בלאט 1 פון 4

התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:01 am
דורך [NAMELESS]
די לשכה פון די באקאנטע התאחדות הרבנים דארה''ב וקאנאדא איז ארויסגעקומען מיט א שטרענגע בריוו אז די אויסגאבעס משפחה, עמי, בינה זענען פול מיט ציונות און ס'איז אסור צו ליינען, און מ'טאר נישט פארקויפן.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:09 am
דורך אלבערט איינשטיין
גוט מארגן.
גראדע מיין איך אז עס איז העכטס צייט אז התאחדות הרבנים. וואס זענען די פאן טרעגער פון יודישקייט אויף די אמעריקאנער באדן. און טוהן עפעס פאר די יונגערלייט און געוויסע שטעט וואס מוטשענען זיך מיט מוסדות פאר זייער קינדער.
כ׳מיין אז דו ווילסט איך זאל אפילו אויסהערן דיינע וועכענטליכע קול קוראס און אנגעדעס און אינטערבייגן דעם אויטערטאטי. טוה עפעס מיט דעם גוטס אויך. (חוץ טרעפן נאך א ווארעם אויף א ירקה)

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:04 am
דורך פערינא
התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:20 am
דורך אלע צוזאמען
פערינא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:04 am התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.
א ביזנעס דארף נישט זיין מיט א שיטה, עקשעלי, מיט איין שיטה, און נאר די איינ’ס,
צו מאכן געלט.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:55 pm
דורך תשפג
ס׳איז שוין פון לאנג גע׳אסר׳ט, אין איסור חל על איסור..

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:10 am
דורך פונדאַמענטאַל
פערינא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:04 am התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.
אין דיינע אויגן זענען די זאכן א סתירה ממילא זעהסטו עס ווי א צומישעניש. די משפחה איז בכלל נישט 'צומישט' זיי האבן פשוט טאלעראנס פאר א ברייטערע רעינדש פון דעות. און עס איז גאר מעגליך אז תורה מיט צה''ל איז בכלל נישט קיין סתירה...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:45 pm
דורך שמעון וואלף
ס'קרענקט מיר פארוואס מ'מאכט זיך אפילו צו טון פון אזא קול קורא. אפאר אויסגעשפילטע רבנים (דאס אז זיי זענען ת"ח איז נישט קיין סתירה מיט זיין אויסגעשפילט) וואס האבן אפשר געציילטע מענטשן וואס זענען סרים למשמעתם, און האבן נישט קיין תלמידים, האבן געכאפט א לעטטערהעט פון אן ארגענעזאציע וואס האט פאר זיבעציג יאר צוריק געדארפט פארטרעטן דאס יהדות החרדית דארה"ב וקנדה. ס'איז באמת לא מעלה ולא מוריד וואס זיי שרייבן און וואס זיי האלטן. זיי מאכן ליצנות פון זיך אליין יעדעס מאל זיי קומען ארויס מיט אזהרות כאילו ס'אינטערעסירט איינעם וואס זיי האבן צו זאגן.

ווער ס'וויל האבן א רב אדער מורה דרך, קען טרעפן. און דער וואס וויל נישט, וועט דאך זיכער נישט אפילו קוקן וואס התאחדות שרייבט. טא, וואס פינקטליך ווילסטי דא?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:41 pm
דורך חב''ד הויזן
היינט האבן עטליכע סיקריקים געגנבעט אלע משפחה און בינה מאגאזינען פון הצלחה גראסערי אין וויליאמסבורג.

מ'רעדט דא פון הונדערטער יום טוב אויסגאבעס. א שאדן פון טויזענטערס פאר א היימישע איד!

שרייטס אלע 'לקדש שם שמים'!!!!

