מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1144
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5595 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1351 מאל

מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך טמיר »

הער איך אז ס'איז לעצטנס אן ערנסטע פראבלעם מיט מיידלעך וואס האלטן נישט ביים חתונה האבן. איך ווייס נישט צי עס איז (שוין) בגדר עפידעמיע, אבער גאנץ אן אפטע ערשיינונג. און גערעכט זענען זיי, וואס גענוי פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן נעמען א מאן צי פעמפערן און נאך 10 חדשים אנהייבן פעמפערן קינדער אויך. און דאס אלעס צוזאמען מיט ארבעטן.

איך ווייס נישט וואס די עיקר גורם צי די טויש איז, כ'שטעל מיך פאר אז ס'איז א חלק פון די אלגעמיינע געספוילקייט וואס ווערט נאר גרעסער מיט יעדע פארבייגייענדער טאג. מען דארף נישט מסביר זיין דער ענין בכלל, אבער נאר איין קליינע דוגמא, ווער פון אונז געדענקט אזא זאך ווי עיר קאנדישן אויף די חדר באס? היינט איז עס שוין א מאסט.

עכ"פ, די חכמי כעלעם פרובירן צי אויפקומען מיט עצות, ווי מבטל זיין אכטע קלאס אזוי זאלן זיי האבן אן עקסטערע יאר זיך אויסטשוכענען פון סקול. אבער פארשטייט זיך אז די אלע עצות נעמט נישט אוועק די שורש פון די פראבלעם. די רבש"ע האט שוין קעיר גענומען פון די פראבלעם מיטן אריינבויען אין די נקיבות תאוות מיניות, מ'דארף נאר זיכער מאכן נישט צי סורפרעסן. און אויב האט מען עס יא סורפרעסט קען מען זיי אויפוועקן אויך, ס'איז נישט שווער. מ'דארף נאר טרעפן א מהלך וויאזוי. און בעזה"ש האב איך געטראפן די פערפעקטע מהלך וואס אנטשפרעכט צי זיין די אלטימעט סולוציע צי דעם פראבלעם. אט הערט:

מ'זאל איינפירן אין די סקולס ביי די עלטערע כיתות, א שיעור איינמאל א וואך ווי מ'וואטשט ראמאנטישע מאוויס. אבער נישט סתם, נאר ווי מער סע*סי סצענעס הרי זה משובח! כמובן, ר' שלמה הערצוג (פאר ווער ס'ווייסט נישט - מנהל בית רחל, און פון די וואס בלוטיגן נאך די נשא תורות אין סאמע פרשת לך לך) וועט עס שטרענג צענזערירן ביפאר עס זאל ח"ו נישט ענטהאלטן קיין ציונות.

סיריעסלי, וואס די העלל איז די פראבלעם מיט דעם? הרהורים? אדרבה ואדרבה, זאלן זיי הייס ווערן פון הרהורים צי די מצוה! זאל א מיידל קוים קענען ווארטן להתעלס באהבים. זאל א כלה שפרינגן פאר עקסייטמענט פאר איר מאן אנשטאט פאר די קינדערישע נערישקייטן ווי א gown און flowers און די פרענדס וואס קומען מיט סטייליש קליידער.

אה, איין פראבלעם וואס איך קען טראכטן פון, איז די איסור הקדמונים פון קוקן ווידיאס. אבער אויף דעם איז דא אן עצה: מען קען עס מאכן אויף אן אופן פון סליידס והכל על מקומו יבא בשלום.

שוין, די קול קורא'ס וואס גייען הענגען מארגן אין די סאטמערע בתי מדרשים ראולן זיך שוין אין די מאסיווע פרינטערס אין די דבר יום ביומו אפיס.

שמועה שמענו ותרגז בטנינו על הפירצה הנוראה בקרב מחנינו בבתולות ישראל שאינם מרוצים להתחתן ויש בזה כמה וכמה מכשולים ונתמעט פריה ורבי' ועל זה ידוו כל הדווים, על כן התאזרנו עוז בתיקונא רבתי שבבתי חינוך לבנות במוסדותינו יראו להבנות ווידיא"ס בלע"ז של דברי חשק ואהבה ובפרט מראות של מצוה כדי שהבנות יתחשקו ויתיאהבו בבחורי ישראל הכשרים ויתאזרו באש קודש לעשיית המצוה בהידור רב.

יום ו' לסדר פרו רובו ומלאו את הארץ,

וע"ז באעה"ח הצעב"י
יקותיאל יודא פילאפף
וכו וכו

לחיים
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר