גזירות גלות - מתנת ארץ ישראל.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:27 am
גזירת הגלות און הבטחת ארץ ישראל ביים ברית בין הבתרים צווישן הקב''ה און אברהם אבינו.
און גאט זאגט צו אברהם, איך בין דער גאט וואס האט דיך ארויסגעצויגן פון אור כשדים – דאס איז א קליין דערפל אין דרום מעסאָפּאָטאַמיע. דיך צו שענקן דאס דאזיגע לאנד פאר אן אייביגער ארבטייל. אברם האט געצווייפלט... ער האט מיט מוטקייט פארלאנגט פון גאט הארטע באווייז אז ער וועט זיך ווירקליך צוהאלטן צו זיין צוזאג. וויאזוי ווייס איך אז מיינע קינדער וועלן ווירקליך ירשענען ארץ ישראל - האט ער געפרעגט פון גאט? דאס אנטווארט איז געווען ווי פאלגנד: נעם מיר דריי קעלבער, דריי ציגן, דריי ווידער, אן עלטערע און יונגערע טויב. אברם האט געטאן אזוי ווי גאט האט באפוילן. ער האט עס דאן צושניטן אויף צוויי גלייכע טיילן, אויסגעשלאסן די פייגל – זיי האט ער נישט צושניטן. דאן האט ער געלייגט איין שטיק קעגן די צווייטע. פּלוצלינג האט אן אדלער געלאנדעט אויף די טויטע קערפער פון די צושניטענע בהמות, אבער אברם האט זיי באלד העלדיש אוועק געשיצט.
די זין האט אנגעהויבן אונטערצוגיין און אברם האט איינגעדרימלט. מיטאמאל האט אים באפאלן אן אומבאנומענע שרעק און א מיסטישע שטאקיגע פינסטערניש האט אים ארומגענומען. גאט אנטפלעקט פאר אברם דאס ביטערע גזירות הגלות אויף זיינע קינדער:.
וויסן זאלסטו וויסן, אז דיינע קינדער וועלן זיין אימיגראנטן אין א פרעמד לאנד וואס געהערט נישט צו זיי, זיי וועלן זיין פארשקלאפט און פארפייניגט פאר גאנצע פיר הונדערט יאר. און דאס פאלק וואס וועט זיי פארשקאלפן וועל איך ריכטן און ערשט נאכדעם וועלן זיי ארויסגיין פון דארטן מיט א גרויס פארמעגן.
און דו אברם וועסט דאס אלעס נישט דערלעבן נאר דו וועסט שטארבן אין פרידן און באגראבן ווערן מיט דיינע עלטערן אין גוטע עלטער. ערשט דיין פערטער דור וועט זיך צוריקערן דא צום לאנד ווי דו געפונט זיך אצינד, ווארום דאס זינד-מעסטעל פון דעם אמרי איז נאך נישט אנגעפילט.
די זין איז גענצליך אונטערגעגאנגן און די פינצטערניש פון די נאכט איז זיך צופאלן אויפן ארט. און דיקע פארע אזוי ווי די רויעך פון א קאלעך אויווען און א העליש פלאם פייער זענען דורכגעגאנגן צווישן די שטיקער טויטע קערפער. אין יענעם טאג האט גאט געשלאסן א בונד מיט אברם: פאר דיינע קינדער האב איך געגעבן דאס דאזיגע לאנד וואו דו געפונט זיך אצינד, פון נחל מצרים – לויט מאנכע איז דאס וואדי אל-עריש און לויט אנדערע איז דאס א געוויסע טייל פונם טייך נילוס, אין דרום זייט, ביז צום טייך פרת – דאס איז די עופראַטעס טייך אין אלט- מעסאָפּאָטאַמיע, אין צפון זייט. דאס נעמט אריין דאס גאנצע לאנד וואו ס'האט דאן געוואוינט די פעלקער – קיני, קנזי,קדמני. און חתי, פרזי, רפאים. און אמרי, כנען, גרגשי און יבוסי.
אלזא, דאס גזירת הגלות וואס דער באשעפער האט פארגעזאגט פאר אברהם אבינו ביים ברית בן הבתרים. בלויז פיר הונדערט יאר גלות, און דערנאך פארבלייבן זיינע קינדער פארמינאנט אין זייער אייגן לאנד אין ארץ ישראל ! נאך יציאת מצרים גייט קיינמאל מער נישט נאכאמאל זיין אזא באגריף ווי א גלות! און אידן וועלן לעבן אלס א אייביגע פאלק אין זייער היימלאנד אין ארץ ישראל מיט זייער אייגענער נאציאנאלער אידענטיטעט, אן קיין שום באדינונג..
די תורה זאגט אונז אין די תוכחה פרשת כי תבוא: אז אויב וועט מען נישט האלטן די תורה - ס'וועט זיין אזוי ווי השי''ת האט זיך געפריידט גוט צו טוהן מיט אייך און אייך צו פרוכטבארן – וועט זיך דער באשעפער פרייען אייך צו מאכן פארלירן און פארלענדן. און איר וועט אויסגעריסן ווערן פון דאס לאנד וואס איר גייט אצינד אריין דארט איר צו ירשענען. השי''ת וועט אייך אויסשפרייטן צווישן אלע פעלקער פון אין עק וועלט צו די צווייטע, און דו וועסט דינן דארטן פרעמדע געצן וואס נישט דו און דיינע עלטרן האבן נאר אמאל געוויסט פון האלץ און פון שטיין...
נאך קבלת התורה האט השי''ת אנגעהויבן צו צולייגן געצוימטע באדינונגן צו זיין צוזאג פאר אברהם אבינו. ערשט אז די גזירות הגלות איז נישט בלויז פאר פיר הינדערט יאר, נאר ס'קען אנהאלטן אויף אזא לאנג אידן ביז ווען אידן טוען תשובה און קערן זיך צוריק צו השי''ת מיטן גאנצן הארץ. צווייטנס, זייער אנוועזנהייט און אייגנשאפט אויף ארץ ישראל איז נישט טאטאל אבסעלוט. נאר ס'איז בלויז מיט די באדינונג אז די אידן וועלן נישט דינען קיין געצער און איינהאלטן די תורה, ווי מיר זאגן יעדן טאג אין קרואת שמע.
אין פאל אידן טוען קיינמאל נישט קיין תשובה, גייען מיר טאקע קיינמאל נישט צוריק אהיים גיין קיין ארץ ישראל? גייט דאס לאנגער און שווערער, און בלוט אויסגעווייקטע גלות זיך קיינמאל נישט ווירקליך ענדיגן? ס'זעט זיך עפעס נישט אויפן נאנטן האריזאנט אז דער עולם האלט אזוי ביים תשובה טאן, אלזא פארבלייבן מיט דא זיצן אין יאשע ביידנס אמערישקע?
אונזערע ברודער די ציוניסטן זענען טאקע מיד געווארן פון אויסווארטן ביז גאנץ כלל ישראל אינאיינעם זאלן תשובה טאן. זיי האבן אזוי וואו נישט וואו זיך ארויסשפאצירט און געשלאגן כפרות מיטן גאנצן גזירות הגלות... איי וועט איר דאן זיכער פרעגן אז השי''ת האט דאך פארט באשװאָרן דאס אידיש פאלק אז זיי זאלן נישט ארויס גיין אליין פון גלות, נאר געדולדיג אויסווארטן ביז ער זעלבסט וועט אונז קומען אפנעמען און אונז צוריק פירן אהיים קיין ארץ ישראל? אויף דעם איז פארהאן צוויי עקלערונגן: איינס, זיי האבן בלויז אנגענומען די ערשטע פיר בענדער פונעם חומש, ווי דער גזירות הגלות פון די ברית בין הבתרים וואס ס'איז בלויז פיר הינדערט אבער דאס פיפטע באנד פון משנה תורה האבן זיי נישט אזוי אינגאנצן אנגענומען. און פון די אדמענטמענט צום גזירות הגלות און צו ארץ ישראל - וואס השי''ת האט שפעטער צוגעלייגט אין משנה תורה ווייסן זיי ווארשיינליך נישט צופול צו זאגן. צווייטנס, מ'האט פראקאלאמירט די הארבע שבועה אלס בלויז אגדה, א משל ומליצה, דערפאר איז דאס נישט צופול מאסגעבנד. און נידער מיטן גלות און צוריק אהיים אויף ארץ ישראל – ווי עס שטייט שוין אין פסוק, אזוי צו זאגן: להיות עם חופשי בארצנו ארץ ציון וירושלים...
צום סוף פון משנה תורה אין פרשת האזינו, ווען אונזער געטרייער פאסטוך משה רבינו געזעגענט זיך שוין מיט אונז אויף שטענדיג, און ער שפאנט שוין אט אט ארויף צום שפיץ פון בארג נבו, האט גערוהט אויף אים א הייליג און געטליכע גייסט. און ער האט אנטפלעקט פאר דאס אידישער פאלק אלסדינג וואס ס'וועט זיך ווירקליך אפשפילן אינעם צוקונפט פון כלל ישראל ביז צו די ענדע פון טעג, אפגעזען צי מ'וועט יא תשובה טוהן צי נישט.
ער זעעט פאר, אז אידן ווועלן אריין גיין אין ארץ ישראל, און פון גרויס שוואוילטאג וועלן זיי אנהייבן דינען פרעמדע אומבאוויסטע געצער. אין רעזולטאט וועלן זיי ברוטאל באשטראפט ווערן און דערנאך פליכטן פון זייער לאנד אין גלות אריין. און ער ענדיגט זיין פאעזיע מיט אן הייסן צוזאג, אז ביי די ענדע וועט גאט נקמה נעמען אין די אלע פעלקער וועלכע וועלן פיייניגן די אידן אין גלות. אט איז וואס ער זאגט:
ווען גאט וועט ריכטן זיין פאלק און אויף זיינע קנעכט וועט ער זיך איבערעכענען. ווען ער וועט זען ווי דאס פיינט שטארקט זיך און ס'וועט מער נישט זיין קיין אפהאלטער און א פארשטארקונג. און דער גוי וועט זאגן וואו איז זיין באשעפער, דער שטארקער, אין וועמען ער שיצט זיך?ווער די פעטענס פון זייערע קרבנות עסט ער, און די וויין פון זייערע נסכים טרינקט ער. ער וועט אויפשטיין און ענק העלפן און ער וועט זיין פאר אייך א שוץ. זעטץ אלע אז איך בין איך, און בלויז איך, און איך פארמאג נישט קיין שום קאָנקורענץ. איך טוה טויטן און מאכן לעבן, איך שלאג און איך הייל, און קיינער קען זיך פון מיינע הענט נישט ראטעווען.
גאט שווערט אין זיין הייליג נאמען:
איך הייב אויף צום הימל מיין הענט און איך זאג איך שווער אזוי ווי איך לעב שטענדיג. אויב איך וועל אויסשארפן מיין שווערד אז ס'זאל גלאנצן, און נעמען יוסטיץ אין מיינע הענט. איך וועל ענפערן נקמה פאר מיינע פיינט און זיך אפרעכענען מיט זיי. איך וועל פארשיכורן מיינע פיילן מיט זייער בלוט און מיין שווערד וועט פארלענדן זייער פלייש. צוליב די בלוט פון די געהרג'טע אידן און פון די געפאנגענע, וועל איך שטראפן דעם פיינט ביז צו זייערע זיידעס ארויף.
דאן וועלן די פעלקער לויבן זיין פאלק, ווייל ער האט נקמה גענומען אין די בלוט פון זיינע קנעכט, און דאס וועט פארצייען דאס ערד פון זיין פאלק... ביז אהער...
איז די פראגע ווי פאלגענד. ווען האט גאט ווירקליך נקמה גענומען פאר די שווערע מיליאנען גאלאנען אידיש בלוט, פארגאסן דורך די רוימער, די קרייצצוגער, די אינקוויזיציע, די כמעלניצקיס, די פראגראמען, די נאציס, די טראצקייער, די אראבער? ווען האט גאט ווירקליך נקמה גענומען אין די ריינע בלוט פון די אומשולדיגע פיצליך קינדער אויסגעמישט מיט די בלוט פון זייערע צארטע מאמעס? ווען? ווייסט עמיצער צו ענפערן אויף די דאזיגע ווייטאגליכע פראגע? יא! די אלע שטארפן און גלות אויף אידן וואס משה האט פארגעזינגן איז טאקע גענוי פארווירקליכט געווארן... אבער גיוואלאד ווען גייט שוין די לעצטע פאזע פון זיין געזאנג אויך איינמאל פאר אלעמאל פארווירקליכט ווערן?
