פויל אדער קלוג? איבער פילאזאפיע, פסיכאלאגיע, און סאציאלאגיע.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 725
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2231 מאל

פויל אדער קלוג? איבער פילאזאפיע, פסיכאלאגיע, און סאציאלאגיע.

שליחה דורך אלפא »

אין א לעצטיגע שמועס מיט מיין ווייב איבער צייט וואס ווערט פארשוועמט אנליין (שאפינג, פארום'ס, סאשעל מידיע, מאוויס, נייעס, לערנען, א.א.וו.) האט זי גע'טענה'ט אז עס איז ברור אז האבן 'אינטערנעט' איז א פראבלעם, און מאכט די מענטש במקצת הילפסלאז אנקעגן די כח המושך דערפון. די איינציגסטע אמת'ע וועג ארויס איז עס נישט צו פארמאגן..
איך (ווי אן אויפגעקלערטע..) האב גע'טענה'ט, אז לא הנחש ממית, ס'איז נישט די אינטערנעט וואס איז די פראבלעם, עס איז די מענטש וואס נוצט עס נישט ריכטיג און קען זיך נישט קאנטראלן, וואס איז די פראבלעם..
נאך מער האב איך צוגעלייגט, נעם למשל איינער וואס ליינט אסאך - ער איז אדוק דערצו - ער האט א דאפעלטן פראבלעם, קודם די פאקט אז ליינען ציט אים ארויס פון דאס רעאליטעט, אבער בעיקר טאקע די פאקט אז עס קומט קיינמאל נישט אן צו קיין עקסטרעים וואו ער זאל בכלל אנערקענען די ערשטע פראבלעם.. דהיינו, נוצן אינטערנעט עקסעסיוו ברענגט למעשה פאר א רעכט דענקיגן צו אנערקענען אין זיין פראבלעם דערמיט פריער אדער שפעטער, וואס קען האפענטליך צופירן צו אייגענע גדרים ארום דעם אויב וויל ער בלייבן מן הישוב. משא''כ מיט עפעס וואס איז באמת אויך א (שטיקל) פראבלעם פאר די פראדוקטיווע פונקיציע פונעם מענטש נאר עס איז גענוג קליין עס צו פארווישן, איז דאך די אלטימעט פראבלעם גרעסער ווייל עס האט די פאטענציאל צו בלייבן אונטער די קארפעט...
[דא קומט אריין די שאלה וואס הייסט א פראבלעם? אויב איז עס א טרעיט וואס שטערט למעשה נישט, איז עס פראבלעמאטיש? וואס טוט זיך מיט עני עדיקשאן וואס שטערט נישט קיינעם? איז עס נאר א פראבלעם ווען מ'האט התחייבות'ן צו א משפחה? איך באצו מיר צו דעם שפעטער..]
וואס יא? דאס אז מ'ווערט aware איבער די אייגענע נטיות און לעכער פלאס איינזען די צורך עס צו פארבעסערן ברענגט אליין די ישועה – עס פאלט אין פלאץ צום סוף.
זי האט מיר צוריק-געטענה'ט אז עס איז אלס פיין און וואויל, למעשה זעט זי מיר (-און אויך זיך אליין) איבערגענומען און קאנטראלירט ביי די אינטערנעט, און עס איז שיין צו זיין קלוג און aware איבער די אייגענע פראבלעמען – און ווי זי טענה'ט נוץ איך עס בס"ה צו פארדעקן די פוילקייט פון זיך נעמען אין די הענט אריין..
ע''כ הקאנווערזאציע. (לייגענדיג מיין פריוואטע שלום בית אין א זייט פאר יעצט..)

ס'נישטא וואס צו רעדן אז זי האט א נקודה.. (זיכער ווילאנג די פראבלעם איז נאך דא, און די סאלושען איז אונטער קאגניטיווע קאנסטרוקציע...) און אויבן אויף איז גערעכט אז מ'דארף זיך נעמען אין די הענט אריין אן קיינע תירוצים.
עס האט מיר געמאכט אביסל איבער טראכטן מיין צוגאנג צו אסאך זאכן וואס איך בטבע נעם אן אלס מונח און אלס עפעס וואס פארלאנגט מחשבה, צייט, און געדולד ביז עס טוישט זיך - לעומת די צוגאנג אז מ'דארף נעמען שטייפע שריט צו עלימינירן א פראבלעם כמו שהוא - צו מיין צוגאנג קומט טאקע פשוט פון פוילקייט צו נעמען די נויטיגע שריט אדער האט עס באמת אן אחיזה ראציאנאלערהייט אויך?

גראדערהייט איז מיר אויפגעשווימען אן אלטע באקאנטע חילוק אין פסיכאלאגיע וואס איך ווייס צו זאגן צווישן די פסיכא-אנאליטישן מהלך און די CBT מעטאד. נעמליך, די געדאנק אונטער CBT איז גאנץ פשוט (וואס דערפאר האט עס מער פאפוליסטישע שטיצע..) אז א מענטש האט א פראבלעם דארף מען טוישן זיין קאגניטיווע צוגאנג צו די זאך און דאן אריינטרעינען די ביהעיוויער מיטצושפילן מיט די נייע- פארבעסערטע מהלך המחשבה. למשל איינער ליידט פון OCD דארף מען אים אויפקלערן אז עס פעלט נישט אויס צו איבער טון די זאך/זאכן אזוי פיל מאל, מ'טשעלענדזשד זיין פרעסעפשאן וויאזוי ער קוקט עס אן, און דאן צווינגט מען אריין די מעשים מיט ריאינפארסירענדע מהלכים ביז עס גראדט זיך אויס.. (עס איז כמובן אווער סימפליפייד)
פסיכא-אנאליסיס בויט זיך דערקעגן אויף די הנחה אז די סאלושען ליגט אין די הענט פון דעם מענטש זעלבסט, ס'רוב מענטשן דארפן נישט קיין עצות זיך ארויסצוזען פון א פלאנטער – אויב נאר איז די צורך גענוג גרויס וואלטן עצות שוין פון לאנג געהאלפן, עס איז ענדערש עפעס טיפער ווי דאס וואס מאכט די מענטש סטאק. די מחשבות זענען אויך נישט די שורש פון די פראבלעם, אדרבה ווען עפעס איז ראנג איז די מחשבה ס''ה נאך א שרייפל וואס ווערט אפעקטירט, און יעדע 'פראבלעם' מיט וואס די מענטש מוטשעט זיך אויך נאר א סימפטאם פון אינערליכע קוועטשערייען, וואס יא? די עיקר פראבלעמען שאפן זיך אין די סאב-קאנשעס מיינד (-בעסער געזאגט אנ-קאנשעס) ווי געפילן ווערן פראגראמירט פון געבורט אן - און פריער - ווי די ווייערינג געשעט אין די פריע שטאפלען אין די מענטשס דעוועלאפמענט, און ווען עפעס איז נישט בסדר דארט גייען די נאכפאלגן זיין כאדאראם, די עצה זיך ארויסצוזען פון א פראבלעם איז דורכ'ן אריינקריכן טיף אין די זעל און אפלערנען דעם אייגענע נפש – פארשטיין וואס פירט צו צום פראבלעם, קענען קאנטעינען די געפילן וועלכע פירן דערצו, עלעמינירן די דיפענס מעכאניזמ'ס וועלכע האלטן אפ פראגרעס - אזוי ארום וועלן די סאלושענס שוין ממילא נאכפאלגן ווען די זאכן וועלכע האלטן עס אפ פאלן אוועק.. (#אווער-סימפליפייד)

די חילוק צווישן די צוויי ליגט אין צוויי נקודות, קודם אין די פריאריטעט פון טעראפי, צו איז טעראפי געמאכט צו עלימינירן (פראגמאטישע) פראבלעמען - וואס דאן איז CBT די געוואונטשענע אפציע לכאו'. אדער איז עס געמאכט זיך בעסער ארויסצוהאבן און לעבן מער אפען און אמת'דיג (וועלכע עלימינירט גראדע אסאך סימפטאמאטישע פראבלעמען by the way) ווי פסיכא-אנאליסיס איז קעניג.
צווייטנס, מער אן אונטערליגענדע פילאזאפישע חילוק, וואס הייסט בכלל א פראבלעם? פסיכא-אנאליסיס פארשטייט אז לעבן פארמאכט פון זיך אליין איז א פראבלעם כשלעצמו, אן דעם צו עס ווייזט סיפטאמען (וואס איז לא ימלט כמעט..) און מיט סיפטאמען דיירעקט איז פון די אנדערע זייט נאריש זיך צו באשעפטיגן, סיי ווייל די שורש ווערט נישט אויסגעהיילט און עס קען צוריקקומען כסדר מיט נייע פארמען, און סיי ווייל עס איז געלייגט עפארט אויף א פאלשן פלאץ און באמת וועט א געזונטער מענטש זיך ממילא אליין אן עצה געבן מיט זיינע פראבלעמען.. בעת וואס CBT קעירט נישט פאר די טיפערע חלק – וואס א חילוק ווער איך בין? זיי זעען א פראבלעם מיט יעדע זאך וואס שטערט פון אנגיין למעשה, און די עצה איז עס צו שיסן וויאזוי נאר מעגליך.
מ'זעט טאקע א ספליט ווען ס'קומט צו אפלייען די צווי אין פראקטיק, ווי אין אמעריקע לדוגמא ווי א גרויסע קולטוארע געוויכט ליגט אויף ביזנעס און פאקטישע סוקסעס, איז CBT זייער פאפולער, ווייל די תוצאות זענען quantifiable (אזוי אויך נעמט עס אסאך ווייניגער RAM פאר איינער וואס איז פארנומען מיט אנדערע זאכן). מענטל העלט אינסטוטוציעס גלייכן דאס אויך שטארק ווייל עס איז ביליגער און מער עפישאנט פאר די פראקטישע תוצאות מיט וואס זיי ווילן זיך טרעפן (הגם עס איז נישט אזוי פשוט, ווי שטודיעס ווייזן אז מ'פאלט כסדר צוריק דערפון און מ'דארף אפטמאל צוריקקומען פאר ווייטערדיגע הילף..). לאידך גיסא אין אייראפע און אזוי אויך ביי יחידים וואס קוואליטי רעכנט זיך ענדערש, וועט מען זען א געגייעכטץ מער צו דעם אנאליטישן בעטל, וועלכע נעמט טאקע אסאך לענגער, אזוי אויך איז נישט אייביג קלאר וואס מען איז קונה – פראקטיש גערעדט, אבער די לעבן ווערט בכל אופן רייכער, צופרידענער, טיפער, און אטאמאטיש גיבט מען זיך בעסער אן עצה מיט פראבלעמען אויפן וועג... (#פון עקספיריענס..)

