תפלה, נאר אין זיין גאנצע הנהגה, נח האט געהאט אין זיך צו א שטארקע ביטול און ענוה און עס איז איהם נישט בייגעפאלן אז ער האט מער און גרעסערע כוחות אין זיך, ער האט נישט געקלערט אז ער קען ארויסגיין אין די גאסן און אויפשטורעמען א וועלט, ער האט נישט גע'חלומ'ט אז ער איז ביכולת צו ברענגן א שינוי לטובה אין זיין דור, און אויב וועט ער זיך אנגארטלן מיט שטארקייט און מוט אזויווי זיין אייניקל אברהם אבינו און זוכן צו פארשפרייטן מער ליכטיגקייט אין די וועלט, וועט ער קענען! ער האט נישט געוואוסט אז ער קען משפיע זיין אויף אנדערע און אז ער קען מתפלל זיין פאר אנדערע און מבטל זיין די שלעכטע גזירה, און דערפאר האט ער עס טאקע נישט געטוהן.

און אט די לעכטיגע ווערטער דארפן שטיין פאר אונזערע אויגן אין יעדן מצב! א איד טאר קיינמאל נישט אונטערשאצן זיין כוח און זיין גרויסקייט! דאס הייסט, מיר טארן נישט זיין צופרידן מיט וויפיל מיר טוען און זאגן אז מיר האבן שוין געטוהן גענוג און יוצא געווען, נאר מיר דארפן אלעמאל זוכן וואו נאך מיר קענען צולייגן, אפשר קען איך זיין א מוסיף והולך? אפשר קען איך לערנען אביסל מער אדער דאווענען אביסל בעסער?, ווי אויך אפשר קען איך משפיע זיין פאר אנדערע? קען איך מאכן א שינוי לטובה אין מיין שטוב, אין מיינע נאנטע, אין מיינע חברים, קען איך עפעס אויפטוהן אויף זיי?, וואו קען איך אריינלייגן נאך כוחות און טוהן לפנים משורת הדין, כאטש עס קען טאקע זיין אז איך פאר זיך האב שוין יוצא געווען די מינימום, אבער וואס קען איך טוהן נאך פארן אייבישטער...

איי וועט א איד פרעגן מיט שפלות "ווער בין איך דען צו טוהן גרויסע זאכן?!" איך בין דאָך נישט קיין צדיק און נישט קיין רבי אדער משפיע... אבער דאס איז געווען די טעות פון נח אז ער איז געווען מקטני אמונה און נישט געגלייבט אין זיינע כוחות. ווען ער וואלט געוואוסט אז ער קען דאן וואלט ער דאָך געטוהן נאך און נאך, ער וואלט מחזיר בתשובה געווען זיין דור, ער וואלט מתפלל געווען און גע'פועל'ט אז עס זאל אינגאנצן נישט קומען קיין מבול. און מיר דארפן ארויסלערנען פון דא נישט צו מאכן די זעלבע טעות, נאר וויסן אז מיר ווייסן קיינמאל נישט וואס מיר קענען אלס באווייזן גדולות ונצורות!.
ו
עכשיו ביותר, יעצט ווען מיר שטייען אנהייב פון א פרישע זמן, מען טרעט אריין אינעם נייעם יאר, דארף יעדער איד מאכן השתדלות נישט צו זיין א מסתפק במועט, נישט צו זיין צופרידן מיט'ן יוצא זיין, נאר מקיים זיין "וְעָשִׂיתָ הַיָשָׁר וְהַטוֹב בְּעֵינֵי ה'" צו טוהן וואס דער רבוש"ע וויל באמת פון מיר, אסאך מער ווי וואס איך מיין אז איך קען...

והעולה על כולנה, ווען מיר שטייען נאך אלס ליידער אין א עת צרה ליעקב, ווען עס הערשט א מצב סכנה און מלחמה אין ארץ ישראל און די וועלט, ווען די שונאי ישראל זענען עומדים עלינו לכלותינו, טאר א איד טאקע נישט אונטערשאצן זיין כוח, נאר מיר דארפן וויסן און גלייבן וויפיל אונזערע תפלות טוען אויף, וויפיל יעדע קאפיטל תהלים קען שפאלטן הימלען און מבטל זיין שלעכטע גזירות, איעדע דבר שבקדושה איז אויסטערליש גרויס, איעדע קלענסטע פעולה פון א איד האט די מעגליכקייט צו טוישן די מציאות אין די וועלט, און נישט זיין פון די קטני אמונה וואס גלייבן נישט ריכטיג אין אונזער כוח און אין די כוח פון כלל ישראל.

איז לאמיר עפענען אונזערע פענסטער'ס ברייט, די חלון וואס נעמט אריין אין זיך די ענדלאזע שיין פון די זון, און געבט אונז אויך דעם מעגליכקייט ארויסצושיינען, לאמיר אויסברייטערן אונזער השתדלות, אונזער יגיעה, און אונזערע תפלות, ובשם ה' נעשה ונצליח!

לסיכום געדענק:
• וְעָשִׂיתָ הַיָשָׁר וְהַטוֹב בְּעֵינֵי ה' איז א מצוה צו טוהן דאס וואס איז ריכטיג און גוט אין די אויגן פון השי"ת, מוותר זיין און טוהן לפנים משורת הדין.
• די עיקר עבודה פון א צדיק איז צו טוהן לפנים משורת הדין, מער ווי עס פארלאנגט זיך, דארט ליגט די גדלות און דאס שטייגן פון א איד.
• נח האט אונטערגעשאצט זיינע כוחות און נישט געוואוסט וויפיל כוח ער האט מתפלל צו זיין און משפיע זיין אויפן דור. לאמיר אנערקענען אונזערע געוואלדיגע כוחות און זיין מוסיף
והולך, צולייגן מער, שטרעבן העכער, און זיך נישט באגנוגן מיט וואס מען מוז.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: נח - גלייב אין דיר אליין!

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט