בלאט 1 פון 1

נודות נפוחים בימינו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:30 pm
דורך פונדאַמענטאַל
צווישן די קנאי'שע (אינעם עניין פון ציונית) געזעלשאפטן הערט זיך אסאך א טענה, אז די 'ציונים' זענען שילדיג אין אלע טראגעדיעס וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן דורך די טעראריסטן. די נאראטיוו איז טיף אריינגעבאקן אין די קנאי'שע מאוומענט. עס איז דער מיטל וואס זיי ניצען זיך אפצושאקלען פון די צרות וועלכע באטרעפן עם ישראל, און דער מיטל וואס זיי ניצען אויף אויסצומיידען צו דארפן קאנפראנטירן די שאלה פון - וואס דען ערווארטסטו זאל מען טון אין ארץ ישראל זיך אפצוהיטן פון די געפאר.
די טענה איז אבסורד אויף אפאר דרגות. סיי מצד די העדר פון אן אלטארנאטיווע פלאן - סתם באשולדיגן יענעם אהן קיין צווייטען מהלך וואס לייגט זיך אויפן שכל. און בעיקר מצד די נאאיווע איינרעדעניש אז די אראבער וואלטן ווען געלעבט גוט מיט די אידן - אז די אראבער זענען משום איזה סיבה אנדערש ווי די אנדערע פעלקער וועלכע האבן אונז אויסגע'הרג'עט לאורך הגלות, און וואלטן גאר געווען אונזערע גוטע פריינט. די איינרעדעניש אז אנטי-סעמיטיזם איז געוואנדען אין געוויסע גורמים און אומשטענדן - אז ווען נישט כך וכך וואלטן אונז געלעבט בשלום ובשלווה, איז נעריש און איגנאראנט. מיר האבן שוין אלס פרובירט, מיר האבן שוין געשפילט אלע ראלעס, די ראלע פון נעבעך, די ראלע פון שוואכלונג, די ראלע פון שטארקער, די ראלע פון פירער. גארנישט וועט צוריקהאלטן אנטי-סעמיטיזם, עס פעלט זיך אויס אין יעדע ראלע צו זיין אויפמערקזאם נישט צו טריגערן אונזערע שונאים, אבער זיך איינצורעדן עס איז עפעס וואס מען קען לגמרי צוריק האלטן איז נישט ריכטיג.

די דאזיגע געדאנקענגאנג האט געשפילט א ראלע כמה פעמים אין אונזער היסטוריה. ווי אלע ווייסן איז ביי די האלאקאוסט געווען אזעלכע וועלכע האבן צוריקגעהאלטן אידן פון אנטלויפן מחמת סיבות שונות, פארשטייט זיך אז די בלינדשאפט צו די מעגליכקייט פון אזעלכע רציחות האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם.
נאך א משל אויף דעם איז די טבח חברון תרפט, וואס דאס איז אויך א געשעעניש וועלכע ווערט שטארק באניצט ביי די אויבערדערמאנטע עלעמענטן, צו פאראויסשטיפן די אג'נדה אז די 'ציונים' האבן צוגעברענגט אז די 'פרידליכע' אראבישע שכנים זאלן דורכפירן אזעלכע שרעקליכע רציחות (עס איז באקאנט די דרשה פון איינער קאפלאן וועלכע די קנאים ניצען אלס א מקור צו די נאראטיוו, דאס פארלאנגט א דיסקוסיע פאר זיך. אבער דער וואס האט דאס שוין געהערט וועט וויסן איבער זיין דעסקריפציע אויף די באליבטע פיינע אראבער וועלכע זענען בטבע א גאר פרידריך פאלק.... און ווען נישט די ציונים....). וואס די אלע פארפעלן צו דערמאנען, איז די פאקט אז די דאזיגע געדאנקענגאנג זעלבסט האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די שחיטה, ווען לויט כמה עדיות זענען געווען ווארענונגען פון פאראויס וועלכע די פרומע אידן האבן בוחר געווען צו איגנארירן (און פארשיקט די הגנה וועלכע זענען געקימען באשיצען מיט געווער) וויבאלט די פרידליכע אראבער וועלן זיכער נישט טון אזעלכע זאכן!

עס שטעלט זיך ארויס אז דאס איז נישט עפעס א לעצטיגע ערשיינונג. עס האט גאר טיפע היסטארישע ווארצלען. אזא ערשיינונג האט זיך שוין אפגעשפילט פילע יארן צוריק, ביים חורבן בית המקדש! די פארגאנגענע וואך האבן מיר געליינט פרשת וירא, ווי עס ווערט דערמאנט די סיפור פון דאס פארשיקונג פון ישמעאל און הגר דורך אברהם. זאגט רש'י אויפן פסוק וישמע אלוהים את קול הנער גו' באשר הוא שם (בראשית כא יז) וז"ל:
באשר הוא שם - לפי מעשים שהוא עושה עכשיו הוא נדון, ולא לפי מה שעתיד לעשות. לפי שהיו מלאכי השרת מקטרגין ואומרים: מי שעתיד להמית בניך בצמא, אתה מעלה לו באר? והוא משיבם: עכשיו מהו, צדיק או רשע? אמרו לו: צדיק. אמר להם: לפי מעשיו של עכשיו אני דנו, וזהו: באשר הוא שם. והיכן המית את ישראל בצמא? כשהגלם נבוכדנאצר, שנאמר: משא בערב וגומ׳ לקראת צמא התיו מים וג׳ (ישעיהו כ״א:י״ג-י״ד). כשהיו מוליכין אותן אצל ארץ ערביים, היו ישראל אומרים לשבאים: בבקשה מכם הוליכונו אצל בני דודינו ישמעאל וירחמו עלינו, שנאמר: ארחות דדנים (ישעיהו כ״א:י״ג), ואילו יוצאים לקראתם ומביאין להם בשר ודג מלוח ונודות נפוחים. כסבורים ישראל שהן מלאים מים, כשמכניסו לתוך פיו ופותחו, הרוח נכנסת בגופו והוא מת (איכ"ר ב ד).
עכ"ל רש"י. שוין דעמאלס האבן די אידן געמאכט די טעות! זיי האבן געמיינט אז די אראבער וועלן זיי ארויסהעלפן, און אנשטאט האבן עס די אראבער אויסגענוצט אנקעגן זיי.

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 11:45 pm
דורך berlbalaguleh
פונדאמענטאל: ייש"כ. דו האסט שוין (כמעט) אלעס געקאווערט.

איך האב געוואלט ספעציעל ארויסהייבן דעם סטעיטמענט פון דעם (----) "הרב" קאפלאן /שמאפלאן. ווייל דאס איז איינס פון די הויפט חלקים פון דעם נאראטיוו וואס די פאררוקטע,צודרייטע זעלבסט האסנדע דעמאגאגן און בהמות צווישן אונז (ליידער) נוצן אייביג. און דאס ברענגט מיך ארויס פון די כלים. דער "הרב" שמאפלאן זכותו יגון (ואנחה) עלינו פארציילט אז ער איז געווען א תלמיד אין די חברונ'ער ישיבה. און ער געדענקט אז די אידן האבן זייער גוט געלעבט מיט די וואוילע און פרידליכע אראבערס. אז די אראבישע גוי'טעס (דער זכות זאל זיי ביישטיין) האבן געבעיביסיט' די קינדער פון זייערע אידישע שכנים. אויך. אז די אראבישע גוי'טעס האבן געהאנגען די וועש אויף די זעלבע שטריק מיט די אידישע פרויען. ביז...די ציונים ימח שמם (עפרא לפומייהו) מיט הרב קוק זענען געקומען און האבן גורם געווען (נעבעך) אז די פרידליכע אראבערס זאללן אדורכפיהרן א ברוטאלע שחיטה אויף זייערע באליבטע שכנים די אידן...! נו, דארף מען גרעסערע בהמות ווי זיי???!!!

היינט איז אין די קנא'ישע קרייזן (אויסער ביי די נטורי חרתא) אין סטייל צו זאגן אז די אראבערס זענען טאקע רוצחים. נאר שולדיג זענען די אידן. און אז מ'איז מקריב אזויפיהל אידישע קרבנות אויפ'ן מזבח פון ציוניזם.

איך וויל נאר פרעגן ביי די זייער קלוגע מענטשן. ווער איז שולדיג געווען אין הריגות פון די קרייצ-ציגלער אין יאר ד'תתנ"ו. און אין די גזירות ת"ח ות"ט. דאמאלס איז שוין אויך געווען ציונים.

דער פאררוקטער דעמאגאג הרב ש.ב. מרגליות (המכונה שמואל שלמה טעללער) זאגט אז יא. אז . די סיקריקין פון די צייט פונ'ם צווייטן ביהמ"ק זענען מגולגל געווארן אין די ציונים...לאל

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:20 am
דורך שפילער
נישט נאר אין דעם זענען זיי שילדיג זיי האלטן זאגאר אז די גאנצע האלאקאסט זענען זיי שילדיג ווייל זיי האבן אנגערייצט היטלער ימח שמו ביז ער האט געביסן די קארפעט פאר כעס און געשוואוירן נקמה אין די יודן

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:40 am
דורך שמעון וואלף
צו זאגן אז די ציונים זענען שולדיג אין אלעם און ווען נישט זיי וואלט מען געלעבט בשלום ושלוה מיט די אראבער קומט זיכער פון אומוויסענהייט אדער פון נישט טראכטן וואס מ'רעדט, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען נישט אינגאנצן אוועקמאכן דאס אז די מדינה איז ווי א דארן אין זייער אויגן און רייצט זיי מער אן. נאר קען זיין אז ס'איז יצא הפסדו בשכרו, אז די בענעפיט פון האבן א מדינה און די פראטעקשן וואס דאס שטעלט צו פאר כלל ישראל, וועגט איבער די שאדן וואס קומט ארויס פון אנרייצן די אראבער.
וכמובן איך רעדט פון א פראקטישער שטאנדפונקט. פאר די הלכה חלק קען מען קוקן אין "ויואל משה" און אין "אם הבנים שמחה".

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:30 am
דורך אלע צוזאמען
פון ’כייבאר’ (חייבאר) האט שוין איינער פון די פארריקטע געהערט?
כייבאר איז א שטאט אין ’סאודי אראביע’ ווי דער בן זונה מוכאמעד ימ’’ש האט בידיים אין 629 אויסגעמארדעוועט א גאנצע אידישע קאמיונטי.
דאס איז אויך די מדינת שולד?

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:57 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
מענין לקנין:
מיין פאטער זז"ג האט מיט יארן צוריק געמאכט א סטאפ ביים גאז סטאנציע אויפ’ן פאליסעידס פארקוועי אויפן וועג צום שטאט, זעהט ער ווי א היימישער אנגעזעהענער איד [נאמען געהיט אין מערכת] יאמערט מיט קולי קולות און ער שעלט די ציונים, מיין טאטע גייט צו איהם און פרעגט איהם וואס גייט פאר? דער איד ענטפערט אז ער איז געווארן סטאק דא אויפ'ן הייוועי נעמליך זיין טראנסמישען איז געגאנגען א גאנג און ער בעהט זיך ביים פאקיסטאנער וואס פילט אהן דלק אז ער זאל איהם העלפן פארעכטן דעם קאר און ער וויל / קען נישט... פירט דער איד אויס מיט צארן: "דאס האט רביה"ק געמיינט אז אלעס זענען די ציונים שולדיג"

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:20 am נישט נאר אין דעם זענען זיי שילדיג זיי האלטן זאגאר אז די גאנצע האלאקאסט זענען זיי שילדיג ווייל זיי האבן אנגערייצט היטלער ימח שמו ביז ער האט געביסן די קארפעט פאר כעס און געשוואוירן נקמה אין די יודן
ס'הייסט אז אדאלף היטלער, ימ"ש איז אייביג געווען א אידן פריינט. נאר ווייל די ציונים, צוזאמען מיט הרב קוק האבן דעראבערט דעם "כותל" איז ער געווארן א שונא ישראל...!

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:39 pm
דורך בעל אחריות
עס איז סתם אזוי נאריש ווייל די ציונים האבן דאך נישט געדארפט ערווארטען אז די אראבערס וועלן ריספאנדן אויף א טריגער לעוועל 2 מיט ריספאנס לעוועל 10, ווען מען געפינט ווען אויס היינט אז היטלער ימ"ש'ס כעס איז בעיקר געקומען ווייל אידן האבן זיך געשניטן די נעגל ער"ש, זענען דען יעצט די נעגל שניידער שולדיג?

און די טענה אז די ציונים האבן אנגערייצט היטלער ימ"ש מיט די בויקאט איז דאך זיכער לעכערליך, יעדער פארשטייט אז אמאל העלפט רעדן שיין און אמאל העלפט רעדן שטרענג, די ציונים האבן געהאלטן אז רעדן שטרענג וועט דא העלפן, אפילו אויב למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו האבן די פארקערטע ווירקונג איז עס דאך נישט זייער שולד עטליעסט האבן זיי פרובירט צו טוהן עפעס, חכמה לאחר המעשה איז דאך קיין חכמה, וואס האבן די רבנים געטוהן, גערעדט שיין האבן זיי דען יא?

אן ע סייד נאוט, ביי היטלער האט טאקע רעדן שטרענג נישט געארבעט, אבער ווער ווייסט וויפיהל פאגראמען און רציחות במשך הדורות מען וואלט ווען יא געקענט פארמיידן ווען עס וואלט שוין דעמאלטס געווען די ציונים??

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:36 pm
דורך טראלל
בעל אחריות האט געשריבן: ווער ווייסט וויפיהל פאגראמען און רציחות במשך הדורות מען וואלט ווען יא געקענט פארמיידן ווען עס וואלט שוין דעמאלטס געווען די ציונים??
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 99#p421699

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:11 pm
דורך ים רויבער
די קלויזענבורגער רב פלעגט זאגן אז יעדער יוד וואס לעבט היינט איז התגרות באומות...

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:32 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ים רויבער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:11 pm די קלויזענבורגער רב פלעגט זאגן אז יעדער יוד וואס לעבט היינט איז התגרות באומות...
ווער ס’געדענקט פון די מלחמה געליטענע זיידעס ווען מען פלעגט זיי מבשר זיין אויף א געבורט פון א אייניקל - דאס ערשטע ריספאונס פלעגט זיין: "א נקמה אין דעם דייטש"

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 9:50 pm
דורך שערי יושר
אבער די האלאקוסט איז דאך געקומען וועגן די ציונים, איי אלע פאגראמען און צרות פאר הרצל? דאס איז געקומען וועגן פארבן די אויגן...

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:28 pm
דורך ים של שלום
שערי יושר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 9:50 pm אבער די האלאקוסט איז דאך געקומען וועגן די ציונים, איי אלע פאגראמען און צרות פאר הרצל? דאס איז געקומען וועגן פארבן די אויגן...
כמאמר החכם I made up my mind, dont confuse me with the facts

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 11:48 pm
דורך תפוח
שפילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:20 am נישט נאר אין דעם זענען זיי שילדיג זיי האלטן זאגאר אז די גאנצע האלאקאסט זענען זיי שילדיג ווייל זיי האבן אנגערייצט היטלער ימח שמו ביז ער האט געביסן די קארפעט פאר כעס און געשוואוירן נקמה אין די יודן
ווערט שוין אנגעמערקט אין די פריערדיגע, הלמאי ווען די משטרה באווייזט זיך אין מאה שערים ווערן זיי פארשריגען "נאצי'ס"? די נאצי'ס זענען דאך געווען פיינע מענטשן עד שקפצו עליהם רוגזא דציונות?!

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 4:25 pm
דורך berlbalaguleh
תפוח" דאס איז א קאמפלימענט פאר די משטרה (אין דעם פארקערטן, פארדרייטן זין). דאס איז א שבח פאר די משטרה אז זיי זענען (נאר) נאציס. און נישט קיין ציונים. ווייל א סאך פון די אינדאקטריניר'טע, ברעינוואש'טע בהמות שרייען דאך אייביג אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס.הרב שמע-קע-די-ג. וואס זאגסטו צו דעים. ס'וואלט כדאי געווען צו אינטערוויוען דיין הויכגעשעצטע פערזענליכקייט. צו הערן דיין הויכגעשטאפל'טע מיינונג איבער דעים ענין...!

ווער איז בעסער? דער ציוניסט וואס לערנט דף היומי. אדער (להבדיל) דער נאצי וואס האט געהרג'עט דיין זיידע?! ס'איז שוין באלד דער זמן שב"ק....דו קענסט ענטפערן. איכ'ל עס ליינען (אי"ה מוצש"ק...!

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 6:51 pm
דורך שפילער
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 4:25 pm תפוח" דאס איז א קאמפלימענט פאר די משטרה (אין דעם פארקערטן, פארדרייטן זין). דאס איז א שבח פאר די משטרה אז זיי זענען (נאר) נאציס. און נישט קיין ציונים. ווייל א סאך פון די אינדאקטריניר'טע, ברעינוואש'טע בהמות שרייען דאך אייביג אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס.הרב שמע-קע-די-ג. וואס זאגסטו צו דעים. ס'וואלט כדאי געווען צו אינטערוויוען דיין הויכגעשעצטע פערזענליכקייט. צו הערן דיין הויכגעשטאפל'טע מיינונג איבער דעים ענין...!

ווער איז בעסער? דער ציוניסט וואס לערנט דף היומי. אדער (להבדיל) דער נאצי וואס האט געהרג'עט דיין זיידע?! ס'איז שוין באלד דער זמן שב"ק....דו קענסט ענטפערן. איכ'ל עס ליינען (אי"ה מוצש"ק...!
און ווען וועט ער עס שרייבן?..

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
ס'קען זיין אז ער וואוינט אין ענגלאנד. ווען אונז 'עמיר זינגען יום זה מכובד וועט ער זאגן במוצאי יום מנוחה. און שרייבן אויף קאווע שטיבל...!

(מאנסי איז אין ענגלאנד אדער אמעריקע?)...!

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:35 am
דורך שמעקעדיג
איך זעה ערשט יעצט די תגובה פונעם זיידן, איך מוז מיך פארענטפערן כדי עס זאל חלילה נישט אויסקוקן כאילו איך האב זיך מתחצף געווען פאר אונזער טייערע זקן השטיבל מיט די לאנגע ווייסע בארד.

אבער פאר די לייף אויף מיין קען איך נישט אויספיגערן פארוואס ער האט מיר מכבד געווען צו ענטפערן עפעס מיט ציונים/נאציס???
יום זה מכובד קען איך הערן אז ער האט מיר מכבד געווען, זיידי טראכט אפשר אז איך בין א בעל מנגן; אבער געוואלד, נאצי ציונים? ענדערש פרעג מיר עפעס פון ספעיס שאטעל אינזשענירונג.

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:33 am
דורך האי פרושא
מענטשן זענען פארריקט אין זיי מיינען אז כדי צו באשולדיגן די ציונים מוז מען מאכן די אראבער אלס א גוטער, אין עס טוט מיר וויי

אראבערס זענען אייביג געווען טעראריסטן אין קיינמאל נישט עכט ליב געהאט דעם איד אזוי ווי מען זעהט אין די היסטאריע אין אזוי ווי זייער פאן טרעגער דער גייסטיש צורידערטע מחמוד האט פאקטיש געטוהן

ציוניסטן זענען גארנישט ריין אין זייער היסטאריע איז פול מיט שמוץ אנגעפאנגען פון די הגנה אין ילדי תימן אין געענדיגט ביים שטיצן די צורידערטע מתנחלים

אין ניין איך גלייך נישט צו די אראבערס בלוט טרינקעריי צו די ציונים, מען רעדט נאר יעצט וועגן גערעכטיגקייט

פארוואס כדי איינעם צו באשולדיגן מוז די קעגנער זיין גערעכט??

מיין קשיא גייט אויף ביידע זייטן

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:27 pm
דורך כרם זית
איך בין מסכים אז די ציונים, אזוי ווי יעדע מאוומענט (אריינגערעכנט חסידות), האבן געטון געוויסע אומעטישע שריט; אבער די באשולדיגונג אז זיי האבן פארקויפט תימנ'ער קינדער, האט נישט קיין שום סאלידער באווייז.

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:06 pm
דורך האי פרושא
כרם זית האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:27 pm איך בין מסכים אז די ציונים, אזוי ווי יעדע מאוומענט (אריינגערעכנט חסידות), האבן געטון געוויסע אומעטישע שריט; אבער די באשולדיגונג אז זיי האבן פארקויפט תימנ'ער קינדער, האט נישט קיין שום סאלידער באווייז.
איז טאקע נישטא קיין באווייז?

Re: נודות נפוחים בימינו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:30 am
דורך berlbalaguleh
האי פרושא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:33 am מענטשן זענען פארריקט אין זיי מיינען אז כדי צו באשולדיגן די ציונים מוז מען מאכן די אראבער אלס א גוטער, אין עס טוט מיר וויי

אראבערס זענען אייביג געווען טעראריסטן אין קיינמאל נישט עכט ליב געהאט דעם איד אזוי ווי מען זעהט אין די היסטאריע אין אזוי ווי זייער פאן טרעגער דער גייסטיש צורידערטע מחמוד האט פאקטיש געטוהן

ציוניסטן זענען גארנישט ריין אין זייער היסטאריע איז פול מיט שמוץ אנגעפאנגען פון די הגנה אין ילדי תימן אין געענדיגט ביים שטיצן די צורידערטע מתנחלים

אין ניין איך גלייך נישט צו די אראבערס בלוט טרינקעריי צו די ציונים, מען רעדט נאר יעצט וועגן גערעכטיגקייט

פארוואס כדי איינעם צו באשולדיגן מוז די קעגנער זיין גערעכט??

מיין קשיא גייט אויף ביידע זייטן
האי פרושא: ייש"כ. יעצט האסטו "מפרש" געווען די הויפט נקודה פונ'ם חילוק פון די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע. און להבדיל (אלף אלפי הבדלות) די נארישע און שעדליכע רייד פון די בהמות און בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. דער סאטמאר'ע רבי איז געווען דער שטערקסטער קעגנער אויף די וועלט פון דעם רעיון פון ציוניזם. נאר ער האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין סימפאטיע אדער "רחמנות" אויף די אומה שפילה די אראבערס. משא"כ די עמי הארץ וועלכע קושן זיך מיט אלע שונאי ישראל און זענען זיי מחזק און בארעכטיגן זייערע רציחות אויף אידן, זיי האלטן אז מ'האט בא'עוולה'ט די "אומשולדיגע" אראבערס. און אויב די אידישע מדינה וואלט געווען ערגעצוואו אין אפריקע וואלט עס געווען אין ארדענונג. (לפי שיטתם העקומה) נאר נישט אין פאלעסטינע...!