אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, וואס דורך דעם פאקן זיי זיך אן די טאשן פון די סאטמארע פילאנטראפן און פון די ארימע עמון דורכן פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס: https://twitter.com/TorahJews?t=SF4x-p_ ... tuWgQ&s=09
דער עיקר איז, אבי מען טוט. ער אויף אזא וועג און נטרונא פון א אנדערע ריכטונג.
Re: נטורי קרתא - נטרונא
נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:04 pm
דורך פשוטע אלף בית
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm
קען אפשר איינער אריינקומען קלאר אין מאכן סדר?
ווער איז נטו"ק? און וואס איז איר שיטה?
ווער איז נטרונא? און וואס איז איר שיטה?
ארבעטן זיי צוזאמען?
זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
צוליב יעדע צעפיפענער וואס שרייט אויף די גאסן דארף נטורי קרתא ליידן?!
הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א ועיתו עמו הרה"ג דוד מאיר פעלדמאן שליט"א זענען די מנהיגים פון די עדה הקדושה נטורי קרתא אין נוא יארק, און אונטער זייער אטאריטעט מאכט מען פראטעסטן על דעת תורתינו הקדושה.
(עיין ויואל משה מאמר שלש שבועות.)
בעל אחריות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:24 pm
ווער שטייט בראש פון נטרונא?
רעב משה דוד הכהן כ"ץ שליט"א פון וויליאמסבורג
ער גיבט איבער די אינהאלטסרייכע באריכטן און נייעס אויף קול נטרונא.
נאמבער?
718.873.0055
Re: נטורי קרתא - נטרונא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:15 am
דורך שמעקעדיג
פשוטע אלף בית האט געשריבן: ↑
אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס:
קען איך גראדע דריי פאלויערס וואס זענען נישט קרעציג.
Re: נטורי קרתא - נטרונא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:24 am
דורך שמעקעדיג
א נישט סאטמארער וועט אפשר נישט זעהן די גרויסע נפק"מ צווישן די צוויי, אבער פאקטיש איז עס א חילוק הימל און ערד.
בעת 'נטרונא' טוט (לדעתם) דאס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט פארלאנגט, אז מען זאל מודיע זיין פאר די וועלט אז די מדינת ישראל פארטרעט נישט דאס גאנצע אידישע פאלק, און דורך דעם פארמינערן די שנאת ישראל וואס די מדינה איז גורם, שטייען זיי אבער מיילן ווייט פון אראבער/פאלעסטינער, זיי וועלן זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירן מיט די רוצחים ארורים ימ"ש.
משא"כ נטורי קרתא האט יא גענומען די מהלך, הגם אויך מיט די סברא אז זיי האפן אראפצונעמען די שנאת ישראל פון די פאלעסטינער דורך ווייזן אז מיר זענען אין גלות און מיר זענען זיך מכניע אונטער די אומות העולם, איז אבער דאס זיך חבר'ן מיט די רוצחים שפלים ונבזים א נייע דערהער וואס האט לכאורה נישט קיין מסורה, זיך גיין לעקן צו אכמאדזשעניזשאד (כ'שרייב עס גוט?) און זיך באטייליגן ביי א מסיבה אינאיינעם מיט האלאקאוסט לייקענער איז עפעס נעקסט לעוועל.
ביידע קענען האבן וואוילע כוונות. קיינער מיינט נישט שלעכט. ביידע פרובירן צו מאכן א ופרצת פון די סאטמערע שיטה... אבער נטרונא טוט עס אויף א נארמאלע דיפלאמאטישע וועג (כאטש אוהבי מדינת ישראל האבן עס פיינט, און איך פארשטיי זיי) און נטורי קרתא טוט עס אויף א אופן וואס ברענגט אפשיי ביי יעדן נארמאלן מענטש. פארט ווען דו פרעגסט זיי דערוועגן וועלן זיי דיר מסביר זיין אז זיי טוען די גרעסטע טובה פאר כלל ישראל, און טוען דערמיט מינימיזירן די חרון אף פון די פאלעסטינער פאלק.
יעצט דארף מען נאר אז ר' בערל זאל קומען פרעגן נאכאמאל צי עס האט שוין געראטעוועט איין איד
Re: נטורי קרתא - נטרונא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:25 am
דורך סקעפטיקער
פשוטע אלף בית האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:16 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm
זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
נטורי קרתא איז נישט מקובל אין קיין איינס, נטרונא אין ביידע
נטורי קרתא ווערט אונטערגעשטיצט דורך סאטמאר אלע, בני יואל , מהר"א, מהרז"ל.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון סאטמאר עסקנים רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.
חאמאס ווערט אונטערגעשטיצט דורך די מערב וועלט אלע, אמעריקא, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון מערב וועלט פאליטישענס רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.
Re: נטורי קרתא - נטרונא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:00 am
דורך אסטראלאג
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:25 am
פשוטע אלף בית האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:16 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm
זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
נטורי קרתא איז נישט מקובל אין קיין איינס, נטרונא אין ביידע
נטורי קרתא ווערט אונטערגעשטיצט דורך סאטמאר אלע, בני יואל , מהר"א, מהרז"ל.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון סאטמאר עסקנים רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.
חאמאס ווערט אונטערגעשטיצט דורך די מערב וועלט אלע, אמעריקא, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון מערב וועלט פאליטישענס רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.
די פשוטע אלף בית זאגט, אז די סאטמארע עולם האלט בעצם פון נ"ק, נאר בלויז די עסקנים (און די גייסטישע ספירטועלע פירער וואס ארבעטן מיט) וואס זיי ארבעטן צוזאמען מיט די ציונים אין ניו יארק איבער אלע איינגעלעגנהייטן, גנב'נען גרויסע לאונס פון די רעגירונג, פינאנצירונגען אנגעבליך אז סגייט צו די מוסדות וכו')
איך האב די וואך געוואטשט עטליכע קליפס פון שעיך’ן וואס זיי זאגן בפירוש אז ס’איז א חוב קדוש צו הרגענען יעדע איד זיי האבן נישט געמאכט קיין חילוק בין דם לדם...