ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אין אן אנדערן אשכול וואס איך האב געעפנט צו אנאליזירן די נטורי קרתא קערעקטערס האט אונזער אלעמען באליעבטער טראלל @אסטראלאג צוגעלינקט א ווידיאו וואו ס'ערשיינט נאך איינער פון די נטורי קרתא לצים אויף וועם איך וואלט געקענט ביישטיין צו וואוסן זיין הונטערגרונד, נאר אזויווי יענע אשכול איז שוין געגאנגען אשכנז עפן איך דא פון פריש, ווער ס'וויל קאקן אויף נטורי קרתא קען דארט אנפירקלען ווייל אויף יענעם אשכול האב איך אויפגעגעבן, דא זאל מען זיך ביטע האלטן צום נושא.



נעבן דעם ווייס זעהט מען שטיין נאך איינעם, זעהט גראדע מער אויס ווי א היימישער במקור, מיינט עס נעבעך א טראפקעלע מער ערנסט ווי דעם ווייס וואס איז דאך פשוט א פאלנער לץ שבלצים. אזויפיל ווייס איך (איינער האט מיר געזאגט אין אישי :oops: ) אז דער בדחן הייסט דוד מאיר פעלדמאן, ווייסט איינער וואס איז זיין סטארי? אין וועלכע קהילה/חסידות איז ער אויפגעוואקסן? מיט וואסערע סארטן משפחות איז ער זיך משדך? און בכלל, ווי קומט ער אן צו די נטורי קרתא? בקיצור, גיבטס מיר בעקגראונד אויף דעם מענטש און די חקירות צו שטיינזאלץ האט פון איהם געהאלטן (וואטעווער דעט מיענס) זאלט עטץ ערגעץ אנדערש אנפירקלען.

אגב, דער איראנער פרעזידענט מאכט גאר א פיינעם רושם, די ענווה מיט וואס ער קומט אריין אין ציממער, די שמינית שבשמינית וואס שפראצט ארויס ווי נאר ער עפנט זיך דאס מויל, ער דארף זיך נאר אנטוהן א נארמאלן הוט און ער איז א פארטיגער רב. :lol:
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר