אהרן רזאל

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2237 מאל

אהרן רזאל

שליחה דורך אלפא »

ווער ס'קען דעם ניגון זאל אויפהייבן די האנט!





פאר אפאר יאר צוריק איז ארויסגעקומען פון אהרן רזאל אן אלבום מיט דעם ניגון דערין (די מעשה קומט פון ר' שלמה'לע).



עס האט מיר גלייך געכאפט, כ'ווייס נישט פארוואס פונקטליך, אבער עס איז א שטיק הארץ - אביסל טרויעריג אויך, באגלייט מיט טיפע קאורדס אין הערליכע סטרינגס - ווי נאר די רזאל'ס קענען - איך האב אויסגעהערט די ניגון צענדליגע מאל אויב נישט הונדערט לכאו'...

און יעצט דערמאנט ער מיר דערפון, גאנץ גוט איבערגעטייטשט, און די מוזיק איז גאוניש נאכגעשפילט. (זיין ארגינעלע שטימע קען מען נישט נאכמאכן...)

איי קינדערלעך טייערע זיסע קינדערלעך - מתוך האש הקול עוד מדבר - הדבר הכי גדול הכי גדול בעולם הוא לעשות טובה למישהו אחר...

איך קען שמועסן שעות פון די רזאל'ס ניגונים וועלכע האבן באגלייט און פרייליכע צייטן און אין שוואכערע מאמענטן, אזוי אויך און פשוט'ע מינוטן ווען מ'האט זיך פארבענקט...
הייליג און טיף.

מ'קען אבער נישט שליסן אן שטעלן די פראגע פארוואס פייגלעך זינגען?...



טאמער איר קענט אים נישט - זייט מוחל און טשעקט אים אויס, (זיין ברודער יונתן איז זיך אויך ווערד זיין געלט..)
און טאמער קענט איר אים יא - בין איך זייער פרייליך! :)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר