בלאט 1 פון 1

חכמת ילדי ירושלים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:33 pm
דורך כספי
טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 10:41 pm
2. פארוואס הערן מיר זאגן כסדר אה, א ירושלייעמע אינגאלע פיל מיט פיקחות , און קיינמאל דאס הערן אויף די טשאלמער'ס אלטץ אינגערלייט ? ווי און ווען פאלט די פיקחות אוועק ?
שמעתי מפי הרב לייזערזאהן יור חינוה"ע אז ער האט געפרעגט די קושיא, און געזאגט אז ירושלימ'ער אינגלעך זענען באוואסט פאר זייער חכמה, אבער ווען ס'קומט אין ישיב"ג קענען לערנען ירושלימ'ער און חול'דיגע און מ'זעט נישט עפעס אזא גרויסע חילוק, האט ער גענטפערט אז ס'איז וויבאלד די ירושלימ'ער פארלירן זייער הכנעה שנעלער, מאכט עס אז זיי זאלן ווייניגער קונה זיין. ודפח"ח

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 6:14 pm
דורך שפילער
כספי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:33 pm טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן

די פאונט איז אז סאיז נישט דוקא חכמה וואס זיי האבן סאיז מער אז זיי האבן מער חוצפה און זענען מער ערוואקסן ממילה ווען מען ווערט עלטער זענען זיי נישט אנדערש ווי אנדערע ערוואקסענע

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:17 pm
דורך ברוך שפינוזה
אבי גערעדט, איך האב אסאך איזראעלי קאזינס, סיי פון ירושלים און סיי פון אנדערע חרדישע שטעט, אלע די זעלבע זאך. אויף קינדער קען מען ארויפלייגן וועלכע שטעמפל מ'וויל און מ'קען זיך איינרעדן אז ס'איז אן עכטע מציאות, ווען זיי ווערן ערוואקסן און זייערע אייגענארטיגע כאראקטער ווערט אויפגעבויט דאן ארבעט עס שוין נישט און "די פיקחות פאלט אוועק".

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:05 am
דורך עמרם
ביי אונז האט מען געזאגט אויף די ירושלימ'ע קינדער אז זיי זענען אזוי זיס אז מ'וויל זיי אויפעסען

שפעטער ווען זיי ווערען גרויס האט מען חרטה פאר'ן נישט אויפעסען
חבל

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:12 pm
דורך כספי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:17 pm אבי גערעדט, איך האב אסאך איזראעלי קאזינס, סיי פון ירושלים און סיי פון אנדערע חרדישע שטעט, אלע די זעלבע זאך. אויף קינדער קען מען ארויפלייגן וועלכע שטעמפל מ'וויל און מ'קען זיך איינרעדן אז ס'איז אן עכטע מציאות, ווען זיי ווערן ערוואקסן און זייערע אייגענארטיגע כאראקטער ווערט אויפגעבויט דאן ארבעט עס שוין נישט און "די פיקחות פאלט אוועק".
איך ווייס נישט אויב דו מיינסט צו זאגן אז ירושלימ'ער קינדער זענען נישט קלוגער ווי ארץ ישראל'דיגע קינדער, אדער ווי די גאנצע וועלט
אבער די ווארט פון הרב לייזערזאהן איז בכלליות אויף ארץ ישראל'דיגע קינדער ווס. חול'דיגע קינדער, כ'האב עס פארגעסן צו צוצייכענען

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 4:05 am
דורך תפארת
-

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 7:58 am
דורך ברוך שפינוזה
כספי האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דו מיינסט צו זאגן אז ירושלימ'ער קינדער זענען נישט קלוגער ווי ארץ ישראל'דיגע קינדער, אדער ווי די גאנצע וועלט
אבער די ווארט פון הרב לייזערזאהן איז בכלליות אויף ארץ ישראל'דיגע קינדער ווס. חול'דיגע קינדער, כ'האב עס פארגעסן צו צוצייכענען
א. כ'האב מיך באצויגן צום קעפל איבער ירושלים ספעציפיש, איבערקוקענדיג דיין עצם תגובה זעה איך טאקע אז דיין כוונה איז נישט געוועהן אזוי קלאר.

ב. אויב די נושא איז ישראלים קעגן בני חו"ל איז מעגליך אז דו באציהסט זיך צום באקאנטן סטיריאטיפ פונעם "ישראלי המכוער"? אויב מיינסטו דאס דאן האסטו מן הסתם געמיינט צו זאגן "חוכמולוגיה", נישט "חכמה" וואס ישראלים זענען בכלל נישט באקאנט צו האבן צופיל דערפון, תהיה צודק ולא חכם איז דאך פון די א"ב ביי זיי.

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:44 pm
דורך אינטערסאנטער
כספי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 5:33 pm טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 10:41 pm
2. פארוואס הערן מיר זאגן כסדר אה, א ירושלייעמע אינגאלע פיל מיט פיקחות , און קיינמאל דאס הערן אויף די טשאלמער'ס אלטץ אינגערלייט ? ווי און ווען פאלט די פיקחות אוועק ?
שמעתי מפי הרב לייזערזאהן יור חינוה"ע אז ער האט געפרעגט די קושיא, און געזאגט אז ירושלימ'ער אינגלעך זענען באוואסט פאר זייער חכמה, אבער ווען ס'קומט אין ישיב"ג קענען לערנען ירושלימ'ער און חול'דיגע און מ'זעט נישט עפעס אזא גרויסע חילוק, האט ער גענטפערט אז ס'איז וויבאלד די ירושלימ'ער פארלירן זייער הכנעה שנעלער, מאכט עס אז זיי זאלן ווייניגער קונה זיין. ודפח"ח
געהערט אמאל אביסל אנדערש. מען הערט אלעמאל פון די פקחות פון די ירושלימ'ע קינדער. וואס געשעהט ווען זיין וואקסן אויף? ווי גייט אוועק זייער פקחות? נאר די תירוץ איז אז זיי זענען טאקע קלוגע קינדער, און ווען זיי וואקסן אויף בלייבן זייט טאקע ווייטער "קלוגע קינדער".....

פארשטייט זיך אז די טשאלמעס זאלן עס נישט נעמען פערזענליך, עס איז נאר א ווערטל.

Re: חכמת ילדי ירושלים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 10:51 pm
דורך יצחק אייזיק
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:17 pm אבי גערעדט, איך האב אסאך איזראעלי קאזינס, סיי פון ירושלים און סיי פון אנדערע חרדישע שטעט, אלע די זעלבע זאך. אויף קינדער קען מען ארויפלייגן וועלכע שטעמפל מ'וויל און מ'קען זיך איינרעדן אז ס'איז אן עכטע מציאות, ווען זיי ווערן ערוואקסן און זייערע אייגענארטיגע כאראקטער ווערט אויפגעבויט דאן ארבעט עס שוין נישט און "די פיקחות פאלט אוועק".
האט נישט עכט מיט דעם אשכול אבער ס'איז שווער ארויפצולייגן סיי וועלכע סטעמפל אויף א קינד און דערנאך זיך איינרעדן. א קינד אין גיל פון פינף און ווייטער קען מען שוין זעהן. עקספערטען זאגן סאך פריער אבער איך רעד אפילו מיט פשוטע אויגן.