בלאט 1 פון 1

קלימאטן טויש טיים-ליין

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:57 am
דורך אלפא
א קורצע צייט-ליניע אויף קלימאטן טויש און די אקטיוויטעטן ארום דעם.

חלק א'


1769 – שנת ה"א תקכ"ט, איז די יאר וואס דזשעימס וואט פון סקאטלאנד האט ארויסגענומען א פאטערן פאר זיין נייע געדאנק פון א סטיעם ענדזשין – א מאשין געטריבן אויף קוילן/פארע.
SteamEngine_Boulton&Watt_1784.jpg
דאס איז געווען א געוואלדיגע ערייכונג אין די טעכנאלאגישן פעלד און האט איינגעפלאנצט די ערשטע קערנדלעך צום באקאנטן אינדוסטריאלע רעוועלוציע, וועלכע האט געטוישט די וועלט זינט דאן.
די געדאנק האט פארלאנגט דאס פארברענען טאנען פון קוילן, וועלכע לאזן נאך זיך אסאך CO2 (קארבאן דייאקסייד) אין די אטמאספערע.


1856 – שנת תרט"ז, איז יוניס ניוטאן פוט - Eunice Newton Foote פון ניו יארק געווען די ערשטע צו שרייבן א פאפיר איבער פאטענציאלע אטמאספערע הייצונג וואס קומט ארויס פון די פארמערטער CO2 ארויסרינונג, דאס איז געקומען נאך אן עקספערימענט וואס זי האט געטון פריוואטערהייט מיט א צילינדער אנגעפילט מיט CO2 לאזענדיג עס אונטער די זון שטראלן און די היץ שטאפלען האבן זיך דראמאטיש געהויבן אינערווייניג.
Eunice_Foote_-__Circumstances_Affecting_the_Heat_of_the_Sun's_Rays__(1856).png
איר פאפיר האט נישט באקומען די נויטיגע אויפמערקזאמקייט בשעתה, נאר א צווייטע פיזיסיסט דזשאן טינדער פון איירלאנד האט מיט 3 יאר שפעטער דורכגעפירט ענליכע און מער סאפיסטיקירטע עקספערימענטן דערויף (עס איז נישט באקאנט צו ער האט געזען די פריערדיגע פאפיר דערויף אדער נישט)
Tyndall_setup_for_looking_at_aerosols.jpg
און איז געווארן די פירענדע נאמען איבער קלימאטן סייענס. אייגענטליך איז איר פאפיר געווען איגנארירט און אפי' אומבאקאנט ביז יארע 2010 ווען א רעטייערטע סייענטיסט האט געטראפן אירע ווערק ציטירט אין אן אנטיק דזשורנאל.


1930'ס – תר"ץ יארן, איז אין אמעריקע פארגעקומען אן ערשיינונג פון שטויב שטורעמען, עס איז געקומען אין רעזאלט פון נאטורליכע ווינטן אויסגעמישט מיט מענטשליכע פעלערן צו פארזיכערן די טריקענהייט שטאפלען פון די ערד,
Farmer_walking_in_dust_storm_Cimarron_County_Oklahoma2.jpg
עס האט געפירט צו א געשאצטע 2.5 מיליאן איינוואוינער צו דארפן פארלאזן זייער היים און מיגרירן צו אנדערע ערטער.


1956 – תשט"ז, איז אין לאנדאן אריין א געזעץ גערופן Clean-Air Act צו פארזיכערן ריינערע לופט אין די געגנט, דאס איז געקומען נאך צוויי עפיזאדן מיט פארשמוצטע לופט איינס וועלכע האט אפגעשטעלט די גאנצע שטאט, און די צווייטע וואס האט צוגעפירט צום טויט פון איבער 4000 מענטשן.
עס איז נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס א פראוו פאר אזא אקט איז דורכגעפירט געווארן, אבער יא דאס ערשטע וואס איז אריבער מיט סוקסעס, און האט געעפנט דעם פרעצעדענט פאר לעגאלע אקטיוויטעטן ארום נאטורליכע קאטאסטראפעס.


1958 – תשי"ח, עפענט זיך אין האוואי די ערשטע אבסערוואטארי צו מעסטן CO2 שטאפלען,
2017-MaunaLoaObservatory.jpg
ביז דאן האט מען געהאלטן אז די ים זאפט איין רוב פון די גאזן אין די אטמאספערע, איז געקומען קארל קילינג און געוואלט עקספערימענטן די ריכטיגע שטאפלען אין די אטמאספערע – אוועק פון באוואוינטע און אינדוסטריאלע געגענטער – האט ער אויפגעשטעלט א מעסטונג באזע אויף די מאונא לאע בארג, ווי ער האט פארשטאנען איז די פאסיגסטע פאר דעם פראיעקט, און עס האט טאקע געברענגט צום ליכט פרישע דאטא איבער אטמאספעריק CO2, סיי די כוואליעס וואס זעט זיך אן יעדן סעזאן, און מער וויכטיג – די ליניע וואס עס נעמט ארויפצו מיט יעדן פארבייגייענדע יאר.
CO2 ווערט געמאסטן אין PPM (parts-per-million), ווי עס האט געהאלטן ביי 313 ווען די מעסטן פראיעקט האט זיך אנגעפאנגען, גרייכענדיג אריבער 420 אין יארע 2022.

Re: קלימאטן טויש טיים-ליין

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 7:57 pm
דורך אלפא
חלק ב'

1965 – שנת תשכ"ו, די דעמאלסדיגע אמעריקאנער פרעזידענט לינדען דזשאנסאן ווערט געווארנט פון זיין סייענס עדווייסארי טיעם איבער די גרינהויז אפעקט וואס שאפט זיך דורך מענטשליכער CO2 אין די אטמאספערע, זאגענדיג אז עס קען האבן ערענסטע ווירקונגען אויף די קלימאט און אויף די מענטשהייט ביז אזוי נאנט ווי יארע 2000,
די פרעזידענט האט דעמאלס אדרעסירט די קאנגרעסס ווארנענדיג איבער די געפאר וואס מענטשליכע Fossil fuels שטעלט פאר די ענוייראנמענט.


1969 – תשכ"ט, אין סאן פראנסיסקא פארמירט זיך אן ארגעניזאציע 'פריינט פון די ערד', צו פראקלאמירן א בעסערע און מער יושר'דיגע וועג פון לעבן,
מיט צוויי יאר שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט אינטערנאציאנאל, די ערשטע אקט פון די ענגלישע 'ערד'ן פריינט' איז געווען א מאסיווע קאמפיין צוריקברענגענדיג טויזענטער ליידיגער פלעשלעך אין פארנט פון די שוואפס געטראנקען פירמע, ארויסצוברענגען די קאנצעפט פון 'ריסייקלען' וואס איז דאן נאך געווען אומבאקאנט.


1970 – תש"ל, אין ניו יארק, ארום 20 מיליאן מענטשן פאזאמלען זיך אויף די געסער צו דעמאנסטרירן פארבעסערטע ענווייראמענטאלע באשיצונג אלס טייל פון די 'ערד טאג' – 22 אפריל.
פילע געסער אין די סיטי זענען פארמאכט געווארן און טויזענטער פארזאמלען זיך אין צענטראל פארק, צייכענענדיג אפ א פרישע קאפיטל אין מאדערנע ענווייראמענטאלע באוועגונגען, ביים ענדע יאר האט פרזידענט ניקסאן טאקע אווועקגעשטעלט די 'ענווייראמענטאלע באשיצונג אגענטור'. און דאס טאג ווערט באצייכנט און צעלעברירט ביז היינט צוטאגס אלס גלאבאלע ענווייראמענט טאג.
ny times.png

1987 – תשמ"ז, פאליטיקאנטן איבערן גאנצן וועלט נעמען זיך צאם אין מאנטרעאל קאנאדע און באשטומען די ערשטע אוניווערסאל אפמאך איבער די באהאנדלונג פון די מענטשליכע אקטן וועלכע שעדיגן די ענווייראמענט.
עס איז דעמאלס באשטומט געווארן צו פארבאטן די CFC כעמיקאל, וועלכע מען האט אנדעקט אז עס שעדיגט איינער פון די שיכטן וואס האלטן אפ שענדליכע שטראלן פון אריינדרינגען אין די אטמאספערע. און זינט דאן זעט מען טאקע פארמינערטע שאדן צו דעם ספעציפישן שיכט.