בלאט 1 פון 1

וועם קענען די קינדער נעמען אלץ ראול מאדעל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:36 pm
דורך ברוך שפינוזה
אין אן אנדערן אשכול האט @נוח זיך אפגערעדט אז צענערלינגען גייען צו צבי מאיר זילבערבערג וואו זיי ווערן עקסטרעמיזירט (איז עס טאקע א ווארט? :roll: ), אלנספאלס, אויף דעם האב איך געענטפערט אזוי:
די שאלה איז פארוואס גייט דיין זוהן צו צבי מאיר in the first place, עפעס פארקויפט דער צבי מאיר וואס ער האט נישט געטראפן ביי אן אנדערן און דאס ציהט איהם אהין. במושכל ראשון וואלט איך געזאגט אז צענערלינגען מיט הייסע בלוט ווערן אינספירירט פון די intensity פון זיין עבודה, אויב איז דאס די אישו דאן קענסטו אינטראדוסן דיין זוהן צו אנדערע מענטשן וואס פירן אויך אן intensive לעבנסשטייגער אבער זיי טשענעלן עס צו מאכן די וועלט פאר א בעסערע פלאץ. איך צ.ב. בין זייער אינספירירט פון אילן מאסק, ער איז אזוי dedicated to his cause אז ער האט פארקויפט זיין פאלאץ און געדינגען א טרעילער קעגנאיבער זיין פאבריק אז ער זאל ח"ו נישט פארלירן קיין טייערע צייט פון גיין און קומען צום ארבעט, ער פלעגט שלאפן אזוי ווייניג אזש ער איז פשוט קראנק געווארן און היינט טוט ער שוין זיין גוף א גאנצע טובה אז ער שלאפט 6 שעה א נאכט, הגם ער איז מודה אז צומאל ברענט אין איהם די חשקות הוויזויהייסטעס אז ער טשידט אביסל און ער שלאפט נאר 4 שעה. און קוק וואס ער האט פראדוצירט, ער האט אונז געגעבן די טעסלא קאר, סייבערטראק, סטארלינק, פעיפאל, און נאך. איך זאג דיר צו אז ווען דיין זוהן האט א ברירה אויסצוהערן אילן מאסק אדער צבי מאיר זילבערבערג וואלט ער עניטיים אויסגעוועלט אילן מאסק, נאר במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, דו אינטראדוס איהם נאר צום איש און דו וועסט שוין זעהן וואו ער וועט צוגעצויגן ווערן, צבי מאיר וועט ניטאמאל זיין קיין נסיון.
און דאס ברענגט מיך צום אישו. ס'דא א גרויסע פראבלעם אין די חסידישע געזעלשאפט, נעמליך, צענערלינגען זוכן אינספיראציע און זיי קומען אן צו אלע סארטן עקסטרעמיסטן/משפיעים וואס אינספירירן זיי צום שלעכטן. (הגם באמת איז דיעס פראבלעם בכלל נישט קיין חסידישע פראבלעם, אין די סעקלוארע וועלט ווערן קינדער מיט הייסע בלוט פונקט אזוי צוגעצויגן צו עקסטרעמיזם, פון LGBTQ ביז בען שפירא און אלעס אינצווישן, אבער מיר רעדן דאך דא פון היימישע אידן) מיין לעהזונג צו דעם פראבלעם איז צו אינטראדוסן די קינדער צו פאזעטיווע אינספירירנדע מענטשן וועם אויסצוהערן און פאלגן, די שאלה איז נאר ווער זענען דיזע מענטשן? מיר איז אויסגעקומען מיט א צייט צוריק צו וואטשן אפאר ווידיאוס פון שלמה זייאנץ און אפאר פון ליפא שמעלצער און ס'האט מיר אינספירירט צו ווערן א בעסערע מענטש, הגם טענות קען מען טרעפן אויף יעדעם, אבער איך וואלט עניטיים געשיקט מיין קינד צו זיי ענדערש ווי צו די עקסטרעמיסטן. ס'דא א צאל מענטשן וואס אינספירירן מיך און וואס איך וואלט גערן געקענט ביישטיין אז מיינע קינדער זאלן צו זיי ארויפקוקן און שטרעבן צו זיין ווי זיי, די שאלה איז וועלכע פובליק פיגור אינספירירט דיך? און וועלכע מענטשן וואלסטו געוואלט אז דיינע קינדער זאלן זוכן אינספיראציע פון? ווען אילן מאסק עפנט ווען א ישיבה וואלט איך אהינגעשיקט מיינע קינדער, ווער איז דער מענטש פאר דיך?

Re: וועם קענען די קינדער נעמען אלץ ראול מאדעל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:44 pm
דורך בעל אחריות
שלמה זייאנץ פאר ישיבה קטנה, חיימאוויטש פאר ישיבה גדולה,

Re: וועם קענען די קינדער נעמען אלץ ראול מאדעל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:46 pm
דורך חובב ציון
זאג פונקטליך וויפל אינספעראציע קען מען שעפן פין די שמעלצער?? סיריעסלי ברענג עפעס וואס קען קאמפיעטען מיט וואס די ביסט זיך מתנגד.

Re: וועם קענען די קינדער נעמען אלץ ראול מאדעל?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 12:05 am
דורך ים של שלום
די רירסט אהן א שטארקע און האקעלע נקודה. בחורים דארפן א ראל מאדעל. אבער עס מיז זיין איינער וואס איז סושעלי עקסעפטעט און אויך איינער וואס האט נעים רעקעגנישן. עס איז שווער צו טרעפן אזא איינעם וואס איז בנוסף אויך נישט צו משוגע, נישט צו פרים, נישט צו אויפגעקלערט, וכו'. איך מיין אז טייל פון די פראבלעם איז אז אמאל זענען ראשי ישיבות געווען אזאלעכע יודען אויף וועם בחורים האבן ארויפקעקוקט און געוואלט 'אימיטעטן'. היינט... וד"ל. עס איז נאך דא אסאך צו רעדן איבער די נושא

Re: וועם קענען די קינדער נעמען אלץ ראול מאדעל?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 12:50 am
דורך שעפטאל
יעך וואלט געשטיפט מיין הייסע בלוט בחור'ל צו.. (לויט זיין תכונות הנפש)

פארלערנען דף היומי אין ישיבה

ווערן א למדן, שרייבן לומדות.

זיך אויסלערנן אינסטרעמענטן מוזיק, שפילן, זינגן, מאכן נגונים וכו'.

זיך אויסלערנן מאלן, בויען, וכדו'

עקטן אויף פערלעוויץ ווידיאוס..

מאכן געלט, האסלען, (כ'האלט מיט אזעליכע וואס ווערן באזעסן, נארמאל, געבן אויס זייער ענערגיע אין א געזונטע פלאץ.)
--

א שטוב וואס האט אינטערנעט קומט לכאו' נישט אהן צו זיכן אינספיראציע אין אומגעזונטע פלעצער.