[נאך א נושא איז דא ווען ס'קומט צו נפשיות'דיגע פראבלעמען, דאס אז עס איז זייער אסאך מאל נישט דעפיינד וואס די פראבלעם איז, צו עס איז אין די מענטש אדער אין די מצב ארום, לדוגמא, ווען איינער איז אין א מערידזש און עס טויג נישט, איז ער די/א פראבלעם? אדער אפשר טויג די מעטש טאקע נישט?
בענין זה טוט זיך יעצט איבער 'קאנווערשאן טעראפי' וואס איז א טעראפי געצילט צו 'אויסגראדן' דעם מענטש פון 'קראנקע' נטיות, אבער די וואס זענען דערקעגן שרייען אטע דאס אז וויבאלד אביעקטיוו איז נישט שייך צו זאגן אז די סארט נטיות זענען קראנק (חוץ אויב מ'האט געוויסע רעליגיעזע פריקאנסעפשאנס וכדו') איז עס אן אומרעכט אריינצוצווינגען א מענטש פסיכאלאגיש אין א זאנע ווי ער באלאנגט נישט נאטורליך.
-טענה'ן אז די וואס פארן אפ דארפן טעראפי, פאלט אריין אין די זעלבע קאטעגאריע, ווען פון איין זייט קען זיין אז די ריכטיגע וועג איז צו בלייבן אין די רעליגיע, און דאס נטייה ארויסצוגיין דארף (און קען) ווערן 'געהיילט', און פון די צווייטע זייט קען זיין אז פאר דעם מענטש איז רעליגיע נישט די אביעקטיווע 'נאטורליכע' סטאטוס ואדרבה דאס ארויסגיין איז געזונטער/בעסער פאר אים. הקיצור, אפלערנען און אפ'פסק'נען וואס א 'פסיכאלאגישע' פראבלעם איז, גייט האנט ביי האנט מיט די פילאזאפיע פון וויאזוי די אלטימעט 'ריכטיגע' און 'געזונטע' וועג קוקט אויס פאר דעם מענטש וואס איז זייער סוביעקטיוו.
CBT איז נארמאל מער נוטה צו האבן פריקאנסעפשאנס איבער די 'ריכטיגע' וועג, ווייל עס צילט דאך ערגעץ. אנאליסיס איז באופן כללי מער אפען צום דיירעקציע ווי די קליענט אליין וויל פירן זיין לעבן, וויבאלד די נקודה איז דאך 'אים' ארויסצוהאבן... הגם עס איז אייביג לא ימלט אז דעם טעראפיסטס השקפה זאל נישט שפילן קיין ראלע אין זיין וועג פון אפלערנען דעם קליענט אויך.]


נאך א נושא וואס איך וויל דא אריינברענגען איז די פאליטישע אויסקוק אויף די וועלט, ובעיקר די טיילונג צווישן די 'רעכטע' לאגע און די 'לינקע' לאגע. אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן דערויף, און פארשטייט זיך עס איז דא פילצאליגע אנגלען צו צונעמען דעם נושא, וואס איך וויל אבער - איז נישט זיך פארלייגן אויף רעטאריק אדער אויף בייעסעס און עוולות וואס ביידע זייטן באגייען אין זייערע מיסיעס. ענדערש צום יסוד המחלוקת. וואו הייבט זיך אן די שפאלט צווישן די צוויי השקפות? וואס ליגט אונטער די הויפענעס פון פייערדיגע מערכות צווישן ביידע זייטן?
וואו מ'קען גרינג אנהייבן איז ביי די גלייכבארעכטוגונג געדאנק פון וואס די לינקע האלטן באופן כללי, לעומת די רעכטע וועלכע האלטן מער פון פריוואטע רעכטן. דהיינו, די רעכטע האלטן אז פריוואטע רעכטן קומט פאר די קאלעקטיווע גוטס, און אנדערע ווערטער עס איז נישט בארעכטיגט פאר קיינעם (די גאווערמענט בפרט..) איבער צו טרעטן איינעמס פריוואטע רעכטן פאר די טובה פון די ציבור, וואס דאס רעזאלט און האלטן פון לימיטעד גאווערמענטס, גאן רעכטן צו פארטיידיגן די אייגענע רעכטן, רעכטן צו זאגן וואס מ'וויל, רייכע מענטשן זענען נישט מחוייב קיין הויכע שטייער אויסצוהאלטן ארימער מענטשן, א.א.וו. [וועלכע בויט זיך בעיקר אויף די 'ליבערטעריאן' פילאסאפיע]. די לינקע זענען בדרך כלל נוטה צו יוטיליטעריעניזם וועלכע קוקט אויף די אלגעמיינע און קאלעקטיווע גוטס ענדערש ווי אויף די טובה פונעם יחיד. זיי וועלן זוכן צו אריינשטעלן גלייכבארעכטוגונג און זיך זארגן פאר מינאריטעטן וועלכע ווערן פארזען אדער אונטערדרוקט אין סאסייעטי, און אויסהאלטן ארימע אויפן חשבון פון די רייכע וכו'.
[אליבא דאמת זענען דא נאך אסאך סניפים אין וועגן אפצולערנען די חילוקים ווי יעדער איינער געבן זיין אנאליז, און פון בען שפירא וואס רייסט אראפ די לינקע פארן זיין אוממאראליש אדער אומראציאנאל, ביז די אלע וואס רייסן אים אראפ פארן זיין ראסיסטיש, איז דא נאך אסאך מהלכים אינצווישן. וידוע די מאמר פון טורטשיל, איינער וואס איז אונטער 30 און איז נישט קיין ליבעראל האט נישט קיין הארץ, אבער איינער וואס איז איבער 30 און איז נישט קיין קאנסערוואטיוו האט נישט קיין מח..
(זע אויך דא)]

נאך אן הויפט טייל איז דאס אז קאנסערוואטיוו איז דא מער פאר טראדיציע און רעליגיע ווס ליבעראל וואס איז דא פאר פראגרעס און מאדערנקייט. מ'קען עס אבער לייגן אונטער איין שירעם מיט די פריערדיגע בעת אייגענע רעכטן איז געווען מער טראדיציאנאל אין די פארצייטישע הייארכיעס, משא"כ 'פארשטיין' און אפלערנען סאסייעטי איז מער א מאדערנע זאך... אזוי אויך זענען דא זייער אסאך פלעצער ווי עס אווער-לעפט איינס די אנדערע, ואכמ"ל.
[עס איז א הינדל-איי אבזערוואציע צו רעליגיע שפילט אריין אין קאנסערוואטיווע איידעאלאגיעס אז עס איז דא א גוטע פאוער און א שלעכטע פאוער, און אז מענטשן זענען נישט אלטימעטלי אין טשארדזש וכו', אדער ווייל מ'האלט אזוי האלט מען אויך פון רעליגיע..
באמת קענען זייער אסאך זייטיגע פאקטארן פארוואס א יחיד זאל נוטה זיין צו רעכטס אדער לינקס, עס איז נישט מוכרח קיינמאל וואס פירט צו צו וואס...]


