בלאט 1 פון 1

די ביקס הרג'עט נישט, דער מענטש הרג'עט!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 9:37 am
דורך קאך_לעפל
דער ערשטער מאן וואס ס'האט זיך געקענט ערלויבן די לוקסוס צו וואוינען מיט צוויי ווייבער – איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער געראטענער זון פון רבינו מתושאל רבי למך. פארוואס האט ער געדארפט אזוי נויטיג צוויי ווייבער? דאס איז געווען צוליב דעם וואס ער האט געהאט גאר גרויסע באדערפענישן. מיט איין ווייב האט ער זיך באנוצט צו האבן א נאכפאלגערשאפט פון קינדער, און איר נאמען איז געווען מרת עדה. און דאס צווייטע האט ער געברויכט פאר זיינע פערזענליכע באדערפענישן... און איר נאמען איז געווען מרת צלה.

דאס איז די ערשע מאל אין די אלוועלטליכע היסטאריע, ווי א פּאָליגאמיסט אקט איז עמטליך דאקומענטירט. צום לויב פון למך דארף מען זאגן, האט ער נישט קאַסטראַטירט זיין ווייב צלה, אזוי ווי די שפעטערדיגע פּאָליגאַמיסטן פלעגן זיך צו פירן – אזוי אז דאס פרוי זאל נישט פארשוואנגערט ווערן און פארלירן איר שיינקייט. נאר ער האט געהאט קינדער פון ביידע ווייבער סיי פון עדה און סיי פון צלה. וואויל איז אים.

פון עדה איז אים געבוירן געווארן יבל און יובל, און פון צלה איז אים געבוירן געווארן תובל קין און זיין שוועסטער נעמה. נעמה איז געווען א זעלטענע שוינהייט פון א מיידל, אזש די צוויי הימלשע מלאכים עזאל און שמחזי האבן מקנא איר זעלטענע שוינקייט... אזש זיי האבן איינגעשטימט אראפצונידערן פון אונטערן כסא הכבוד און געלאנדעט אויפן בארג חרמון – צפון ארץ ישראל, און אנגעהויבן הייראטן די טעכטער פון די ערד. אין רעזולטאט זענען געבוירן געווארן די מעכטיגע ריזן וועלכע האבן פארטינקלט דאס שיין פון די זון מיט זייער הויכקייט.

נעמה זעלבסט, ברענגט דער רמב''ן פון מדרש, איז געווען דאס ווייב פון שמדון די מוטער פון אשמדאי דער קעניג פון די שדים. זי איז געווען איינע פון די פיר מוטערס וועלכע האבן געבוירן די אלוועלטליכע שדים: לילית, נעמה, אגרת און מחלת – פון די דאזיגע פיר פרויען זענען געבוירן געווארן די שווארצע באנדעס פון די נישט גוטע. רש''י זאגט אבער אז זי איז גאר געווען די ווייב פון נח. אבער ווי באוויסט איז פון די קינדער פון קין און הבל גארנישט געבליבן, און לויט די דאזיגע רש''י איז גאר נעמה די מאמע פון יעדע איינציגע באשעפעניש אין די מילך וועג גאלאקסיע...

דער רמב''ן זאגט אז דער למך איז גארנישט געווען אזא גרויסער למך נאר אין קאנסטראסט, ער איז גאר געווען זייער א קלוגער מאן און העכסט געלונגענער פארשוין. ער האט אויסגעלערנט פאר זיינע דריי זון פרישע חכמות. פאר יבל האט ער אויסגעלערענט וויאזוי צו פאשען שאף און רינדער, פאר יובל האט ער אויסגעלערענט די חכמה פון מוזיק און מוזיקאלישע אינסטרומענטן, און פאר תובל קין, האט ער אויסגעלערנט וויאזוי צו פאבריצירן וואפן פון אייזן. דאס לעצטע איז אים ענווענטועל צוריק געקומען בייסן פון אונטן...

ווען די ווייבער פון למך האבן זיך דערוויסט אז ער האט אויסגעלערנט קין-הבל צו פאַבריצירן וואפן, האבן זיי מער נישט געוואלט האבן מיט אים קיין אינטימע באציאונגען. זיי זענען געווען ליבעראלן און זיי האבן נישט געהאלטן פונעם צווייטן אַמענדמענט אז ציווילע מענטשן האבן א רעכט צו טראגן אנגעלאדנטע רעוואלווערס אויף זייער לענדן. אבער דער למך האט דאס נישט געקענט איבערטראגן, דאס גוף זיינע האט געפאדערט דאס זייניגע. ווי מיר האבן פריער ערווענט האט ער געהאט א שטארקע געברויך פאר זיינע אינטימע באדעפענישן... האט ער פארפאסט א רירענדע פאעזיע צוריק צו געווינען זייערע הערצער:

האט למך געזאגט פאר עדה און צלה, הערט מיין שטימע, ווייבער פון למך, הערט אויס מיין געזאנג: האב איך דען געהרג'עט א מענטש, אז זיינע וואונדן זאלן זיך אינדענטיפיצירן מיט מיך? בין איך דען א קינד צו עמיצער'ס ביילן? זיבן מאל אזוי שטארק וועט די באשעפער זיך נוקם זיין אין דער וואס וועט הרג'ען זיידע קין, ווייל ער האט זיך מתוודה געווען אויף זיין זינד. וועט למך לעבן נאך זיבן און זיבעציג יאר.

למך האט זיי געזאגט אזוי צו זאגן, ביקסן הרג'נען נישט, נאר שלעכטע לייט א שטייגער ווי מיין זיידע זז''ג קין הרג'נען. און ער האט זיך ניטאמאל באנוצט מיט געווער צו הרג'נען זיין ברודער הבל, ער האט אים גע'הרג'עט מיט די בלויז הענט! און אפילו דאן האט אים דער אויבישטער פארלענגערט זיין גרימצארן, און הייס געשווארן נקמה אין וועמען ס'וועט אים הרג'נען. מיינט עטס אזוי צו זאגן אז אויף מיר זעלבסט, וואס כ'האב קיינמאל נישט גע'הרג'עט קיין מענטש אין מיין לעבן, דאס גאנצע וואס כ'האב בלויז געטאן איז אויסגעלערנט פון מיין זון ווי אזוי צו ערצייגן מאשין ביקסן און קאַלאַשניקאָוועס, וועט דער באשעפער זיך נישט מער דערבארעמען אויף מיר מער ווי אויף זיידע קין?

ס'איז נישט קלאר פון די פסוקים צי די פראגרעסיווע צערטליכע עדה און צלה, האבן זיך געלאזט איבערבעטן פון דעם צווייטן אַמענדמענט ראדיקאל רבי למך...

Re: די ביקס הרג'עט נישט! דער מענטש הרג'עט!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:56 am
דורך טאמבל סאס
נו, אז דער זיידע זז"ג הארגעט איז דאך עס אונזער מסורה..