בלאט 1 פון 1
א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 12:24 am
דורך ודברת בם
די ראשונים מיטשען זיך דערמיט, עיין רש"י ותוספות בבא קמא דף ז. האב איך געטראכט אז אפשר די טעם איז וועגן מעילה איז גאט'ס פישקע. נו, פארוואס זאל איך באצאלן גאט ווען ער איז אין טשארדזש פון די בהמה'ס דעת (אויב געלייבט מען אין השגחה וכ"ש השגחה פרטית) און ער וואלט געקענט מאכן די בהמה זאל נישט שטויסען זיין אייגענע קדשים פארמעגנס, כביכול.
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:20 am
דורך אלע צוזאמען
אריינצוגיין אין ידיעה ובחירה, נאך וואס א מענטש איז מזיק, ווייסט מען למפרע אז דאס איז געווען גאט’ס ווילן, איז פארוואס דארף ער באצאלן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:49 am
דורך מי אני
לפי״ז ווערט אפשר אביסל שווער פארוואס דער רמב״ם פסק׳נט בהל׳ נזקי ממון (פ״ח ה״א) כסתם משנה בב״ק לז: ודלא כר׳ שמעון בן מנסיא, אז א שור של הקדש שנגח או שניגח איז פטור ע״ש. דער רמב״ם האלט דאך,
במו״נ ח״ג פי״ז, אז אויף בע״ח איז נישטא קיין השגחה פרטית און נאר השגחה מינית ע״ש. אויב אזוי איז דאך נישטא די טענה פון זאגן אז ״הקב״ה וואלט געדארפט מונע זיין דעם היזק לנכסיו כביכול״. איז פארוואס אויב ווערט דער שור של הקדש געשטויסן איז מען פטור? ביי דעם איז דאך נישטא קיין השגחה מאתו להימנע אותו.
ואולי גייט דאס אויך אריין אינעם
געדאנק פונעם גר״ח אז ״כלל גדול אצלינו שאין להקשות על סתירה שבין ספר היד לספר מורה נבוכים״.
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 11:16 am
דורך ודברת בם
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:20 am
אריינצוגיין אין ידיעה ובחירה, נאך וואס א מענטש איז מזיק, ווייסט מען למפרע אז דאס איז געווען גאט’ס ווילן, איז פארוואס דארף ער באצאלן?
אויב איז ער מזיק הקדש איז טאקע דא אזא שיטה. אבער למעשה א מענטש איז יא מחויב צו גאט פאר זיינע מעשים און עבירות. מילא וואס איז שייך צו פרעגן פארוואס ער דארף באצאלן הקדש, אונטער מיין טעאריע אז די בהמה ווערט קאנטראלירט דורך גאט אליין קען מען נישט אריין לייגען די מענטש.
ועוד, ס'איז די גרויסע דיסקאָשען פון די אבן העזל און אלע אחרונים די חיוב צו באצאלן כששורו וממנו היזוק, אויב ס'איז ווייל ער האט נישט געהיטען די שור ומשום פשיעה אדער משום ממונו. אבער ס'איז טאקע דא א סברה אז א מענטש זאל נישט מחויב זיין מן התורה אויף בהמתו.. אן די חיוב פון די תורה ספעציעל. ואכמ"ל ווייל ס'איז נישט נוגע דירעקטלי צו מיין בהמה טעאריע.
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:39 pm
דורך וואלווי
פשוטע סיבה, ווייל מעילה מעיקרו איז די נהנה זיין, נישט דווקא ביי הזיקות. געלט שאדן מיט הנאת הקדש איז צוויי נקודות, ווייל פון נהנה זיין אליינס גייט עס ארויס פון הקדש.
אן נאכקוקען, קען זיין אז ס'האט נישט מיט בחירה, ווייל אפילו א בהמה אן בחירה איז מזיק, דאך איז חיוב ההיזק אייביג אויף די בעלים ווייל שמירתו עליו. דא איז אבער אן ענין פון משתמש זיין מיט הקדש וואס איז נישט די עצם ענין הזיקות.
Re: א טעם פארוואס קרן (ושן ורגל) פטור במעילה בקדשים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:46 pm
דורך טראלל
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:20 am
אריינצוגיין אין ידיעה ובחירה, נאך וואס א מענטש איז מזיק, ווייסט מען למפרע אז דאס איז געווען גאט’ס ווילן, איז פארוואס דארף ער באצאלן?
אפשר איז דאס א חלק פונעם פלאן? גאט וויל ער זאל מזיק זיין, גאט וויל ער זאל פילן ווי ער דארף באצאלן, און ווען גאט וויל אז ער זאל טאקע באצאלן דאן באצאלט ער טאקע.