פארן הייליגן רמב''ן האט שטארק געגבערט די דאזיגע פראגע, און דערפאר קומט ער צום אט דעם אויספיר, אט איז וואס ער שרייבט:
" די דאזיגע געזאנג וואס איז פאר אונז א ווירקליך און באגלייבטער געצייגעניש איבער אלע געשעענישן וועלכע גייען אונז באטרעפן. ערשט די גרויסע גענאדע וואס השי''ת האט געטאן מיט אונז אז ער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק. און עס דערמאנט די גוטס וואס ער האט געטאן מיט אונז אין מדבר, און ער האט אונז געמאכט ירשענען לענדער פון גרויסע און שטארקע פעלקער, און די פיל גוטס און רייכקייט און עהרע וואס ער האט אונז געשאנקן. און פון פיל פאַרגעניגן האבן מיר ווידערגעשפעניגט אין אים, און געדינט פרעמדע אפגעטער. און עס דערמאנט דאס צארן וואס איז געווען פאר השי''ת צוליב דעם - ביז ער האט געשיקט אויף זיי אין זייער לאנד מארד, און הונגער, פארציקענדע חיות און שווערד. און דאן האט ער זיי אויסגעשפרייט אויף יעדע זייט און ווינקל איבער די וועלט.און ווי עס איז ברייט באוויסט, איז דאס אלעס פולקאם פארווירקליכט געווארן. און די דאזיגע פאעזיע זאגט, אז ביי די ענדע וועט השי''ת זיך אומקערן און נקמה נעמען אין זייערע פארפאלגער און אין זיינע פיינט. די ווירקליכע אורזאך איז, ווייל די אלע געמיינהייטן וואס די גוים האבן געטאן מיט אונז, איז בלויז צוליב זייער פיינטשאפט צו הקב"ה. ווארום זיי האבן נישט פיינט די אידן ווייל זיי דינען געצן אזוי ווי זיי. נאר צוליב דעם וואס זיי טוהן נישט אזוי ווי זייער געמיינע טהאטן און זיי דינען בלויז הקב"ה און היטן זיינע מצוות. זיי הייראטן נישט קיין גוים און באטייליגן זיך נישט און עסן נישט אין זייערע בעלער. זיי אפשייען זייער געצער און טראסקענען זיי ארויס פון יעדעס ארט – ווי דוד המלך זאגט אין תהילים, כי "עליך" הורגנו כל היום, בלויז פאר דיינעט וועגן ווערן מיר גע'הרג'עט יעדן טאג. בלויז צוליב זייער פינצטערע האס צו השי''ת טוען זיי מיט אונז די אלע געמיינהייטן, דערפאר וועט השי''ת ברוטאליש נקמה נעמען אין זיי."
דער רמב''ן זעצט פאר ווייטער:
דאס איז באשיינפערליך קלאר אז דאס נקמה פון וואס די דאזיגע געזאנג רעדט, וועט ערשט זיין ביי די גאולה העתידה. ווארום ביי די דיסטראקציע פון צווייטן בית המקדש האבן די רוימער נישט געלויבט השי''ת אויף וואס ער טוט מיט זיין פאלק און השי''ת האט נישט נקמה גענומען אין זיי, און דאס אידישער ערד איז גארנישט פארצייעט געווארן, נאר קאפויער! און דא אין פרשת האזינו ווערט נישט דעמאנט קיין שום באדינונג פון תשובה אדער עבדות השם. ס'איז בלויז א צייגעניש אז השי''ת וועט אונז טאקע שטראפן מיט צארן, אבער מיר וועלן קיינמאל פארפאלן ווערן. און ביי די ענדע וועט דער באשעפער באשטראפן אונזער פארפאלגער מיט זיין מעכטיגע גרויסע שווערד און פארצייען אויף אונזער זינד, בלויז פאר זיין כבוד וועגן. לויט דעם קומט אויס אז דאס איז א דייטליכער צוזאג אויף די גאולה העתידה – אפגעזען וואס נישט- גלויביגע האבן צו זאגן.
דער הייליגער רמב''ן פירט אויס:
אויב וואלט די דאזיגע הייליגע פאעזיע וואלט געשריבן געווארן דורך שטערן זעער וואס זעען אלס וואס ס'וועט זיך אפשפילן אינעם צוקונפט וואלט מען עס געקענט גלייבן. נעמליך, אלעס איז דאך גענוי פארפולקאמט געווארן. אונז גלייבן און האפן מיטן גאנצן הארץ אין די רייד פון באשעפער דורך זיין באגלייבטע נביא - וואס ווי אים איז נישט געווען פארדעם און נאכדעם, עליו השלום...
די אָריגינעלער גזירות הגלות איז געווען פאר פיר הינדערט יאר. די אָריגינעלער מתנה פון ארץ ישראל איז געווען פארמינאנט אן קיין שום באדינונגן.
נאך קבלת התורה האט זיך דאס גענדערט: גזירות הגלות פארמינאנט, אויסגעשלאסן אז גאנץ כלל ישראל טוהט תשובה – די גאולה ווענדט זיך אין תשובה. און די מתנה פון ארץ ישראל איז נישט אבסעלוט, נאר צו ווענדט זיך אין די אויפירונג פון כלל ישראל.אויב אידן האלטן די תורה און דינען נישט קיין געצן איז ארץ ישראל אונזער, און חלילה אין א פאל פארקערט האט כלל ישראל נישט קיין שום פאדערונג אויף ארץ ישראל.
אבער אין די ווירקליכקייט וועט זיין, אז השי''ת אונז ארויסנעמען פון גלות סיי אז מיר טוען תשובה און סיי נישט. און ער וועט נקמה נעמען אין די אידיש פארגאסן בלוט, נישט צוליב דעם וואס מיר האבן עס ווירקליך פארדינט, נעמליך, מיר האבן דאך נישט תשובה געטאן. נאר צוליב זיין הייליג נאמען, ווייל דאס גאנצע אנטיסמיטזם קומט בלויז ווייל דער איד האלט תורה און מצוות, און דאס האבן די גוים פיינט. אין באווייז, אז דאס אורזאך פון אנטיסמיטזם טוישט זיך יעדע שטיק צייט. די קאפיטאליסטן האסן אונז ווייל מיר זענען קאמוניסטן און די קאמוניסטן האסן אונז ווייל מיר זענען קאפיטאליסטן. זאל שוין פארווירקליכט ווערן וואס השי''ת האט אונז צוגעזאגט דורך זיין קנעכט ישיעהו: מי זה בא מאדום חמוץ בגדים מבצרה זה הדור בלבושו צעה ברב כחו אני מדבר בצדקה רב להושיע – בב''א.
און גאט זאגט צו אברהם, איך בין דער גאט וואס האט דיך ארויסגעצויגן פון אור כשדים – דאס איז א קליין דערפל אין דרום מעסאָפּאָטאַמיע. דיך צו שענקן דאס דאזיגע לאנד פאר אן אייביגער ארבטייל. אברם האט געצווייפלט... ער האט מיט מוטקייט פארלאנגט פון גאט הארטע באווייז אז ער וועט זיך ווירקליך צוהאלטן צו זיין צוזאג. וויאזוי ווייס איך אז מיינע קינדער וועלן ווירקליך ירשענען ארץ ישראל - האט ער געפרעגט פון גאט? דאס אנטווארט איז געווען ווי פאלגנד: נעם מיר דריי קעלבער, דריי ציגן, דריי ווידער, אן עלטערע און יונגערע טויב. אברם האט געטאן אזוי ווי גאט האט באפוילן. ער האט עס דאן צושניטן אויף צוויי גלייכע טיילן, אויסגעשלאסן די פייגל – זיי האט ער נישט צושניטן. דאן האט ער געלייגט איין שטיק קעגן די צווייטע. פּלוצלינג האט אן אדלער געלאנדעט אויף די טויטע קערפער פון די צושניטענע בהמות, אבער אברם האט זיי באלד העלדיש אוועק געשיצט.
די זין האט אנגעהויבן אונטערצוגיין און אברם האט איינגעדרימלט. מיטאמאל האט אים באפאלן אן אומבאנומענע שרעק און א מיסטישע שטאקיגע פינסטערניש האט אים ארומגענומען. גאט אנטפלעקט פאר אברם דאס ביטערע גזירות הגלות אויף זיינע קינדער:.
וויסן זאלסטו וויסן, אז דיינע קינדער וועלן זיין אימיגראנטן אין א פרעמד לאנד וואס געהערט נישט צו זיי, זיי וועלן זיין פארשקלאפט און פארפייניגט פאר גאנצע פיר הונדערט יאר. און דאס פאלק וואס וועט זיי פארשקאלפן וועל איך ריכטן און ערשט נאכדעם וועלן זיי ארויסגיין פון דארטן מיט א גרויס פארמעגן.
און דו אברם וועסט דאס אלעס נישט דערלעבן נאר דו וועסט שטארבן אין פרידן און באגראבן ווערן מיט דיינע עלטערן אין גוטע עלטער. ערשט דיין פערטער דור וועט זיך צוריקערן דא צום לאנד ווי דו געפונט זיך אצינד, ווארום דאס זינד-מעסטעל פון דעם אמרי איז נאך נישט אנגעפילט.
די זין איז גענצליך אונטערגעגאנגן און די פינצטערניש פון די נאכט איז זיך צופאלן אויפן ארט. און דיקע פארע אזוי ווי די רויעך פון א קאלעך אויווען און א העליש פלאם פייער זענען דורכגעגאנגן צווישן די שטיקער טויטע קערפער. אין יענעם טאג האט גאט געשלאסן א בונד מיט אברם: פאר דיינע קינדער האב איך געגעבן דאס דאזיגע לאנד וואו דו געפונט זיך אצינד, פון נחל מצרים – לויט מאנכע איז דאס וואדי אל-עריש און לויט אנדערע איז דאס א געוויסע טייל פונם טייך נילוס, אין דרום זייט, ביז צום טייך פרת – דאס איז די עופראַטעס טייך אין אלט- מעסאָפּאָטאַמיע, אין צפון זייט. דאס נעמט אריין דאס גאנצע לאנד וואו ס'האט דאן געוואוינט די פעלקער – קיני, קנזי,קדמני. און חתי, פרזי, רפאים. און אמרי, כנען, גרגשי און יבוסי.
אלזא, דאס גזירת הגלות וואס דער באשעפער האט פארגעזאגט פאר אברהם אבינו ביים ברית בן הבתרים. בלויז פיר הונדערט יאר גלות, און דערנאך פארבלייבן זיינע קינדער פארמינאנט אין זייער אייגן לאנד אין ארץ ישראל ! נאך יציאת מצרים גייט קיינמאל מער נישט נאכאמאל זיין אזא באגריף ווי א גלות! און אידן וועלן לעבן אלס א אייביגע פאלק אין זייער היימלאנד אין ארץ ישראל מיט זייער אייגענער נאציאנאלער אידענטיטעט, אן קיין שום באדינונג..
***
הארט פאר די אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל, האט זיך די ניגון עטוואס אנגעהויבן צו ענדערן.די תורה זאגט אונז אין די תוכחה פרשת כי תבוא: אז אויב וועט מען נישט האלטן די תורה - ס'וועט זיין אזוי ווי השי''ת האט זיך געפריידט גוט צו טוהן מיט אייך און אייך צו פרוכטבארן – וועט זיך דער באשעפער פרייען אייך צו מאכן פארלירן און פארלענדן. און איר וועט אויסגעריסן ווערן פון דאס לאנד וואס איר גייט אצינד אריין דארט איר צו ירשענען. השי''ת וועט אייך אויסשפרייטן צווישן אלע פעלקער פון אין עק וועלט צו די צווייטע, און דו וועסט דינן דארטן פרעמדע געצן וואס נישט דו און דיינע עלטרן האבן נאר אמאל געוויסט פון האלץ און פון שטיין...
נאך קבלת התורה האט השי''ת אנגעהויבן צו צולייגן געצוימטע באדינונגן צו זיין צוזאג פאר אברהם אבינו. ערשט אז די גזירות הגלות איז נישט בלויז פאר פיר הינדערט יאר, נאר ס'קען אנהאלטן אויף אזא לאנג אידן ביז ווען אידן טוען תשובה און קערן זיך צוריק צו השי''ת מיטן גאנצן הארץ. צווייטנס, זייער אנוועזנהייט און אייגנשאפט אויף ארץ ישראל איז נישט טאטאל אבסעלוט. נאר ס'איז בלויז מיט די באדינונג אז די אידן וועלן נישט דינען קיין געצער און איינהאלטן די תורה, ווי מיר זאגן יעדן טאג אין קרואת שמע.
אין פאל אידן טוען קיינמאל נישט קיין תשובה, גייען מיר טאקע קיינמאל נישט צוריק אהיים גיין קיין ארץ ישראל? גייט דאס לאנגער און שווערער, און בלוט אויסגעווייקטע גלות זיך קיינמאל נישט ווירקליך ענדיגן? ס'זעט זיך עפעס נישט אויפן נאנטן האריזאנט אז דער עולם האלט אזוי ביים תשובה טאן, אלזא פארבלייבן מיט דא זיצן אין יאשע ביידנס אמערישקע?
אונזערע ברודער די ציוניסטן זענען טאקע מיד געווארן פון אויסווארטן ביז גאנץ כלל ישראל אינאיינעם זאלן תשובה טאן. זיי האבן אזוי וואו נישט וואו זיך ארויסשפאצירט און געשלאגן כפרות מיטן גאנצן גזירות הגלות... איי וועט איר דאן זיכער פרעגן אז השי''ת האט דאך פארט באשװאָרן דאס אידיש פאלק אז זיי זאלן נישט ארויס גיין אליין פון גלות, נאר געדולדיג אויסווארטן ביז ער זעלבסט וועט אונז קומען אפנעמען און אונז צוריק פירן אהיים קיין ארץ ישראל? אויף דעם איז פארהאן צוויי עקלערונגן: איינס, זיי האבן בלויז אנגענומען די ערשטע פיר בענדער פונעם חומש, ווי דער גזירות הגלות פון די ברית בין הבתרים וואס ס'איז בלויז פיר הינדערט אבער דאס פיפטע באנד פון משנה תורה האבן זיי נישט אזוי אינגאנצן אנגענומען. און פון די אדמענטמענט צום גזירות הגלות און צו ארץ ישראל - וואס השי''ת האט שפעטער צוגעלייגט אין משנה תורה ווייסן זיי ווארשיינליך נישט צופול צו זאגן. צווייטנס, מ'האט פראקאלאמירט די הארבע שבועה אלס בלויז אגדה, א משל ומליצה, דערפאר איז דאס נישט צופול מאסגעבנד. און נידער מיטן גלות און צוריק אהיים אויף ארץ ישראל – ווי עס שטייט שוין אין פסוק, אזוי צו זאגן: להיות עם חופשי בארצנו ארץ ציון וירושלים...
***
וואס גייט טאקע ווירקליך פאסירן ביי די ענדע טעג? צום סוף פון משנה תורה אין פרשת האזינו, ווען אונזער געטרייער פאסטוך משה רבינו געזעגענט זיך שוין מיט אונז אויף שטענדיג, און ער שפאנט שוין אט אט ארויף צום שפיץ פון בארג נבו, האט גערוהט אויף אים א הייליג און געטליכע גייסט. און ער האט אנטפלעקט פאר דאס אידישער פאלק אלסדינג וואס ס'וועט זיך ווירקליך אפשפילן אינעם צוקונפט פון כלל ישראל ביז צו די ענדע פון טעג, אפגעזען צי מ'וועט יא תשובה טוהן צי נישט.
ער זעעט פאר, אז אידן ווועלן אריין גיין אין ארץ ישראל, און פון גרויס שוואוילטאג וועלן זיי אנהייבן דינען פרעמדע אומבאוויסטע געצער. אין רעזולטאט וועלן זיי ברוטאל באשטראפט ווערן און דערנאך פליכטן פון זייער לאנד אין גלות אריין. און ער ענדיגט זיין פאעזיע מיט אן הייסן צוזאג, אז ביי די ענדע וועט גאט נקמה נעמען אין די אלע פעלקער וועלכע וועלן פיייניגן די אידן אין גלות. אט איז וואס ער זאגט:
ווען גאט וועט ריכטן זיין פאלק און אויף זיינע קנעכט וועט ער זיך איבערעכענען. ווען ער וועט זען ווי דאס פיינט שטארקט זיך און ס'וועט מער נישט זיין קיין אפהאלטער און א פארשטארקונג. און דער גוי וועט זאגן וואו איז זיין באשעפער, דער שטארקער, אין וועמען ער שיצט זיך?ווער די פעטענס פון זייערע קרבנות עסט ער, און די וויין פון זייערע נסכים טרינקט ער. ער וועט אויפשטיין און ענק העלפן און ער וועט זיין פאר אייך א שוץ. זעטץ אלע אז איך בין איך, און בלויז איך, און איך פארמאג נישט קיין שום קאָנקורענץ. איך טוה טויטן און מאכן לעבן, איך שלאג און איך הייל, און קיינער קען זיך פון מיינע הענט נישט ראטעווען.
גאט שווערט אין זיין הייליג נאמען:
איך הייב אויף צום הימל מיין הענט און איך זאג איך שווער אזוי ווי איך לעב שטענדיג. אויב איך וועל אויסשארפן מיין שווערד אז ס'זאל גלאנצן, און נעמען יוסטיץ אין מיינע הענט. איך וועל ענפערן נקמה פאר מיינע פיינט און זיך אפרעכענען מיט זיי. איך וועל פארשיכורן מיינע פיילן מיט זייער בלוט און מיין שווערד וועט פארלענדן זייער פלייש. צוליב די בלוט פון די געהרג'טע אידן און פון די געפאנגענע, וועל איך שטראפן דעם פיינט ביז צו זייערע זיידעס ארויף.
דאן וועלן די פעלקער לויבן זיין פאלק, ווייל ער האט נקמה גענומען אין די בלוט פון זיינע קנעכט, און דאס וועט פארצייען דאס ערד פון זיין פאלק... ביז אהער...
איז די פראגע ווי פאלגענד. ווען האט גאט ווירקליך נקמה גענומען פאר די שווערע מיליאנען גאלאנען אידיש בלוט, פארגאסן דורך די רוימער, די קרייצצוגער, די אינקוויזיציע, די כמעלניצקיס, די פראגראמען, די נאציס, די טראצקייער, די אראבער? ווען האט גאט ווירקליך נקמה גענומען אין די ריינע בלוט פון די אומשולדיגע פיצליך קינדער אויסגעמישט מיט די בלוט פון זייערע צארטע מאמעס? ווען? ווייסט עמיצער צו ענפערן אויף די דאזיגע ווייטאגליכע פראגע? יא! די אלע שטארפן און גלות אויף אידן וואס משה האט פארגעזינגן איז טאקע גענוי פארווירקליכט געווארן... אבער גיוואלאד ווען גייט שוין די לעצטע פאזע פון זיין געזאנג אויך איינמאל פאר אלעמאל פארווירקליכט ווערן?
פארן הייליגן רמב''ן האט שטארק געגבערט די דאזיגע פראגע, און דערפאר קומט ער צום אט דעם אויספיר, אט איז וואס ער שרייבט:
" די דאזיגע געזאנג וואס איז פאר אונז א ווירקליך און באגלייבטער געצייגעניש איבער אלע געשעענישן וועלכע גייען אונז באטרעפן. ערשט די גרויסע גענאדע וואס השי''ת האט געטאן מיט אונז אז ער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק. און עס דערמאנט די גוטס וואס ער האט געטאן מיט אונז אין מדבר, און ער האט אונז געמאכט ירשענען לענדער פון גרויסע און שטארקע פעלקער, און די פיל גוטס און רייכקייט און עהרע וואס ער האט אונז געשאנקן. און פון פיל פאַרגעניגן האבן מיר ווידערגעשפעניגט אין אים, און געדינט פרעמדע אפגעטער. און עס דערמאנט דאס צארן וואס איז געווען פאר השי''ת צוליב דעם - ביז ער האט געשיקט אויף זיי אין זייער לאנד מארד, און הונגער, פארציקענדע חיות און שווערד. און דאן האט ער זיי אויסגעשפרייט אויף יעדע זייט און ווינקל איבער די וועלט.און ווי עס איז ברייט באוויסט, איז דאס אלעס פולקאם פארווירקליכט געווארן. און די דאזיגע פאעזיע זאגט, אז ביי די ענדע וועט השי''ת זיך אומקערן און נקמה נעמען אין זייערע פארפאלגער און אין זיינע פיינט. די ווירקליכע אורזאך איז, ווייל די אלע געמיינהייטן וואס די גוים האבן געטאן מיט אונז, איז בלויז צוליב זייער פיינטשאפט צו הקב"ה. ווארום זיי האבן נישט פיינט די אידן ווייל זיי דינען געצן אזוי ווי זיי. נאר צוליב דעם וואס זיי טוהן נישט אזוי ווי זייער געמיינע טהאטן און זיי דינען בלויז הקב"ה און היטן זיינע מצוות. זיי הייראטן נישט קיין גוים און באטייליגן זיך נישט און עסן נישט אין זייערע בעלער. זיי אפשייען זייער געצער און טראסקענען זיי ארויס פון יעדעס ארט – ווי דוד המלך זאגט אין תהילים, כי "עליך" הורגנו כל היום, בלויז פאר דיינעט וועגן ווערן מיר גע'הרג'עט יעדן טאג. בלויז צוליב זייער פינצטערע האס צו השי''ת טוען זיי מיט אונז די אלע געמיינהייטן, דערפאר וועט השי''ת ברוטאליש נקמה נעמען אין זיי."
דער רמב''ן זעצט פאר ווייטער:
דאס איז באשיינפערליך קלאר אז דאס נקמה פון וואס די דאזיגע געזאנג רעדט, וועט ערשט זיין ביי די גאולה העתידה. ווארום ביי די דיסטראקציע פון צווייטן בית המקדש האבן די רוימער נישט געלויבט השי''ת אויף וואס ער טוט מיט זיין פאלק און השי''ת האט נישט נקמה גענומען אין זיי, און דאס אידישער ערד איז גארנישט פארצייעט געווארן, נאר קאפויער! און דא אין פרשת האזינו ווערט נישט דעמאנט קיין שום באדינונג פון תשובה אדער עבדות השם. ס'איז בלויז א צייגעניש אז השי''ת וועט אונז טאקע שטראפן מיט צארן, אבער מיר וועלן קיינמאל פארפאלן ווערן. און ביי די ענדע וועט דער באשעפער באשטראפן אונזער פארפאלגער מיט זיין מעכטיגע גרויסע שווערד און פארצייען אויף אונזער זינד, בלויז פאר זיין כבוד וועגן. לויט דעם קומט אויס אז דאס איז א דייטליכער צוזאג אויף די גאולה העתידה – אפגעזען וואס נישט- גלויביגע האבן צו זאגן.
דער הייליגער רמב''ן פירט אויס:
אויב וואלט די דאזיגע הייליגע פאעזיע וואלט געשריבן געווארן דורך שטערן זעער וואס זעען אלס וואס ס'וועט זיך אפשפילן אינעם צוקונפט וואלט מען עס געקענט גלייבן. נעמליך, אלעס איז דאך גענוי פארפולקאמט געווארן. אונז גלייבן און האפן מיטן גאנצן הארץ אין די רייד פון באשעפער דורך זיין באגלייבטע נביא - וואס ווי אים איז נישט געווען פארדעם און נאכדעם, עליו השלום...
***
עפילאג:די אָריגינעלער גזירות הגלות איז געווען פאר פיר הינדערט יאר. די אָריגינעלער מתנה פון ארץ ישראל איז געווען פארמינאנט אן קיין שום באדינונגן.