כ'זיך ערענסט א דשאב. ס'געט א סענס אוו פאורפעס. מ'קען אינוועסטן איבריגע געלט. כ'בין ב"ה טויגליך, כ'וועל צופרידן שטעלן מיין בעה"ב.
נישט א פיזיקל דשאב, כ'האב נישט קיין נערוון צו שטיין אויף א לייטער און שלעפן ווייער'ס.
נישט א דשאב וואס טראגט אחריות, פאר דעי געלט קענעך שוין עפענען א ביזנעס.
נישט א דשאב וואס מ'דארף רעדן צו קאסטימער'ס, וואס פעהלט מיך אויס צעפרידן שטעלן אומצופרידענע מענטשן.
נישט א אפיס דשאב, כ'וויל פארברענגן מיט מענטשן.
נישט א 9 טא 5 דשאב, כ'וויל זעהן די זין און ביימער, שפאצירן אביסל.
נישט א דשאב וואס מ'דארף אסאך ארבעט, כ'קען באשטיין צו ליינען ק"ש.
כ'זיך און כ'זיך.. כ'הענג דא אויף א צעטל:
א טויגליכער פרייליכער געשמאקער אחריות'דיגער יונגערמאן איז גרייט צו טוהן פאר אייך סיי וואס, ווי
שמועסן מיט אייך, אויסהערן אייער ווייטאג'ן.
קלינען אייער שטיב,
שפאצירן מיט אייער הינטל,
קאכן גאר בא'טעמ'טע נאכטמאל,
בעיביסיטן אייערע קינדערלעך,
לערנען און שמועסן מיט אייער בחור'ל.
טרינקן מיט אייך אייוואסקא. (שוין געטרינקן מיט אפאר גדולים פון שטיבל..)
כאפט אריין פאר ער ווערט פולי בוק'ט!
פאר מער אינפא. אישי'ט שעפטי...
--
נאך איידיעס? ביטע רופט זיך אהן ווארעם..
א דשאב אהן ארבעטן
דער אשכול פארמאגט 16 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן