בלאט 1 פון 3

איז נאך דא האפענונג, אדער זיך נעמען דאס לעבן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:59 am
דורך חאצקל
דער באקאנטער אידישער קאמידיען שמעון דזשיגאן, שטעלט פאר אין איינע פון זיינע קאמעדיס א גע'פעכט צווישן אים און איינער וואס וויל אייננעמען א פיל פון סם.
יענער שרייט חי וקיים, ער וויל דאס איינעמען און מאכן איינמאל פאר אלעמאל א סוף צו זיין לעבן, זיין שטענדיגער חלום פון ווערן א זינגער איז נישט פארווירקליכט געווארן, און פאר אים איז קיין לעבן אן געזאנג נישט קיין לעבן.
דזשיגאן בעט זיך ביי אים, ווארט אויס, אפשר איז נאך דא האפענונג, אויב איך וועל הערן אייער געזאנג און ס'וועט מיר געפעלן דאן איז אויס טראגעידיע, איך וועל אייך אריין נעמען אין מיין טיאטער, איז ביטע זינגט מיר א שטיקל!
יענער ווערט עטוואס ערמוטיגט, לייגט דעם פיל אין א זייט, עפנט זיין שטימע און הייבט אן זינגען א שטיקל.
"זייט'דזשעט מוחל -רופט זיך אן דזשיגאן, הערנדיג זיין גריצלדער שטימע- נעמט דאס איין" ...

כלפי מה דברים אמורים?

מיר זענען צוגעוואוינט צו הערן און אויך אליין צו זאגן פאר אנדערע אין א פארצווייפלטער מצב צוליב סיי וועלעכער סיבה, אז:

מ'טאר זיך נישט מייאש זיין! עס איז קיינמאל צו שפעט! עס איז אייביג דא האפענונג! ס'וועט נאך זיין גוט! ס'קומט גיטע צייטן! די זון וועט נאך אויך שיינען פאר דיר! טעות לעולם חוזר! מ'קען אלס פאררעכטן! מ'קען זיך טוישן! מ'טאר זיך נישט פילן געפאלן נאך סיי וואס מ'האט געטון! מ'טאר זיך נישט עסן די געזינט! און נאך אזעלעכע תנחומין של הבל

מיין פראגע איז, גלייבט איר טאקע אז יעדער מענטש בכל מצב שהוא, האט נאך האפענונג צו א גליקליך לעבן? איז נישטא אמאל וואס ס'איז ווירקליך צרות ווי א בארג, בחינת מעוות לא יכל לתקון - א שאדן וואס מ'קען נישט פאררעכטן, אדער א אומדערטרעגליכער צושטאנד וואס מ'קען נישט טוישן?

איך באצי זיך נישט כלפי אזעלעכע פראבלעמען ווי שטערבליכע קרענק אדער אומהיילבארער פארוואונדעטע אדער לאנג טערמיניגע טורמע פאראורטיילטע ל"ע, אזעלעכע מסכנים וועט יעדער פארשטיין אז ער איז אויף צרות, און אין עצה ותבונה. איך באצי זיך צו אזעלעכע פראבלעמען וואס כאטש עס ווערט פארשטאנען אלס פראבלעם וועט אבער יעדער האלטן אז ער דארף נאך ערווארטן גיטע צייטן כאטש ס'איז ברור כשמש אז עס זענען פארהאן שוואכע שאנסן

צ.ב.ש. איינער מיט שווערע נאטורן וואס האלט שוין ביים פערטן גט ל"ע, אדער א מיטליעריגער וואס טרעפט נישט קיין הצלחה און סיפוק אין לעבן שפירנדיג אז זיין ישות טרעפט זיך נישט קיין ארט אין גאט'ס וועלט און קומט נישט צום אויסדרוק, און דאס איז נאכן טון אלעס צו טוישן די מצב, אריין גערעכנט טעראפי, וויטאמינען, לערנען, סגולות וכו' אבער אן ערפאלג, און טרעפט זיך אצינד פאר אן אויסגעלאשענעם צוקומפט. אדער איינער ווערט נישט פטור פון א פחד אדער געוויסנביסן אדער אנדערע פאקטן וואס שטייען אים לצנינים בעיניו.

איז נישט פאראן אמאל וואס ס'נישטא קיין אנדער אויסוועג נאר דאס אייננעמען... ווי פלוני בן פלוני האט איבערגעלאזט א צעטל נאכן זיך הענגען, אז "דער רבי ר' נחמן איז געווען גערעכט, פון אלעם איז דא א וועג ארויס"...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:27 am
דורך געפילטע פיש
דו פרעגסט ווייל ס'נוגע למעשה? אדער א רעטארישע שאלה?

רעדן וועגן סואיסייד איז נישט קיין דזשאוק, אויב ברויכט איר הילף רופט 18002738255
פאר די National Suicide Prevention Lifeline
אדער 1800SUICIDE פאר די National Hopeline Network.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:32 am
דורך ידען
איך האלט אז ער מיינט נישט למעשה ווייל אפי׳ ער איז אפשר צובראכען פון פארשידענע זאכן ווי למשל אז סאטמאר רבי זי״ע האט איינגעשטעלט א כאניאקישע אידישקייט, האט נאך חאצקל זאכען אין לעבן וואס געט איהם א גוטע הנאה ווי למשל שרייבען אויף קאווע שטיבל...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:36 am
דורך געפילטע פיש
איך האלט אויך אזוי, נאר בעסער הונדערט מאל אווער-ריעקטן ווי איידער איין מאל אנדער-ריעקטן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:38 am
דורך אברעמעל
די תירוץ איז נישט בלינדערהייט אז ס'גייט נאך גוט זיין, גוט זיין מיינט אז ס'דא פאר אים א געוויסע סאלושען ער דארף עס נאר טרעפן, אמאל איז צייט די סאלושען און אמאל דארף ער זיך פשוט אויסלערנען א וועג וויזוי צו פארנעמען זיינע פראבלעמען, אדער טרעפן די נויטיגע הילף, אבער ס'איז זיכער דא א וועג צו זעהן זיין תכלית אויף די וועלט און איינמאל ער זעהט ווערט אים גרינגער. (די שאלה צו אזא איינער האלט ביים זוכן הילף אין די דירעקציע)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:26 am
דורך קלאר
סוסייד אין קיין סעלאשען אויף גארנישט, אוודאי נישט אויפן עולם האמת (יא איך גלייב אין דעם)
ענדערש קום אפ אויף די וועלט וואס איז דיר באשערט אין זיי עס מקבל באהבה די האסט נישט קיין אנונג וויפיל עס לוינט זיך דיר יעדע צרה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:45 pm
דורך No_name
די זאך איז אזוי.
דו קענסט נישט וויסן נאר אויב דו גייסט אדורך דעם וועג, יעצט אויב וועסטו יעצט אייננעמען דעם פיל, וועסטו קיינמאל נישט אויסגעפינען, און אין מיינע אויגן איז דאס א נארישער שריט, ווייל אפשר וועט אין צוויי יאר ארום דיין מזל זיך איבערדרייען און יעצט ווייל דו האסט יעצט איינגענומען דעם פיל וועסטו נישט דערלעבן דעם טאג, און סאיז נישט אזוי ווי דו טרייסט נאך א סאלושן פאר דיין פראבלעם, ווייל דאס איז די לעצטע סאלושן וואס דו קענסט פרובירן, נאכער איז געים אווער...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:28 pm
דורך חאצקל
מיין פראגע איז נישט געצילט צו יא נעמען די לעבן אדער נישט, די פראגע איז צו "האט טאקע יעדער פלאנטער א וועג ארויס" אזוי ווי ס'מורגל בפי אנשים?
איך פרעג עס אויף דעם נוסח כדי מ'זאל נעמען ערנסטער די פראגע, אן נישט קומען מיט טעארעיס און תנחמין של הבל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:40 pm
דורך שרגא
חאצקל האט געשריבן:מיין פראגע איז נישט געצילט צו יא נעמען די לעבן אדער נישט, די פראגע איז צו "האט טאקע יעדער פלאנטער א וועג ארויס" אזוי ווי ס'מורגל בפי אנשים?
איך פרעג עס אויף דעם נוסח כדי מ'זאל נעמען ערנסטער די פראגע, אן נישט קומען מיט טעארעיס און תנחמין של הבל


צו ענטפערן דיין פראגע: ניין, נישט יעדע פלאנטער האט א וועג ארויס. מען דארף דעם מציאות נישט לייקענען און עס זענען דא וואס שטארבן דערביטערט.
אבער יעדע פלאנטער האט א שאנס צו האבן א וועג ארויס, אפילו אמאל קוקט עס אויס זייער שווער צו גלייבן. יעצט וויבאלד יעדער אינדיווידועלער מענטש ביי זיינע שוועריגקייטן האט למעשה א שאנס אז עס זאל אים בעסער ווערן, דארף ער האפן אז דאס וועט טאקע געשען און קיינמאל נישט אויפגעבן. (בטחון מיינט לאו דוקא אז מען גלייבט אז עס וועט זיכער זיין גוט [עכ"פ לויט'ן חזון איש], ווייל ווער זאגט, אפשר איז דיר יא אנגעשריבן אז עס זאל דיר זיין שלעכט, צוליב דיינע חטאים אדער אנדערע חשבונות? נאר דו דארפסט האפן און בעטן אז עס זאל דיר זיין גוט, און בעיקר גלייב אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון דעם מנהיג העולם.)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:40 pm
דורך חאצקל
אברעמעל האט געשריבן: ס'איז זיכער דא א וועג צו זעהן זיין תכלית אויף די וועלט און איינמאל ער זעהט ווערט אים גרינגער. (די שאלה צו אזא איינער האלט ביים זוכן הילף אין די דירעקציע)

פון וואנעט ביסטו אזוי זיכער דערין?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:43 pm
דורך עסן עסט'זיך
וואס איז מיט אביסל פרידאם אף סואיסייד?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:53 pm
דורך חאצקל
דער תכלית פון דעם אשכול איז נישט אז מ'זאל זיך סוסיידן, נאר אז מען זאל זיין אויפריכטיג און זיך באציען ערנסט צו א לאנג טערמיניגער פראבלעם און פארשטיין דעם חומר המצב, אן די אלע תנחומין של הבל וואס מענטשן ניצן "ס'וועט נאך זיין גוט" וכדו' , כדי מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו א מצב פון שפירן אז מ'וויל סוסיידן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:23 am
דורך אברעמעל
ווייל א שוועריגקייט וואס דער אייבירשטער שיקט פאר א מענטש איז נאר צוליב א תכלית, שרגא איז אביסל מסביר מיינע ווערטער אין די איינגערינגעלטע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:25 am
דורך דעינעש
יא. ה' ירחם אויב מען איז ל"ע אין א קלעם, שפירט זיך עס ווי אזוי דער מענטש נעמט עס אויף, סאפט אר הארד. אוודאי וויל יעדער וויאזוי עס איז ביי אים זאל עם זיין מזל נאך מער אויפשיינען, און עס זאל עם זיין פיעל בעסער שענער און ליכטיגער און באקוועמער. איך וואונטש עס זאל פאר יעדן גיין נאר צו בעסערונג בעזר הבורא ברוך היא, און מיט א שנעלע אימפעט בס"ד, ולהגדיל תורה ולהאדירה.

עס איז דא די באקאנטע בחינה פון 'גם זו לטובה' [עס איז גרינג צו זאגן פאר יענעם],

עס איז דא די בחינה פון 'הכרת הטוב', וואס מיט אויגן אויפריכטיגערהייט דארף מען, און מן הסתם קען מען אלץ טרעפן בעסערע חלקים אויך, יעדער און זיין מצב,
ועל כל נשימה ונשימה תהלל קה,

אומנות אבותינו, 'תפילה' קען מהפך זיין מדת הדין לרחמים גמורים, והלוואי שיתפלל אדם כל היום זאגט די גמרא דאכציך,

מען דארף דינען דעם אייבערשטען בכל לבבך נפשך מאודך, איז מען נאנט מיטן אייבערשטען, ווערט אלעס צוגאנגען לגבי דעם איין איינציגען באשעפער וואס זיין ליעבשאפט היילט אסאך, און מען איז פארנומען מיטן גדלות הבורא, אז מען זעט אויך שפלות עצמו, ברענגט עס צופרידנהייט,

האמנתי כי אדבר, רעד פון אמונה, חזר אמונה, וועט עס מער אריינגיין און זיך אנקלעיבן זיך צו שטארקן אין יעדע מצב וויפיעל שייך, געהערט אמאל א אויסדריק 'עס איז גוט און עס וועט זיין בעסער בע"ה' (מ'מיינט נישט מיט דעם אז ווען מען עסט זיך אריין אין חריין מיינט מען אז עס איז זיס, נאר באמת אז עס זאל קומען א ישועה שלימה מן השמים, בתוך שאר ישרא'.)

ועוד ועוד, וואס ספה"ק זענען פיל מיט דברים נכוחים.


איין מינוט פון ברסלב, רבי נחמן בן פיגא פארגעס נישט. געב אויך פאר דעם א טשענס,

והעולה על כולנה, אז מען לעבט דערלעבט מען. ויברכך ה', ואנו וכל בית ישרא'.


(ואגב, חצקל, וואס האט דיר געברענט צו עפענען די אשכול??)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:56 am
דורך elter-zeide
דער אמת איז אז א מענטש לעבט מוט ציפרינקייט, דאס מיינט אז זיין נאטור איז אז ער איז ביי זיך ציפרודען, איז נישט קיין נ"מ אין וואס פאר א מצב ער זאל נאר נישט זיין, וועט לעבין רואיג אין פרייליך, אין אויב עס מאכט זיך ביי אים שווערע צייטן וואס טרעפט זיך כסדר, איז נישט געפערליך ווייל זיין נאטור איז אזוי, אז ביז א שטיקל צייט וועט עם גרינגער ווערן, געווענדליך מיט א מוסר ספר, תהילים, אדער זיין רבי, רב, משפיע, ווייב, חבר, (בעסטע איז א געטרייער חבר) דאגה בלב איש ישוחנה, אין אויב זיין נאטאר איז פארקערט, אז ער איז קיינמאל נישט ציפרידען, אין עס פאסירט עם גאר א גיטע זאך וואס לעבט עם אויף, איז דאס נאר אויף א שטיקל צייט, ווייל זיין נאטור איז אז ער וועט ווערין דערביטערט, עם וועט גארנישט נישט העלפן, ער
דארף אויף זיך אליין ארבעטן, אין אויב ער וועט שווער ארבעטן אויף זיך, אויף זיין נאטאר, (וואס דאס איז ביי א יעדעם אנדערש) קען ער זיך טוישען, אין וועט זיך טוישען, דאס נעמט צייט,י

דאס איז נאר א העד-ליין וואס איך האב ביז יעצט געשריבען, אינטער דעם קימט נאך א סאך צי לערנען אין חזרן, יעדעם אויף א אנדערין אופן, אין מ'מיז אויף דעם ארבעטן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:48 pm
דורך חאצקל
טאקע אט דאס וואס הרבנים החשובים ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש האבן געזאגט, געבנדיג באבסקע און טעארעטישע עצות של מה בכך פאר ערנסטע פראבלעמען מיט וואס מענטשן מיטשען זיך שוין צענדליגע יארן, אט דאס רוף איך תנחומין של הבל, וואס נישט נאר וואס איר העלפט נישט דעם באטרעפנדן, נאר מיט אייער נישט פארשטיין דעם חומר המצב שטערט איר אים, און קעגן אייך און אזעלעכע ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול
איך בעט אייך נאר איין זאך כבוד הרבנים, זייט נישט מחזק קיין פארקלעמטע אידן מיט ווערטער ווייל ס'איז דרכן להזיק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:53 pm
דורך חאצקל
דעינעש האט געשריבן:
(ואגב, חצקל, וואס האט דיר געברענט צו עפענען די אשכול??)

דער גרינגשעצונג מיט וואס איר באציט זיך צו די סיבה פונעם פתיחת האשכול ווייזט מיר וואס פאר א גרויסער פארשטייער איר זענט אין עניני הנפש...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:23 pm
דורך דעינעש
זיי מיר ביטע מוחל, חצקל טייערע.

אטא דאס וואס איר שרייבט אז מיר האבן נישט געגרייכט אין ציל, וואס מיר פארשטייען אז עס קען זיין מעגליך, ווי איר ברענגט טאקע ווידער ארויס, תנחומין .., משום הא, האבן מיר געקלערט אפשר אויב איז אין אונזער כח אייך בעסער צו פארשטיין, אויב איר וועט זיך ערלויבן, זיך בעסער מסביר צו זיין, וואס אפשר די סיבה פונעם פתיחה קען צוגעבן.
אלזא, זיי אינז מוחל. ידינו מסולקת פינעם פריערדיגע פראבע.


חאצקל האט געשריבן:טאקע אט דאס וואס הרבנים החשובים ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש האבן געזאגט, געבנדיג באבסקע און טעארעטישע עצות של מה בכך פאר ערנסטע פראבלעמען מיט וואס מענטשן מיטשען זיך שוין צענדליגע יארן, אט דאס רוף איך תנחומין של הבל, וואס נישט נאר וואס איר העלפט נישט דעם באטרעפנדן, נאר מיט אייער נישט פארשטיין דעם חומר המצב שטערט איר אים, און קעגן אייך און אזעלעכע ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול
איך בעט אייך נאר איין זאך כבוד הרבנים, זייט נישט מחזק קיין פארקלעמטע אידן מיט ווערטער ווייל ס'איז דרכן להזיק.

ועל דהא רעדה אחזתנו, ולה' הישועה,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:58 pm
דורך זר זהב
איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:09 pm
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

שיין, די ביסט גלייך צוריקגעקומען צום קאווע שטיבל...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:22 pm
דורך משה רוקח
זר זהב האט געשריבן:איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

איז קאווע שטיבל דיין גן עדן אדער גיהנום?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:57 pm
דורך זר זהב
מיין כף הקלע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:00 pm
דורך Shmilly
חאצקל האט געשריבן:טאקע אט דאס וואס הרבנים החשובים ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש האבן געזאגט, געבנדיג באבסקע און טעארעטישע עצות של מה בכך פאר ערנסטע פראבלעמען מיט וואס מענטשן מיטשען זיך שוין צענדליגע יארן, אט דאס רוף איך תנחומין של הבל, וואס נישט נאר וואס איר העלפט נישט דעם באטרעפנדן, נאר מיט אייער נישט פארשטיין דעם חומר המצב שטערט איר אים, און קעגן אייך און אזעלעכע ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול
איך בעט אייך נאר איין זאך כבוד הרבנים, זייט נישט מחזק קיין פארקלעמטע אידן מיט ווערטער ווייל ס'איז דרכן להזיק.




איך האלט יא מיט ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש אז זיי זענען גערעכט

איך רעד פון עקספריאנס... (נישט אזוי ווייט ביז סאוסייד אבער גענוג ביטער אז חזל זאגען חשוב כמת)