די שאלה הייבט זיך אבער באמת אן פריער, ווי אזוי דארף א פערפעקטע סאסייעטי אויסזען? וואס מיינט דזשאסטיס? איז שייך פערפעקשאן – איז דאס עפעס צו וואס מ'דארף בכלל צילן? דא קומען די לינקע אריין גאנץ שטארק, אז דזשאסטיס מיינט equality, די איידעאל סאסייעטי איז טאקע ווען יעדער איז גלייך סיי מיט אפארטוניטיעס און סיי מיט תוצאות, אויך זענען זיי ביי די מיינונג (מער אנטי-רעליגיעז) אז מיר קענען קעיר נעמען פון די וועלט אליין – און דערפאר איז עס טאקע מוטל אויף די מענטשהייט די אחריות עס צו פארבעסערן, און די לענדער (-ע"פ רוב מער דרום לענדער) אדער ראסעס (-שווארצע, פרויען,) וועלכע זענען פאר דורות געווארן קאלאניאלייזד/סופרעסד/פארקנעכטעט אונטער די עליטע, האבן פארלוירן געוויסע אפארטוניטיעס מיט די צייט וועלכע שפילט יעצט אריין אין זייערע הונטערשטעליגקייט, דערפאר איז עס אונזער אחריות זיי צוריקצושטעלן אויף די פיס און געבן אפי' מער ווי עס קומט זיי ביז זיי קומען אן צום לעוועל צוזאמען מיט יעדעם.. די רעכטע פון די אנדערע זייט (חוץ וואס בהשקפה האלטן זיי אז פאררעכטן די וועלט באלאנגט נישט פאר די גאווערמענט/עליטע/געלערנטע/אדער בכלל מענטשהייט..) טענה'ן אז יושר איז ממילא אומגרייכבאר, די הונטערשטעליגער גייען ממילא אייביג בלייבן הונטערשטעליג (- קוק נאר ווי די פרויען זענען בכלל נישט מצליח אין די 'מענער' ראלעס, עס מאכט חרוב סאסייעטי. די שווארצע זענען די מערסטע קרימינאלן – שוין לאנג נאכן באפרייאונג, און די פאלעסטינער גייען בלייבן וויקטים'ס נישט קיין חילוק וויפיל רעכטן מ'זאל זיי צוטיילן) און סתם נאכגעבן כסדר איז נאר אומ'יושר פאר דער וואס דארף מוותר זיין, ממילא איז די ציל ענדערש אז יעדער זאל פרייערהייט קענען נוצן זיינע רעכטן און ריסארסעס צום מאקסימום (#קאפיטאליזם..).
וואס ליגט דא בהבלעה איז זייער א וויכטיגע נקודה, די שאלה צו דזשאסטיס קען פארפילט ווערן, און צו עס איז אונזער ארבייט אויסצוגראדן אלטע אומרעכטן, איז לכאו' די טיפסטע שפאלט צווישן ביידע זייטן. ווייל באמת איז נישט געמאכט געווארן קיין אביעקטיווע טעסטס צו זען צו אויב אלעס אנדערש פאלט טאקע אין פלאץ (cetris paribus אין עקאנאמיקס..) קענען די ארימער זיך שטעלן אויף די פיס, אדער צו די שווארצע קענען זיך אויסמענטשלען אויב נאר עלימינירט מען אלע פריקאנסעפשאנס און זיי האבן מער צוטריט צו עדיוקאציע וכדו' פאר א דור צוויי. עס איז אייביג דא די לינקע וואס צייכענען צו צו געוויסע יחידישע אנעקדאטן ווי פרויען/שווארצע האבן יא מצליח געווען נאכן זיי צושטעלן די ווידער-גוט-מאכונג, און פארקערט איז דא די רעכטע וואס צייכענען אן די אומסוקסעספולע אויסגאנגן פון אסאך פראוון. עס קען זיין עס איז א שאלה פון געדולד, דהיינו מ'דארף עס פשוט געבן מער צייט, (און עס קען אפי' זיין די קאנסעפשאן אליין צו זיי קענען אלטימעטלי יא אדער נישט מצליח זיין שפילט אויך אריין אין זייער מאראל און פסיכאלאגישע אויסגאנגן, וועלכע וועבט אזא catch 22) אבער צום זעלבן צייט שרייט די רעכטע אז עס איז אויף זיין חשבון און ער איז נישט מסכים דערפאר..

-טיפער אביסל, עס קוקט אויס ווי די לינקע הייבן אן מיט די הייפאטעזיע אז אלע מענטשן זענען באמת געבוירן גלייך, יעדער וויל באמת די זעלבע זאך, יעדער איז מחשיב די זעלבע אוניווערסאל וועליוס (לעבן/טויט, ליידן/צופרידענהייט), איי מענטשן זענען שלעכט און שרייען אנדערש?! דאס קומט פון אן היסטאריע פון אומרעכט און פראבלעמען פונעם עבר וועלכע קומט ארויס אויף דעם אופן, מ'דארף עס נאר לאזן זיך היילן, צושטעלן די ריכטיגע אפארטוניטיעס, און מיט גענוג צייט וועלן אלע אנקומען צום זעלבן..
די רעכטע, הייבן אן מיט די נאשען אז יעדער איז אחראי פאר זיינע מעשים, נישטא קיין מעשיות מיט קיין היסטאריע אדער פסיכאלאגישע ווייטאגן וואס בארעכטיגן די יעצטיגע פעלערן, און אויב קענען די חברה נישט צושטעלן איינס צוויי די ערווארטעטע רעזולטאטן, קומט זיי נישט מער פון דעם, קיינער דארף זיי נישט בארעכטיגן אדער צושטעלן גארנישט, און זיי זאלן זיך אליינס אן עצה געבן מיט זייערס א פראבלעם..


דא איז ווי די CBT/פסיכא-אנאליסיס באמפט אריין. די רעכטע ווי עס שיינט האבן די worldview אז רעזולטאטן – און באלדיגע רעזולטאטן דאס ציילט זיך, קום מיר נישט מיט קיין טרערן אז דיינע צודריקטע געפילן האלטן דיר אפ פון מאכן פארשריט, אדער נעמסטו זיך און די הענט אריין, אדער קום נישט צו מיר וויינען, יעדעס פעולה וואס דו טוסט נישט לויטן ביכל איז אן אוממאראלישע אקט פון דיין זייט!
און די לינקע האבן די השקפה אז אלטע מעשיות זענען יא א באדייטענדע אפהאלט אינעם מענטשנ'ס פראגרעס, עס נעמט אסאך צייט זיך אליינס צו פארשטיין און טאקע זיין גרייט ארויסצוקריכן דערפון. די אלגעמיינע ידיעה פונעם פראבלעם אליין מאכט נאכנישט אינגאנצן אז מ'זאל טאקע זיין מוכשר ומוכן צו נעמען די פולע אחריות פון די תוצאות און עס איז נישט ריין פוילקייט וואס איז די אפהאלט, עס איז די מציאות (ובפרט דער וואס האט במדת מה גורם געווען צום פראבלעם) וועלכע דארף (- עטיש) געדולדיג איינגעבן ביזן ישועה – אויב עס וועט בכלל קומען..

צוריק צו מיר און מיין ווייב.
איך בין באמת נייגעריג - און דאס איז וואס איך שפעקיליר דא מיטן גאנצן מערכה, צו דאס זעלבסט-רחמנות - איז בס"ה א וועג פון פוילקייט, און באמת דארף די שנעלע ריכטיגע שריט גענומען ווערן אן קיין מעשיות? אדער איז יא דא דברים בגו, און די מהלך פון דאס זיך נעמען די צייט ביזן ארויסזען פונעם אלטימעט פראבלעם – פירט יא צום ענדגילטיגן בעסערן וועג?


נ.ב. אין די רעטאריק איבער פאלעסטינע רעפלעקטירט זיך א גרויס טייל פון די נושא דא, דאס אז זיי זענען וויקטימ'ס איז דאך פשוט, די שאלה איז נאר אויף וועמען ליגט די אחריות פון א שלום, ווי די לינקע שרייען אז מדנ"י איז אחראי דערויף טאקע געבויט אויף די הנחה אז עס איז א צירקל, און ווען מדנ"י וועט ערשט איינגעבן (גענוג לאנג..) און זיי לאזן זיך אויסטשוכענען פון די לאנג-יעריגע אומרעכט, גייט מען למעשה אנקומען צו א שלום. לעומת די רעכטע וואס האלטן אז במהותם גייען זיי נישט ווערן קיין נארמאלע מענטשן קיינמאל, ממילא ליגט נישט אויף מדנ"י קיין פליכט זיי צו איינגעבן, אויב עפעס זאלן זיי אנפאנגען ווייזן אחריות און זיך נעמען אין די הענט אריין...
מ'קען עס נעמען ווייטער אויף די סאציאלאגישן לעוועל, אזוי ווי ביי פסיכאלאגיע ווי מאכן שלום מיטן פראבלעם און דאס אנאלאזירן פירט צו צום ענדגילטיגן לייזונג (דורכן עס קאנטעינען...) אזוי אויפן גרעסערן בילד ווען יעדער פארשטייט די פראבלעם און האט ארויס די קאמפלעקציטעט דערפון וועט דאס אטאמאטיש פירן צום אלטימעט קאנטעינמענט דערפון – ווי יעדער אין בילד ביישטייערט דערצו מיטן איינגעבן פון זיין זייט...


[עס זענען דא מאמרים בפרט אין חסידישע ספרים מיט א מהלך צו בארעכטיגן איינעם אפי' בשעת'ן טון אן אומרעכט (ר' צדוק אויף זמרי בן סלוא וכו', ע"ע הרואה שיצרו מתגבר – ילבש שחורים), אבער די מעין סטריעם השקפה איז באמת יא נוטה צו די 'קאנסערוואטיווע' מהלך פון ארויפלייגן די פולע אחריות אויף דעם באטרעפענדע... ודוק]
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר