בלאט 1 פון 7

סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:38 pm
דורך מר. קלונימוס
כ'זעה אויף אייוועעלט אז סאטמאר רבי האט יעצט ביי א גרויסע אסיפה הדעה והדיבור אין ביהמ''ד ראדני זייער שטארק געהאקט אויף די נטורי קרתא גרופע פאר'ן גיין מיט רוצחים, ס'קוקט אויס ווי גאר א שטארקע פארדאמונג קעגן דעי אידישע רשעים.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:44 pm
דורך אלע צוזאמען
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4715689
איינער דערמאנט קאווע שטיבל :lol:

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:58 pm
דורך שמעון וואלף
אויף די פארשפרייטע פראפאגאנדע מאטריאל איז געווען באריכטעט אז רבינו שליט"א וועט זיך מטריח זיין בטירחא דאורחא צו קומען באשיינען די מעמד און אויפטרעטן מיטן חובת השעה.
aviary-image-1699850842298.jpeg
איך וואלט אים גע'עצה'ט אז ער זאל נישט אזויפיל נופש'ן וועט ער נישט דארפן טרחה'נן.

גראדע, די נאמען פון די מעמד איז גאנץ קריעטיוו. מ'דארף גיבן קרעדיט וועיר קרעדיט איז דו.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:04 am
דורך מר. קלונימוס
ער איז געווען אין בלומינגבורג אפסטעיט נישט אזוי ווייט

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:47 am
דורך פארווע חסיד
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:44 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4715689
איינער דערמאנט קאווע שטיבל :lol:
מיט די אייוועלט שמאלקעפיגקייט, ווי כאילו ווער ס'איז אין קאווע שטיבל האט נישט קיין מקום אין ביהמ"ד :lol:

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:19 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
פלוצלינג האמיר איין ״סאטמאר רבי״. כ׳טריי נאך צו דערגיין די פסיכאלאגיע פון די ״האַס״....

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:03 am
דורך עמרם
די רבי האט אויכעט פארדאמט אגודת ישראל

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:50 pm
דורך אסטראלאג
מהר"עליו השלום מסאטמאר זאגט: זיי טוען אן קיין מסורה און אויף דער אייגענער האנט.
-א פאלנער ליגענט.

רביה"ק מסאטמאר זי"ע
הגה"ק מוואווידעסלאוב זצ"ל
הגה"ק ממאנטיוועדעא זצ"ל
הגה"ק רבי עמרם בלויא זצ"ל
הגה"ק רבי משה בער בעק זצ"ל
הגה"ק רבי משה הירש זצ"ל
הגה"ק רבי יואל מארגענשטערן זצ"ל
און די רבנים שליט"א:
הגה"צ מקרעמניץ שליט"א
הגה"צ רבי אלחנן בעק שליט"א
הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א
הגה"צ רבי משה זאב זארגער שליט"א
און נאך אסאך
די אלע פלעגן זיך אליינס באטייליגען, פראקלאמירן אז מען זאל גיין, און ארויסווייזען שטיצע ווען אימער.
און נאך פילע גרויסע מנהיגי ישראל וואס פלעגן שטיצן און שטיצן אט די הייליגע ארגאניזאציע .

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:14 pm
דורך אלע צוזאמען
הייב אן מיט די ערשטע, ווען האט דער דברי יואל זצ"ל געשטיצט די טעראר גרופע?

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:52 pm
דורך אסטראלאג
אלע צוזאמען האט געשריבן: הייב אן מיט די ערשטע, ווען האט דער דברי יואל זצ’’ל געשטיצט די טעראר גרופע?

טעראר גרופע?!😡
דו מינדענסטע ריספעקט צו קדושי עליונים, שעים!

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:57 pm
דורך אלע צוזאמען
יא, האסט גוט געליינט, נטורי קרתא איז א טעראר גרופע.
און האסט נאך נישט געוויזן ווען סאטמאר’ע רבי זצ"ל איז געגאנגען מיט זיי.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:18 pm
דורך אסטראלאג
מיר וועלן מיט קיין ציוניסטישע אפיקורוסים נישט טענה'ען, קענסט נאכקוקן מיינע פריערדיגע קאמענטארן ווי איך ווייז דאס אויף.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:26 pm
דורך צפת
אקעי, דער ניק "אלע צוזאמען" איז א מאלעסטאר.

אלע צוזאמען: פארוואס בין איך א מאלעסטאר? - האסט פרוף?
איך: איך טענה זיך נישט מיט מאלעסטארס!

א גוטן פורים...

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:26 pm
דורך אסטראלאג
ווען איז די לעצטע מאל וואס מהר"עליו השלום האט פאררופן א פראטעסט קעגן די ציוניסטישע מדינה ימ"ש????!!
וואו זענען די פראטעסטן וואס דער רבי זי"ע פלעגט כסדר פאררופן אויפן דרך וואס יעדער אנערקענט, און אין ויואל משה ווערט גע'פסק'נט.
נאר בלויז אריינברענגען א שנאה צו אחינו בני ישראל דק"ק נטורי קרתא. דיפלאמאטיש קלאפט יעצט אזוי.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:38 pm
דורך סקעפטיקער
@אסטראלאג, דו גייסט ארום און ארום און ענטפערסט נישט @אלע צוזאמען'ס פשוט'ע שאלה

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:37 pm
דורך אלע צוזאמען
@אסטראלאג, קאווע שטיבל טאלערירט נישט קיין אקסן אפפאל, מ'האט ליב אנדערע דעות, מ'גלייכט א גוטע אינפארמאטיווע דעבאטע, אבער די דארפסט קענען בעקן דיינע שטעלונגען און קלעימ'ס, און דו....
קענסט נישט.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:38 pm
דורך עמרם
אסטראלאג האט געשריבן: ווען איז די לעצטע מאל וואס מהר"עליו השלום האט פאררופן א פראטעסט קעגן די ציוניסטישע מדינה ימ"ש????!!
וואו זענען די פראטעסטן וואס דער רבי זי"ע פלעגט כסדר פאררופן אויפן דרך וואס יעדער אנערקענט, און אין ויואל משה ווערט גע'פסק'נט.
נאר בלויז אריינברענגען א שנאה צו אחינו בני ישראל דק"ק נטורי קרתא. דיפלאמאטיש קלאפט יעצט אזוי.
איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט. מהרז"ל האט נישט פארופן די עצרת אקעגן נ"ק, ער האט זיי ס"ה דערמאנט דרך אגב פאר א מינוט פון א לאנגע דרשה וואס איז געווען די חובת השעה וכו', א גאנצע דרשה אקעגן די ציונים מיט זייער נאכפאלגערס וכו', און האט פאר א מינוט אויכעט ארויסגעברענגט אז נ"ק איז נישט סאטמאר, וואס אלע סאטמאר'ע חסידים האלטן אויכעט אזוי חוץ די נ"ק, ופשוט הוא,
וואס איז די פראבלעם?

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:58 pm
דורך אסטראלאג
ווען סאטמאר וואלט ווען געטוהן דאס וואס רביה"ק זי"ע פלעגט טוהן און געמאכט פראטעסטן קלארצושטעלן אז די ציוניסטישע מדינה פארטרעט אונז נישט און זייער עקזיסטענץ איז קעגן די תורה וכו', ווער איך שוין קעגן די גאנצע נטורי קרתא!!!!!

אריינברענגען א שנאה אין סאטמאר קעגן נטורי קרתא ווען ער טוט גארנישט אין די עפענטליכקייט ארויסצוברענגען דאס אידישע ווארט קעגן ציונות, נאר פונקט פארקערט, די קהילה ארבעט צוזאמען מיט אגודת ישראל און די פרייע ציוניסטישע ארגאניזאציעס.
רחמנא לצלן

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:35 pm
דורך נאך א מיינונג
ביזדערווייל זענען א פאר פון די רשימה אויסגעשפראכענע מחללי שבת.

גייען אין גאס, וואס האט לכו"ע נישט קיין עירוב, מיט א שילד ארום די האלדז, וואס איז נישט קיין תכשיט און נישט קיין בגד, איז געהעריג טלטול ד' אמות ברה"ר בשבת, און זיי זענען פלעינע מחללי שבת.

אלחנן בעק און ישראל דוד ווייס, וואס זענען פלעינע בעלי בתים נישט קיין רבנים, זענן אויך פשוט'ע מחללי שבת. מחלליה מות יומת.

ר' משה הירש און ר' עמרם בלויא זענן ביידע אפשר פיינע אידן, אבער רבנים זענען זיי נישט, און תורה אוטאריטעטן אוודאי נישט.

סאטמארער רב איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט די אראבער, און דער וואוידיסלאווער רב האט גארנישט מיט די רשימה איינגעלייגט.

ווי האט מען געהאלטן?

