עידית, בינונית וזיבורית

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

עידית, בינונית וזיבורית

שליחה דורך ודברת בם »

צוויי בלאט סוגיות הש"ס אויף כל מיני הכי תמצא. איינער דא קען מיר מסביר זיין א) אויב ס'איז בשלו הם שווים, וויאזוי ס'איז דא א מציאות פון איינער וואס האט פראפערטי וואס האט נישט אלע דריי? יעדע שטיקל קרקע האט אלע דריי. וויאזוי איז דא א מושג פון האבן נאר בינונית וזיבורית? ב) אויב ס'איז בשלו עולם הם שווים וויאזוי איז דא אזא מושג פון דריי? אין ברוקלין איז דא צען טויזענט פראפערטיס און יעדע האט מעלות און חסרונות. ס'קוקט מער אויס ווי חז"ל דעבאטירן פראפערטי כאילו ס'האט א רעטינג סיסטעם פון הדסים, א' אא' און חזו"א..
רעאגיר