בלאט 1 פון 1
ווי אזוי וואלט איר בענעפעטירט פון קנעכט און דינסטן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:49 am
דורך מורינו הרב
ווי באקאנט איז אמאל געווען א חלק פונעם רעגלמעסיגע לעבן, אז מענטשן האבן פארמאגט קנעכט. פונקט ווי מען האט פארמאגט א הויז, געלט, האט מען פארמאגט קנעכט. מיט זיי האט מען זיך באדינט און מען האט זיך באקוועם געמאכט אויף די חשבון פון די קנעכט.
איך וויל זיך אביסל פארשטעלן ווי אזוי דאס היינטיגע לעבן וואלט אויסגעקוקט מיט קנעכט און דינסטן... ווי אזוי מיר וואלטן זיך באנוצט מיט זיי.
איך גלויב אז ביי די רבי'שע חתונות, ביי דרשה געשאנק, וואלט מען אויסגערופן אז דער ווייצנפלענקער זיידע גיבט פינף קנעכט און דריי דינסטן. עס וועלט מסתמא געווען אן ענין צו פארמאגן צוויי ווייסע מיט איין שווארצע, אדער פארקערט... מען וואלט שוין געטראפן חסידי'שע תורות איבער דעם.
אדרבה, לאמיר הערן פונעם ציבור ווי אזוי מיר וואלטן בענעפיטירט פון קנעכט און דינסטן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:57 am
דורך נפתלי
מורינו הרב האט געשריבן:ווי באקאנט איז אמאל געווען א חלק פונעם רעגלמעסיגע לעבן, אז מענטשן האבן פארמאגט קנעכט. פונקט ווי מען האט פארמאגט א הויז, געלט, האט מען פארמאגט קנעכט. מיט זיי האט מען זיך באדינט און מען האט זיך באקוועם געמאכט אויף די חשבון פון די קנעכט.
איך וויל זיך אביסל פארשטעלן ווי אזוי דאס היינטיגע לעבן וואלט אויסגעקוקט מיט קנעכט און דינסטן... ווי אזוי מיר וואלטן זיך באנוצט מיט זיי.
אויב עפעס וואלט איך מיר קודם פראבירט צו פארשטעלן וויאזוי מיין לעבן וואלט אויסגעקוקט מיט געלט און א הויז...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:35 am
דורך איך אויך
דער ווייצנפלענקער איז א ברודער מיטן ווערפלאנקער?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:48 pm
דורך שמעקעדיג
בעסיקעלי אלעס וואס א גוי'טע טוט, און צוגעלייגט נאך אפאר זאכן, וויבאלד דער קנעכט/דינסט איז דאך עוועילעבל 24/7, זיי וואלטן סערווירט די עסן און אראפגערוימט, געגאנגען איינקויפן, ארלעדיגן פארשידענע זאכן, (און אויב בלייבט נאך איבער צייט וואלט איך זיי געבעטן מיר צו געבן א מאסאזש
)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:18 pm
דורך חאצקל
איינע פון די זאכן וואס מיר וואלטן בענעפיטירט פון קנעכט וואלט געווען אז אנשטאט דער רבי פון דער מוסדות זאל שיקן די בחורים פון זיין קהילה שלאגן און מאכן טעראר, וואלט ער געשיקט די קנעכט פון זיין קהילה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:43 am
דורך זר זהב
מ'האט אויך געהאט מאחודי הפרגוד בענעפיטן פון א שפחה.
אוי איז אמאל געווען א בעסערע וועלט.
דאס לעבן זייגט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:49 am
דורך איינער
מורינו, איך וואלט געטוישט דעם קעפל צו ״ווי אזוי וואלט איר געליטן ווען איר זענט ווען א קענכט״. יעדער שטעקן האט צוויי עקן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:17 am
דורך טעפל
איינער האט געשריבן:מורינו, איך וואלט געטוישט דעם קעפל צו ״ווי אזוי וואלט איר געליטן ווען איר זענט ווען א קענכט״. יעדער שטעקן האט צוויי עקן.
אוי זאגסטו גוט ער האט אפילו נישט געטראכט פון דעם.!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:46 am
דורך נאך א פשט
איך וואלט בענעפירט מיט דעם אז זיי וואלטן געטוהן מיין ארבעט און איך וואלט געהאט מער צייט צו פארברענגען אין קאווע שטיבעל.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 12, 2013 9:09 pm
דורך איינער
א אינטערסאנטער דאקמונטערי. איבער די היסטארי פון דעם קאמף אנקעגען קענכטשאפט אין אמעריקע.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 3:08 am
דורך פאריז
אפשר וואלטן מען זיי געשטעלט צי טיען די ארבייט אויפן אינטערנעט אזוי אז מען זאל ניטאמאל דארפן אנקימען צי די משומר פילטער.. מען וואלט עס בכלל נישט געניצט.