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:04 pm
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:44 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4715689
איינער דערמאנט קאווע שטיבל :lol:
אלע צוזאמען: ייש"כ פאר צו לינקן די דרשה פון כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א.

דאס איז איינמאל זיכער אז די רבי מרן הדברי יואל זי"ע האט נישט געהאלטן (נאך ווייניג געזאגט) פון די גאנצע רעיון פון נטורי קרתא.

דער פראבלעם איז נאך גרעסער. ווייל זיי גייען מיט'ן חסיד'ישן לבוש און זיי זאגן עפעס וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז ס'איז די זעלבע וואס די סאטמאר'ע שיטה (הקדושה). נאר אין אמת'ן איז דאס גאר אן אנדערע, און געפערליכע מהלך. ווייל די שיטה פון מרן רביה"ק ה'בעל דברי יואל זי"ע רעדט פון דעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט אז אידן טארן זיך נישט נעמען קיין גאולה פאר ביאת המשיח. נאר די רבי האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט "רחמנות" אויף די אומה שפילה די אראבערס, אז מ'האט זיי "נעבעך" בא'עוולה'ט און צוגענימען זייער לאנד.

משא"כ די אנשי נטורי קרתא (אפילו די אלטע. אריגינאלע) דרוקן אויס רחמנות אויף די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער אראבערס וואס מ'האט זיי בארויבט זייער לאנד. און אלס תוצאה קושן זיי זיך מיט זיי און בארעכטיגן אלע זייערע רציחות און מעשים תעתועים. אויסער דעם פאקט אז זיי האבן נישט קיין מסורה פון גדולי התורה וגדולי ישראל וועלכע זענען מסכים צו זייער שיטה.

אפילו דער בריסקער רב הרה"צ רי"ז זצ"ל האט אויך נאר מסכים געווען מיט זיי אין זייער מלחמה אקעגן די ציונים. כידוע. האט ער שטארק מעריך געווען און מכבד געווען ר' עמרם בלוי ז"ל. און ער האט געזעהן אין איהם א שותף אין זיין מלחמה אקעגן די התייסדות המדינה. נאר מיט דעם חלק פון אויסדרוקן סימפאטיע און ליבשאפט מיט דיא אראבערס האט ער קיינמאל נישט מיטגעהאלטן. אפילו ר' עמרם בלוי האט אויך נישט זיך געקושט און געהאלזט מיט די אומה שפילה. דאס איז אן אויפטוה פון די שפעטער'דיגע, בעלי תשובה. ווי יאסי בכר און "הרב" משה הירש וסייעתו. ווער רעדט נאך פון "הרב" ישראל דויד ווייס וסייעתו.

פארדעים איז א גוטע זאך און א דבר בעיתו אז כ"ק הרה"צ מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א האט ארויסגעברענגט א קלארקייט אז די נטורי קרתא האבן גארנישט מיט סאטמאר און זענען אקעגן די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:27 pm
דורך עמרם
berlbalaguleh האט געשריבן:
פארדעים איז א גוטע זאך און א דבר בעיתו אז כ"ק הרה"צ מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א האט ארויסגעברענגט א קלארקייט אז די נטורי קרתא האבן גארנישט מיט סאטמאר און זענען אקעגן די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

כ'האב געמיינט אז די זיידע ר' בערל איז א ארויני

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:34 pm
דורך שמעון וואלף
עמרם האט געשריבן: כ'האב געמיינט אז די זיידע ר' בערל איז א ארויני

נו אוודאי, אבער דאס איז נאר א טפל צו זיין התנגדות צו נט"ק/התאחדות/שמואל שלמה טעלער המכונה הרב מרגליות/סענדר דייטש

Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:11 am
דורך אלע צוזאמען
@אסטראלאג, זיצט דאך סייווי אויף די אינטערנעט, איז טו מיר, און פאר דיך, א טובה, און זיך אויף די נאמען ’’וויוויען סילווער’’.
זי איז געווען איינע פון די פארכאפטע דורך דיינע געטרייע רוצח’ישע ברודער פון עזה, און איז נעכטן דערקלערט געווארן טויט.
ליין אביסל פון אירע טייערע און אומערמידליכע פעולות וואס זי האט געטון למען השלום, וויפיל מאל זי האט זיך געטראפן מיט דעם ארכי טעראריסט ’יאסיר אראפאט ימ’’ש, און וויפיל הפגנות זי האט אפגעהאלטן קעגן די ’איזרעלי אקופאציע’.
ס’האט איר נישט געהאלפן קיין ברעקל אקטאבער 7.