צוביסלעך אדער פלוצלינג?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 12:15 pm
אן אינטרעסאנטע פענאמענאן איז דא אין חרדיזם לגבי אנקוקן פאסירונגען מיט א געוויסע 'פלוצליג'דיגקייט' דערצו - וואס א חבר האט מיר אויפגעמערקט, איך בין נייגעריג פארוואס דאס איז אזוי.
אין די וועלט היינט איז זייער אנגענומען דעם געדאנק פון 'גראדואלע פראצעדורן', ווי איין זאך פירט צום צווייטן זייער צוביסלעך און שטייט. פון עוועלוציע - ביזן פארשטיין שפראכן און קולטורן, איז מקובל אז זאכן פאסירן נישט פלוצלינג, נאר עס נעמט צייט ביז דאס באקאנטע האט זיך אהערגעשטעלט.
אין אידישקייט אבער איז דא די פערספעקטיוו אז זאכן האבן א ספעציפישע מינוט ווען דאס איז אפירגעקומען – און נישט סתם אפירגעקומען, נאר פונקט אזויווי אונז קענען עס, אזוי איז עס באשאפן געווארן. עס פארנעמט נישט קיין שינויים אויפן וועג..
• מ'קען אנפאנגען טאקע מיט בריאת העולם, וואס אין אידישקייט ווערט באטראכט ווי דאס 'מאמענט' (ארום 5784 יאר צוריק) ווען ג-ט האט 'געמאכט' די וועלט – פערפעקט – אזוי ווי מיר קענען עס. אלע ברואים, פלאנצונגען, בע"ח, און מענטשליכע נאטורן, זענען באשאפן געווארן אין יענע מינוטן/טעג גארנישט אנדערש ווי מיר קענען עס היינט (חוץ אפשר די לענג פון די לעבנס טעג, וואס איז טאקע א מבוכה ווען/וויאזוי/פארוואס עס איז קורצער געווארן).
סייענס לאידך גיסא - דארף מען נישט מסביר זיין דא וויאזוי זיי פארשטייען דאס...
• שפראכן – איז נישט עפעס וואס האט זיך דעוועלאפט אליין אדער מיט די יארן, נאר אראפגעקומען פיקס-פארטיג ביים דור הפלגה... מ'האלט נאך אינמיטן אויסגעפינען וועלכע פון די זיבעציג יעדע שפראך היינט איז...
• מאנאטעאיזם – האט אברהם אבינו 'מחדש געווען' און אנדעקט, עס איז כמובן נישט געווען קיין לאנגע היסטארישע פראצעדור.
• יציאת מצרים - די התהוות עם ישראל און מתן תורה – איז געשען מיט אן אויסגערעכנטע סעט פון ניסים אין א צייט אפשניט פון געציילטע חדשים.
דאן איז דא די בליק איבער וויאזוי ניסים פאסירן.
• יציאת מצרים ווי געשמועסט איז געווען 10 ניסים וועלכע האבן אויסגעזען זייער דראמאטיש און מיט א פונקטליכקייט, ווער רעדט נאך פון קריעת ים סוף וועלכע איז געווען א באמבע פאר זיך... (עי' בעש"ט על התורה פר' בשלח מה ששאל 'פילוסוף' אחד..)
• די מבול איז געווען אן איינמאליגע מאסיווע שטורעם, וואס האט געטוישט די וועלט אויף אייביג.
• 'משיח' - מיינט אז איינער גייט 'פלוצלינג' קומען אויף אן אייזל אונז צוזאם נעמען און הרג'נען אלע גוים שלא כדרך הטבע און אונז פירן קיין א"י.
א.א.וו.
[דער חבר מיינע האלט שטארק פון ציוניזם, ער האלט אז דאס איז אן התחלתא דגאולה, ער טענה'ט אז ער זעט אין די מדינה ממש א נס גלוי און אז די אלע נבואות פון זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל ווערן מקוים. איי עס איז געווען בדרך הטבע? זאגט ער, אז ביי אים מיינט נישט קיין 'נס' עפעס וואס איז געשען אין איין סעקונדע שלא כדרך הטבע, נאר די עצם פאקט אז די מציאות האט זיך אויסגעשטעלט אויף דעם וועג און אז כלל ישראל האט זיך למעשה געהאלטן אין גלות ביז היינט איז ביי אים גערעכנט ווי א נס. (ער לערנט אזוי פשט אין רוב ניסים.. ע"ע מגילת אסתר..)
ער לערנט פשט אז די תורה איז נישט קיין מעשה ביכל, די תורה איז נישטא אונז צו דערציילן די מעשיות מיט די פרטים וויאזוי עס האט אייגענטליך זיך אויסגעשפילט. ענדערש קומט עס צו געבן א לעקציע איבער מוסר ודת, און צו אילוסטרירן דערציילט עס איבער געוויסע השתלשלות'ן - וועלכע האבן באמת אויסגעזען אנדערש און מעגליך אסאך לענגער און מער נאטורליך ווי עס שטייט ליטעראל, עס ברענגט נאר ארויס די Highlighted נקודות פון די מעשה, וועלכע שטעלן פאר די 'השגחה פרטיות'ן און די מטרה וואס איז אונז נוגע.. (א געדאנק ווי א קיצור וועלכע פארציילט נאר די העדליינס..)]
די פענאמענאן גייט אבער ווייטער לגבי היינטיגע 'חדש-אסור-מן-התורה'דיגן' אידישקייט, ווי עס עקזיסטירן נישט קיין צוגעקומענע מצוות, מנהגים, אדער אפטייטשן. גענוי דאס וואס מיר פארמאגן – איז איבערגעגעבן געווארן למשה מסיני! שוין אפגערעדט די בקורת המקרא'דיגן תורה, נאר אפי' משניות און גמ' איז 'געמאכט' געווארן דורך איין מסדר (רבינו הקדוש, רבינא-רב אשי..) אין א געוויסע צייט, און גארנישט איז צוגעקומען אדער אראפגענומען געווארן דערפון במשך הדורות..
משה רבינו איז אודאי געגאנגען מיט א שטריימל ווי עס שטייט 'וילך משה', אברהם אבינו האט געגעסן געפילטע פיש פארשטייט זיך ווייל ס'שטייט (-מסתמא) ויאכל.. דער בעש"ט האט זיכער נישט געגעסן קיין געבראקטס, און דער רמב"ם האט געליינט קרבנות אויף שלש עשרה מדות.. א.ד.ג.(מענין לענין איז מיר אינטרעסאנט געווען די גמ' אין פסחים קיז. אז משה רבינו האט געמאכט 'הלל' לויט איין שיטה – ווייל וואס דען האט ער געזינגען בשעת הודאה?!)
מנהגים זענען נאר מתוקן געווארן דורך גדולי ישראל – אלעמאל - און קיינמאל נישט געבוירן געווארן דורך קיין ליידיגגייערס. קולטור כאפט זיך ח"ו קיינמאל נישט אריבער פון ארומיגע פעלקער, אונזער מאכלים/לבושים/שפראך איז נאך פון מצרים אליין...
כמעט אלע צדיקים זענען 'קדוש מרחם', ווייניג איז דא וואס האבן זיך אויסגעארבייט און צוביסלעך געווארן א צדיק..
72 מינוט נאכן שקיעה פונקטליך-אייביג ווערט נאכט, עס ווערט נישט צוביסלעך נאכט..
און די ליסטע גייט ווייטער...
אין אנדערע ווערטער, מיר האבן אזא ביינערי, אז אדער איז עס – און איז געווען אזוי פון די 'מינוט' וואס עס איז 'פלוצלינג' אפירגעקומען, אדער איז עס נישט – און האט נישט קיין מעגליכקייט צו ווערן...
הסברים דערויף און נאך משלים זענען וועלקאם..
(נ.ב. חגי משגב אדרעסירט עס אביסל דא)