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:47 pm
דורך סקעפטיקער
ווילאנג מ'מאכט נישט קיין פאליס ריפארט טוען זיי וואס זיי ווילן

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:56 pm
דורך טובלכל
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:47 pm ווילאנג מ'מאכט נישט קיין פאליס ריפארט טוען זיי וואס זיי ווילן
נאר אויב מרעפארט עס אלס א גענג טוט עס אויף, otherwise ליידער אזוי ווי אגוי'שט זיך יודיש זיך shoplifting

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:00 pm
דורך צועקים וזועקים
איינער האט די ווידיא?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:14 pm
דורך עברי אנכי
?how can you steel in middle of thw day

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:15 pm
דורך עברי אנכי
somebody knows what time? i have cameras in the area

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:16 pm
דורך איך אויך
עברי אנכי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:14 pm ?how can you steel in middle of thw day
i tink you shud stik to hebrow

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:20 pm
דורך אוהב ספרים
געזעהן די ווידאו

זעהט אויס ווי נארמאטיבע חברה

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:30 pm
דורך מנחם מנדל
דאס איז נאך פון די מצוות וואס קומען פאר אין די שטאט "וויליאמסבורג"

אגב אז מאלעסטארס און רוצחים מסר'ט מען נישט זאל מען פלעינע גזלנים מסר'ן?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:31 pm
דורך מנחם מנדל
עברי אנכי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:15 pm somebody knows what time? i have cameras in the area
ביטע שיק עס אריין צו די פאליציי.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:09 pm
דורך עברי אנכי
איך אויך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:16 pm
עברי אנכי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:14 pm ?how can you steel in middle of thw day
i tink you shud stik to hebrow
y

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:10 pm
דורך עברי אנכי
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:30 pm דאס איז נאך פון די מצוות וואס קומען פאר אין די שטאט "וויליאמסבורג"

אגב אז מאלעסטארס און רוצחים מסר'ט מען נישט זאל מען פלעינע גזלנים מסר'ן?
most times its not in a place with proof, now its in middle of the day

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:43 pm
דורך מנחם מנדל
למעשה די טיעם ווארקא איז מאסיוו! געשולטע חעוורע...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
פערינא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:04 am התאחדות, לחרפתם, איז כאטש consistent מיט זייער דבר השם. די משפחה איז אן ערבוביה פון דעות וואס שטעלט פאר אמאל תורה און אמאל צה"ל אלץ זייער מיליטער. זיי שווימען צווישען די צוויי וועלטען (טאעריא און למעשה) מיט א מוראידיגע צומישעניש (לכאורה לויט ווי די דאלער דרייוט עס).

עמי איז סתם נאך א סאטמארע ביזנעס אן קיין שיטה.
עמי איז אבער א גוטע מעגעזין וואס באהאנדלט פארשידענע אישוס פון אידישן לעבן אן קיין מורא פו די עקסטרעמיסטן. ער איז אויך זייער שטארק אינפארמאטיוו.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
ששון ושמחה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:01 am די לשכה פון די באקאנטע התאחדות הרבנים דארה''ב וקאנאדא איז ארויסגעקומען מיט א שטרענגע בריוו אז די אויסגאבעס משפחה, עמי, בינה זענען פול מיט ציונות און ס'איז אסור צו ליינען, און מ'טאר נישט פארקויפן.
ביטע זאג מיר ווען התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה, מקסיקו ו'גוטמלה איז די לעצטע מאל (אדער די ערשטע מאל) ארויסגעקומען מיט עפעס א פאזיטיווע עצה אדער תקנה לצורך הכלל.?!

זייער גאנצע עקזיסטענץ איז צו דינען אלס מושב זקנים פאר א פאר אלטע באטשי'ס מיט פלאטשיגע ביבער הוטן. און ארויסקומען מיט נייע איסורים טעגליך.

אויסער די פאלשע דין תורה'ס און די מחאות קיין וואשינגטאן ברענגען זיי נישט קיין שום ניצן פאר כלל ישראל.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:07 pm
דורך חֶנְוָנִי
עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד אדער מאמענט
די עיקר פייט קעגן די עמי איז מעגליך צוליב וואס ס'איז א נישט סאטמארע זאך וואס איז סוסקסעספול, גאנץ זעלטן ביים חרד'ישן ציבור אין ניו יארק
אין אידישקייט איז מאמענט (וואטסעפפ בלע"ז) פיל א שוואכערע אויסגאבע לענ"ד, און די פאקט אז ס'אידיש מאכט דאס נאך פילפארביג ערגער
קען זיין התאחדות האט דאס שוין טאקע גע'אסר'ט, אבער מ'פארקויפט עס געהעריג מיין איך